Under maintenance
הויפט זייט » מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג

מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14701
דינסטאג יוני 22, 2021 12:38 am#476378
מען מישט צוזאם הודו מיט כוש דא...

זעהן די שלעכטס אין א "קולטור", איז הימל און ערד פון אנקוקן שלעכט א "ראסע".

די שווארצע "ראסע" איז בכלל נישט די אישו דא, די אישו איז זייער "קולטור".
איי פארוואס רופט מען עס "שווארצע" קולטור? ווייל דאס איז די קולטור פון "רוב" שווארצע היינט. גענוי ווי די "היימישע" קולטור איז נאר די קולטור פון "רוב" היימישע.

און איה"נ ווען איינער ברענגט ארויס א שלעכטע נקודה פון די היימישע קולטור ווייזט עס בכלל נישט אויף פיינטשאפט צו היימישע אידן בככליות.

(פארשטייט זיך, ווען א צייטונג איז ביזי טאג און נאכט ארויסברענגען אלע שלעכטע זיטן נאר פון איין ספעציפישע קולטור קען דאס אנדייטן פיינטשאפט וכדומה, אבער נישט דאס איז די מדובר דא).
דינסטאג יוני 22, 2021 12:43 am#476379
אויף די ארטיקל אינעם ניו יארק פאוסט קען מען זייער פשוט. דער אנטיסעמיט האט געטראפן נאך א סיבה פיינט צו האבן דעם איד. איינס ווייל דער איד איז א איד, צווייטנס ווייל דער איז א ראסיסט. איינס פארענטפערט דעם צווייטן.
דינסטאג יוני 22, 2021 12:54 am#476382
ליעב צו וויסן: דו ביסט גערעכט. כדי צו פארשטיין א ביסל בעסער וואס די שווארצע קולטור מיינט. איז כדאי צו ליינען דעם בוך וואס דער זייער טאלאנטירטער און פריצייטיג פארשטארבענער פיהרער פון די אפרא-אמעריקאנער געמיינדע מאלקאלם עקס האט געשריבן. דער בוך הייסט...The Autobiography of Malcolm X"...! דארט פארציילט ער אז ער איז אויפגעוואקסן אזוי ווי א טיפיקל (עוורידזש) שווארצער איינוואוינער פון די געטאס. וואס זייערע העלדן זענען די דראג דילערס און גענג מעמבערס.. ביז ער איז אנגעקומען אין תפיסה. דארט האט ער זיך ערשט גענומען ליינען און אינטרעסירן א ביסל איבער די וועלט. און אמעריקאנער סאסייעטי. ביז ער איז געווארן זייער א געבילדעטער מענטש. און ער האט (נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען פון תפיסה) זיך אפגעלאזט פון קריים. און ער האט באמת געוואלט אויפהייבן דעם עקאנאמישן און מאראלישן מצב פון זיין פאלק. נאר ער איז ליידער פריצייטיג פארשניטן געווארן דורך דעם ארכי שונא ישראל און מערדער לואיס פארראקהאן, ימ"ש...! וועלכער האט געשיקט צוויי רוצחים אז זיי זאללן איהם דערשיסן ווען ער האט געהאלטן אינמיטן א ראללי לטובת די שווארצע באפעלקערונג אין הארלעם. אין יאר 1965. ווען דארט אויפ'ן סטעידזש זענען אויך געווען זיין ווייב און זיינע קליינע קינדער...!
דינסטאג יוני 22, 2021 12:56 am#476383
מ'האלט שוין ביי הונדערט רעאקציעס און עס האט נאך קיין איין ניק נישט בארעכטיגט דער טעלער, טויב, מרגליות. אבער פילע ניקס וואס האלטן זיך פאר נאבעלע פארשוינען וואס זוכן נאר שלום האבן יא בארעכטיגט די אביזריהן דרציחה פון אפאר 'אידן האַסער' וואס זייער אגענדע איז אינגאנצן נישט צו העלפן די באקריוודע שחורים!!

איך האב פריער געזען אבטולמוס זאל רופן מאנכע דא ראסיסטישע ניקס. ווער דא איז געווען ראסיסטיש חוץ פון ער מיט זיינע אידעלאגישע קאלעגעס?
דינסטאג יוני 22, 2021 1:11 am#476385
קורקלענד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:טאקע נישט אזוי שיין. אבער איך מיין אז מ'טרייבט איבער. ס'נישט די ראסיזם וואס די פסוק האט געמיינט.

וואס איז די שיעור ראסיזם וואס דער פסוק האט יא געמיינט?

אפשר איז דאס די זעלבע שיעור פון אנטיסעמיטיזם וואס מיר זענען יא סובל?

דאס אמאל איז זיכער אז ס'איז פיל שוואכערע ראסיזם ווי די אלגעמיינע שווארצע אנטיסעמיטיזם.

ביטע ווייזט מיר וואס פאר א פראקטישע נעגאטיווע אפעקט אונזער לאנגיעריגע א.ג. ראסיזם האט געהאט אויף די שווארצע. און דערנאך לאמיר עס פארגלייכן מיט וואספארא אפעקט שווארצע אנטיסעמיטיזם האט געהאט אויף די אידן.

די שיעור אנטיסעמיטיזם וואס אונז זעמער גערן סובל איז די וואס האבן אזא פראקטישע אפעקט ווי אונדזער א.ג. ראסיזם.

דו פראקטישע נעגיטיווע עפעקט איז אז אונזער פרויען און קינדער האבן א נישט ריעליסטישע שרעק און איינזאמקייט צי דו וועלט ארום זיי. ס'איז נישט געזינט. אַ קלייני דוגמא איז דו שרעק צי הינט וואס מיר האבן. ס'וואלט געקענט אויפבויען אזויפיל קינדער ער און געבען סיפוק פאר ערוואקסענע.
דינסטאג יוני 22, 2021 2:08 am#476388
Re: מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג
ליב צו וויסן האט געשריבן:Slum areas..... ווער מאכט עס פאר Slum areas??
פארוואס ווען אידן וואונען צוזאמגעשטופט אין ניו סקווער און מאה שערים הייסט עס נישט א Slum area??
פארוואס הונדערט פופציג יאר נאך Slavery און 60 יאר נאך Jim crow האבן זיי זיך נישט אויפגעהויבן??
פארוואס אידן וואס זענען דורך א Holocaust גיבן נישט ארויס Slum areas???

ולסיום, וואס פונקטליך איז דיין ציל מיטן פארטיידיגן א מיעוס'ן און עקלהאפטיגן חינוך סיסטעם?
און פארוואס טרעפסטו נישט די אלע שיינע תירוצים ווען ס'קומט צו מענער און סעקסועל הערעסמענט??
די שווארצע חינוך סיסטעם איז נישט זייער אייגענע, זיי שיקן אין פאבליק סקולס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די גאווערמענט, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די מעדזשאריטי.
דינסטאג יוני 22, 2021 2:21 am#476390
אונטער חכם האט געשריבן:

די שווארצע וועהלן אריין זייערע אייגענע מענטשן צו פירערשאפט פאזיציעס, סא ס'איז ווייטער שווארצע וואס פירן די פובליק סקול'ס אין זייערע געגנטער, און רוב פעלער.
דינסטאג יוני 22, 2021 2:25 am#476391
Re: מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג
אלע צוזאמען האט געשריבן:

איך מיין אז עס איז נישט אמת, צב''ש אין ניו יארק סיטי ווערט דער סיסטעם געפירט דורך די סיטי עדיוקעישן דעפארטמענט, קען זיין אין שווארצע געגנטער זענען דא שווארצע פרינציפעלס וכדומה, אבער דער סיסטעם ווערט געפירט פון די סיטי גאווערמענט.
דינסטאג יוני 22, 2021 7:28 am#476392
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: דו ביסט גערעכט. כדי צו פארשטיין א ביסל בעסער וואס די שווארצע קולטור מיינט. איז כדאי צו ליינען דעם בוך וואס דער זייער טאלאנטירטער און פריצייטיג פארשטארבענער פיהרער פון די אפרא-אמעריקאנער געמיינדע מאלקאלם עקס האט געשריבן. דער בוך הייסט...The Autobiography of Malcolm X"...! דארט פארציילט ער אז ער איז אויפגעוואקסן אזוי ווי א טיפיקל (עוורידזש) שווארצער איינוואוינער פון די געטאס. וואס זייערע העלדן זענען די דראג דילערס און גענג מעמבערס.. ביז ער איז אנגעקומען אין תפיסה. דארט האט ער זיך ערשט גענומען ליינען און אינטרעסירן א ביסל איבער די וועלט. און אמעריקאנער סאסייעטי. ביז ער איז געווארן זייער א געבילדעטער מענטש. און ער האט (נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען פון תפיסה) זיך אפגעלאזט פון קריים. און ער האט באמת געוואלט אויפהייבן דעם עקאנאמישן און מאראלישן מצב פון זיין פאלק. נאר ער איז ליידער פריצייטיג פארשניטן געווארן דורך דעם ארכי שונא ישראל און מערדער לואיס פארראקהאן, ימ"ש...! וועלכער האט געשיקט צוויי רוצחים אז זיי זאללן איהם דערשיסן ווען ער האט געהאלטן אינמיטן א ראללי לטובת די שווארצע באפעלקערונג אין הארלעם. אין יאר 1965. ווען דארט אויפ'ן סטעידזש זענען אויך געווען זיין ווייב און זיינע קליינע קינדער...!

די בוך Black rednecks & White liberals פון Thomas sowell (יא, א שווארצער..) איז גאר לערנבאר אין די Subject.
דינסטאג יוני 22, 2021 8:05 am#476395
אונטער חכם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:Slum areas..... ווער מאכט עס פאר Slum areas??
פארוואס ווען אידן וואונען צוזאמגעשטופט אין ניו סקווער און מאה שערים הייסט עס נישט א Slum area??
פארוואס הונדערט פופציג יאר נאך Slavery און 60 יאר נאך Jim crow האבן זיי זיך נישט אויפגעהויבן??
פארוואס אידן וואס זענען דורך א Holocaust גיבן נישט ארויס Slum areas???

ולסיום, וואס פונקטליך איז דיין ציל מיטן פארטיידיגן א מיעוס'ן און עקלהאפטיגן חינוך סיסטעם?
און פארוואס טרעפסטו נישט די אלע שיינע תירוצים ווען ס'קומט צו מענער און סעקסועל הערעסמענט??
די שווארצע חינוך סיסטעם איז נישט זייער אייגענע, זיי שיקן אין פאבליק סקולס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די גאווערמענט, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די מעדזשאריטי.

1. די שווארצע "קולטור" (אדער ווי Thomas sowell וואלט געזאגט: די אמאליגע "Redneck" קולטור..) קוקט ארויף אויף פיזישע שטארקייט אפילו ווען ס'קומט מיט Violence.
2. זייער קולטור איז "זייער" ראסיסטיש (רעדן קעגן די ווייסע ראסע וכד' איז פון די נארמאלסטע זאכן, און ווערט "בכלל נישט" פארדאמט).
3. זייער קולטור קוקט ארויף פיל מער פיזישע שטארקייט ווי איידער Brain power (פארוואס טאקע זענען שווארצע אזוי איבערוויגנד אין די ספארטס און נישט אין R&D..?)
4. די וויקטים-הוד קולטור, וואס ווערט נאר ערגער און ערגער, איז גורם אז מען זאל בכלל נישט זוכן זיך צו פארעכטן..

א קולטור ווערט אריינגעפרעגלט דורך עלטערן אינדערהיים, די סביבה, און די חינוך סיסטעם "וואס פייט עס נישט".
און ליידער יא, די Majority וואס וואטוען אין די School districts זענען טאקע נישט אינטערסירט אז מען זאל פייטן די קולטור. זיי האלטן ווי בת קול וכדומה, אז ס'איז בכלל נישט פארהאן קיין פראבלעם, און אדרבה זאגן אז יא נעמט זיך פון ראסיזם.

און דא קומט די Funny part..
אין פערזענדליכע Interactions מיט שווארצע איניווידועלן (וואס פאסירט גאנץ אפט..) בין איך זייער פריינטליך און רעספעקטפול, און כ'פיל א שטארקע מיטגעפיל אויף זייער גורל.
און מיין האס צו די לינקע מהלך המחשבה, קומט אין גרויס טייל צוליב מיין מיינונג, אז זיי (מיט זייער Virtue signaling), זענען א דירעקטע גורם צו די סיבה אז די שווארצע קולטור טוישט זיך נישט.
דינסטאג יוני 22, 2021 9:06 am#476396
ליב צו וויסן האט געשריבן:מען מישט צוזאם הודו מיט כוש דא...

זעהן די שלעכטס אין א "קולטור", איז הימל און ערד פון אנקוקן שלעכט א "ראסע".

די שווארצע "ראסע" איז בכלל נישט די אישו דא, די אישו איז זייער "קולטור".
איי פארוואס רופט מען עס "שווארצע" קולטור? ווייל דאס איז די קולטור פון "רוב" שווארצע היינט. גענוי ווי די "היימישע" קולטור איז נאר די קולטור פון "רוב" היימישע.

און איה"נ ווען איינער ברענגט ארויס א שלעכטע נקודה פון די היימישע קולטור ווייזט עס בכלל נישט אויף פיינטשאפט צו היימישע אידן בככליות.

(פארשטייט זיך, ווען א צייטונג איז ביזי טאג און נאכט ארויסברענגען אלע שלעכטע זיטן נאר פון איין ספעציפישע קולטור קען דאס אנדייטן פיינטשאפט וכדומה, אבער נישט דאס איז די מדובר דא).

טעלער איז ביזי דערמיט טאג און נאכט, ס'איז נישט דאס ערשטע מאל ער איז אויפן אגענדע דערפאר, מ'קען ארויסברענגען שלעכטע זיטן פון א קולטור אן נוצן די אלע נידעריגע אומפאסענדע לשונות וואס באלאנגט נישט אין קיין אידישע צייטונג אפילו ס'וואלט נישט געווען ראסיסיטיש.

וואס איז געווען דער ציל דערפון? זיין טעזע איז בכלל נישט געווען שווארצע, ער ברענגט דאס בדרך אגב, וואס וואלט געפעלט פון זיין מעסעדש אויב ער וואלט נישט אריינגעמישט זיינע העסליכע לשונות.. גיב א קוק ווי אזוי ער שרייבט קעגן בנט און ביבי! אזוי רעדט מען? זיי האבן אים אמאל א חמור אוועקגענומען?

ער באלאנגט נישט אין די ביזנעס פון פארטרעטן א ציבור און דער בלאט ווייסט דאס און קערט נישט. דאס איז די אישו
דינסטאג יוני 22, 2021 9:50 am#476397
יעדער דא האלט אז דעס איז א פּרבאַבּלעם, אזוי ווי מאטי. די שאלה איז וויאזוי זיך צו באגיין מיט דער פראבלעם. לויפן צו די פאוסט? אריינשיקן בריוון צו דער בלאט? וכו' וכו'

לדעתי, ווען ס'זאלן ווען צוואנציג דרייסיג אידן שיקן בריוו אדער אריינרופן אין אפיס, אדער זעהן אז מער ארויפגעקוקטע אידן זאלן עס פארלאנגן וואלט עס מתקן געווען די פראבלעם. ווידעראום די רציחה'דיגע און שלעכטע מהלך וואס יענער האט אונטערגענומען מיטן לויפן צו די גויאישע פרעסע וועט קלאר 'נישט' מתקן זיין די פראבלעם.

דערפאר בין איך געקומען צו דער החלטה אז די וואס כלומרשט באדערט זיי די ראסיזם זענען סטאם ליגנערס.
דינסטאג יוני 22, 2021 9:54 am#476399
אונטער חכם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:Slum areas..... ווער מאכט עס פאר Slum areas??
פארוואס ווען אידן וואונען צוזאמגעשטופט אין ניו סקווער און מאה שערים הייסט עס נישט א Slum area??
פארוואס הונדערט פופציג יאר נאך Slavery און 60 יאר נאך Jim crow האבן זיי זיך נישט אויפגעהויבן??
פארוואס אידן וואס זענען דורך א Holocaust גיבן נישט ארויס Slum areas???

ולסיום, וואס פונקטליך איז דיין ציל מיטן פארטיידיגן א מיעוס'ן און עקלהאפטיגן חינוך סיסטעם?
און פארוואס טרעפסטו נישט די אלע שיינע תירוצים ווען ס'קומט צו מענער און סעקסועל הערעסמענט??
די שווארצע חינוך סיסטעם איז נישט זייער אייגענע, זיי שיקן אין פאבליק סקולס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די גאווערמענט, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די מעדזשאריטי.

גערעכט.
איך האב דאס שוין אויבען געשריבן די ליבערעלס און די שווארצע פירערעס האבן אן אינטערעסע דאס די מענארעטי זאל זיך שפירן סעקענד-קלעס און באקריוועדעד
אזוי קימען זיי אריין אין שפיל אלס די רעטער...
דינסטאג יוני 22, 2021 10:09 am#476401
מאטי האט געשריבן:ראסיזם איז לאו דוקא געוואנדן צו די פאקטן אונטער די פראקלאמאציע איז אמת צו נישט.
ס'איז אמת אז לעת עתה פּלאגט זיך די שווארצע באפעלקערונג מיט א העכערע מאס וויילענס, שוואכערע עדיוקעישן
...

אנדער האלטן מען דארף פוילן ביי זיך צי גלייבן אז ס'איז נישט אמת!!!

מען ברויך זיך פארמאכן די אויגן און האלט און איין חזרן ניין ניין!! ס'איז נישט אמת! די שווארצע האבן נישט א העכערע מאס וויילענס!!
און אויב האסטו נאך אלץ א ספק איז דאס ווייל דו ביסט ווייס און א יעדער וואס איז א חלק פין די וואסע ראסע ווערט געבוירן א ראסיט און ס'איז א לעבענס סטראגעל דאס אויסצירייסן פין זיך
און טאקע נישט מורא האבן אין עלעוועטער...
דינסטאג יוני 22, 2021 10:11 am#476402
1. די שווארצע "קולטור" (אדער ווי Thomas sowell וואלט געזאגט: די אמאליגע "Redneck" קולטור..) קוקט ארויף אויף פיזישע שטארקייט אפילו ווען ס'קומט מיט Violence.
2. זייער קולטור איז "זייער" ראסיסטיש (רעדן קעגן די ווייסע ראסע וכד' איז פון די נארמאלסטע זאכן, און ווערט "בכלל נישט" פארדאמט).
3. זייער קולטור קוקט ארויף פיל מער פיזישע שטארקייט ווי איידער Brain power (פארוואס טאקע זענען שווארצע אזוי איבערוויגנד אין די ספארטס און נישט אין R&D..?)
4. די וויקטים-הוד קולטור, וואס ווערט נאר ערגער און ערגער, איז גורם אז מען זאל בכלל נישט זוכן זיך צו פארעכטן..

א קולטור ווערט אריינגעפרעגלט דורך עלטערן אינדערהיים, די סביבה, און די חינוך סיסטעם "וואס פייט עס נישט".
און ליידער יא, די Majority וואס וואטוען אין די School districts זענען טאקע נישט אינטערסירט אז מען זאל פייטן די קולטור. זיי האלטן ווי בת קול וכדומה, אז ס'איז בכלל נישט פארהאן קיין פראבלעם, און אדרבה זאגן אז יא נעמט זיך פון ראסיזם.
.

די חרדישע שווארצע רעפער ניסים בלעק, האט אין עטליכע אינטערוויו'ס שטארק ארומגערעדט פון פונקט 1&3, ער זאגט למשל אז די פובליק סקול ווי ער האט געלערנט אלס קינד, איז געווען פון די סאמע לעצטע צו באקומען לערן ביכער, ביי די אנהייב פון די יאר, אבער די ערשטע צו באקומען אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די ספארטס, און פאר די שפילערייען האבן זיי באקומען די נייעסטע און מאדערענסטע, אבער די בוקס האבן זיי טיילמאל באקומען די פאר-יעריגע און אלטע.
דינסטאג יוני 22, 2021 10:39 am#476403
דער ארטיקל פון טעלער איז שוין געווען צוויי וואכן צוריק אינעם בלאט, און איז דערנאך געווען פארשפרייט אין אלע בתי מדרשים, ואין פוצה פה ומצפצף. דער פראבלעם איז נישט טעלער אליין, נאר אז ראסיזם ווערט נישט געזען ביי א גרויס חלק פון אונזער ציבור ווי א גרויסער פראבלעם אז מ'זאל זיך עפעס אנרופן דערויף.

און טעלער אליין איז דאך כידוע א רעפּיעט אפענדער. דער וועקער האט פאראיאר געווידמעט א גאנצן ארטיקל אויף זיין שנאה און ראסיזם. אנשטאט דער בלאט זאל פרובירן צו טוישן, און אנשטאט טעלער זאל זיך עפעס לערנען האט ער טראציג געענטפערט אז ער טוישט גארנישט, און איז ווידער אנגעגאנגען מיט זיין גרויליגע שפראך. טעלער און דער בלאט זענען נישט קיין אומשולדיגע שעפעלעך מיט א פליטת הקולמוס.
דינסטאג יוני 22, 2021 11:17 am#476418
אלע צוזאמען האט געשריבן:די חרדישע שווארצע רעפער ניסים בלעק, האט אין עטליכע אינטערוויו'ס שטארק ארומגערעדט פון פונקט 1&3, ער זאגט למשל אז די פובליק סקול ווי ער האט געלערנט אלס קינד, איז געווען פון די סאמע לעצטע צו באקומען לערן ביכער, ביי די אנהייב פון די יאר, אבער די ערשטע צו באקומען אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די ספארטס, און פאר די שפילערייען האבן זיי באקומען די נייעסטע און מאדערענסטע, אבער די בוקס האבן זיי טיילמאל באקומען די פאר-יעריגע און אלטע.

לויט ווי איך געדענק רעדט ער דארט פון די (סיסטעמיק רעיסיזם) וואס איז דא אין די עדיוקעישען דיפארטמענט,
אז אין די שווארצע סקול דיסטריקטס אינוועסט מען נאר אין ספארטס וכו׳
בשעת וואס זיי באקומען נישט קיין געהעריגע פאנדינג פאר רעגולער עדיוקעישען.
דינסטאג יוני 22, 2021 11:20 am#476421
אבטולמוס האט געשריבן:דער ארטיקל פון טעלער איז שוין געווען צוויי וואכן צוריק אינעם בלאט, און איז דערנאך געווען פארשפרייט אין אלע בתי מדרשים, ואין פוצה פה ומצפצף. דער פראבלעם איז נישט טעלער אליין, נאר אז ראסיזם ווערט נישט געזען ביי א גרויס חלק פון אונזער ציבור ווי א גרויסער פראבלעם אז מ'זאל זיך עפעס אנרופן דערויף.

און טעלער אליין איז דאך כידוע א רעפּיעט אפענדער. דער וועקער האט פאראיאר געווידמעט א גאנצן ארטיקל אויף זיין שנאה און ראסיזם. אנשטאט דער בלאט זאל פרובירן צו טוישן, און אנשטאט טעלער זאל זיך עפעס לערנען האט ער טראציג געענטפערט אז ער טוישט גארנישט, און איז ווידער אנגעגאנגען מיט זיין גרויליגע שפראך. טעלער און דער בלאט זענען נישט קיין אומשולדיגע שעפעלעך מיט א פליטת הקולמוס.

יעדער דא פארשטייט די פראבלעם. די שאלה איז וואס איז די ריכטיגע לעזונג, און צו מ'האט שוין פרובירט לייכטערע מעטאדעס צו ברענגען טויש. איר האט נישט קיין פראבלעם מיט א מעטאדע וואס פארעכט נישט די פראבלעם אבער איז גורם רציחה קעגן אייך און אייערע ברידער. אויב באדערט אייך עס אזוי שטארק דעמאלט וואלט איר געזאלט עפענען א אשכול וועגן די ארטיקל און אנפרעגן די עולם פאר פראקטישע אידייען וויאזוי עס צו מתקן זיין. אבער דערווייל איז די איינציגסטע מיטל וואס איר שטיצט די זעלבע מיטל וואס איר באשולדיגט יענער אויף נאר ביי אייך איז עס נאך נעקסט לעוועל אויך. סיי איר שיסט זיך און די אייגענע ברידער, און איר נעמט א ווייאלענט שטאנד.
דינסטאג יוני 22, 2021 12:55 pm#476428
מאטי האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:מען מישט צוזאם הודו מיט כוש דא...

זעהן די שלעכטס אין א "קולטור", איז הימל און ערד פון אנקוקן שלעכט א "ראסע".

די שווארצע "ראסע" איז בכלל נישט די אישו דא, די אישו איז זייער "קולטור".
איי פארוואס רופט מען עס "שווארצע" קולטור? ווייל דאס איז די קולטור פון "רוב" שווארצע היינט. גענוי ווי די "היימישע" קולטור איז נאר די קולטור פון "רוב" היימישע.

און איה"נ ווען איינער ברענגט ארויס א שלעכטע נקודה פון די היימישע קולטור ווייזט עס בכלל נישט אויף פיינטשאפט צו היימישע אידן בככליות.

(פארשטייט זיך, ווען א צייטונג איז ביזי טאג און נאכט ארויסברענגען אלע שלעכטע זיטן נאר פון איין ספעציפישע קולטור קען דאס אנדייטן פיינטשאפט וכדומה, אבער נישט דאס איז די מדובר דא).

מ'קען ארויסברענגען שלעכטע זיטן פון א קולטור אן נוצן די אלע נידעריגע אומפאסענדע לשונות וואס באלאנגט נישט אין קיין אידישע צייטונג אפילו ס'וואלט נישט געווען ראסיסיטיש.

וואס איז געווען דער ציל דערפון? זיין טעזע איז בכלל נישט געווען שווארצע, ער ברענגט דאס בדרך אגב, וואס וואלט געפעלט פון זיין מעסעדש אויב ער וואלט נישט אריינגעמישט זיינע העסליכע לשונות.. גיב א קוק ווי אזוי ער שרייבט קעגן בנט און ביבי! אזוי רעדט מען? זיי האבן אים אמאל א חמור אוועקגענומען?

איך Agree.
דינסטאג יוני 22, 2021 12:59 pm#476429
real fake news האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:די חרדישע שווארצע רעפער ניסים בלעק, האט אין עטליכע אינטערוויו'ס שטארק ארומגערעדט פון פונקט 1&3, ער זאגט למשל אז די פובליק סקול ווי ער האט געלערנט אלס קינד, איז געווען פון די סאמע לעצטע צו באקומען לערן ביכער, ביי די אנהייב פון די יאר, אבער די ערשטע צו באקומען אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די ספארטס, און פאר די שפילערייען האבן זיי באקומען די נייעסטע און מאדערענסטע, אבער די בוקס האבן זיי טיילמאל באקומען די פאר-יעריגע און אלטע.

לויט ווי איך געדענק רעדט ער דארט פון די (סיסטעמיק רעיסיזם) וואס איז דא אין די עדיוקעישען דיפארטמענט,
אז אין די שווארצע סקול דיסטריקטס אינוועסט מען נאר אין ספארטס וכו׳
בשעת וואס זיי באקומען נישט קיין געהעריגע פאנדינג פאר רעגולער עדיוקעישען.

אוודאי, די שווארצע סקול דיסטריקטס בעטן זיך בתחנונים פאר נייע בוקס ווי איידער געלט פאר ספארטס, נאר די רשעות'דיגע עדיוקעישן דעפארטמענט (אנגעפאקט מיט לינקע דעמאקראטן..) זאגט ניין!!
:lol:
דינסטאג יוני 22, 2021 2:27 pm#476443
Re: מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג
ווי איך פארשטיי רעדט מען זיך נישט צונויף, יעדער מיינט אן אנדערע נקודה, און זאגט אז יעדער איז מסכים דערצו.

ס'איז געזאגט געווארן דא פארשידענע מהלכים:
א) ס'נישט דא קיין ראסיזם בכלל ביי אונז, ווייל אונז האבן פשוט מורא פון שווארצע, בעיסט אויף זייערע קריים נומערן (קורקלענד בחלק מתגובותיו, ועוד)

ב) ס'איז דא עטוואס ראסיזם ביי אונז, אבער ס'איז א קליינע (מינדערוויכטיגע?) פראבלעם ווייל ס'נישט 'עכט' ראסיזם ווייל ס'טייטשט זיך נישט אויס צו מעשים (קורקלענד בחלק מתגובותיו, פידלער)

ג) ס'איז מעגליך א שטארקע פראבלעם, אבער גיין צו די מידיא איז נישט די לעזונג, און איז נאר גורם שלעכטס. (קורקלענד)

ד) ברענגן ארויס אנטריסטונג אז אין א היינטיגע לינקע וועלט נאר זאגן מיטן מויל אז געוויסע קאמיונעטי'ס מוטשען זיך מיט פראבלעמען מער ווי אנדערע, קענסטו שוין ווערן באטיטלט א ראסיסט. (הקטן, ליב צו וויסן, פידלער)

יעצט מ'דארף קענעם זעהן נויאנסן אין יענעמ'ס תגובות אויכעט, ווען איינער זאגט אז אונז פלאגן זיך מיט ראסיזם, מוז נישט בהכרח מיינען אז ער האלט גיין צו די מידיע איז א לעזונג. אן ווען איינער רעדט זיך אפ אויף 4, מיינט נישט אז ער בארעכטיגט ראסיזם אדער האלט אז פלאג מיר זיך נישט מיט ראסיזם.

איך פערזענדליך האלט;
אויף א': שקר.
אויף ב': ס'טייטשט זיך יא אויס אויף באנעהמונג און מעשים, און אפילו ווען נישט, איז עס א פונקט אזא פראבלעם.
אויף ג': קען זיין, כ'נעם נישט קיין שטעלונג.
אויף ד': מסכים.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
דינסטאג יוני 22, 2021 2:52 pm#476445
אלע צוזאמען האט געשריבן:"There is nothing more painful to me at this stage in my life than to walk down the street and hear footsteps and start thinking about robbery. Then (I) look around and see someone white and feel relieved."
ווייסט ווער ס'האט דאס געזאגט? די באקאנטע שווארצע אקטיוויסט 'דזשעסי דזשעקסאן'!!
אלזא ס'נישט קיין ''אידישע זאך'' צו מורא האבן פון א שווארצע יונג, און ניין, מ'ווערט נישט קיין ראסיסט פארן מורא האבן צו פארן אין אן עלעוועטאר מיט א שווארצער,

אלע צוזאמען: בהקשר מיט דעם וואס דו פארציילסט דא האביך מיך דערמאנט א מעשה.

ס'איז דא א זינגער פון קאנטרי מיוזיק און ראק. אן אפרא אמערייקאנער. ער איז זייער שטארק פאפולאר. (איך קען מיך אויף די רגע נישט דערמאנען זיין נאמען. ווען כ'עלל וויסן וועלל איך עס אריינלייגן.).

פארציילט ער אויף זיך כמאה עדים. אז מיט בערך 20 יאר צוריק איז ער געווען אין פילאדעלפיע אין א בילדינג. דארט אין עלעוועיטער איז געווען א אידישע קאפל. ווען זיי האבן געזעהן דעם (אומבאקאנטן) שווארצן אריינקומען אין עלעוועיטער האבן זיי ..."אוועקגעציטערט" ער האט דאס באמערקט.האט ער גענומען שפיעלן אויף זייערע פיעלינגס פון פחד. ער האט א יעדע פאר סעקונדס געקוקט מיט א געמאכטן שטרענג פנים. און די אידישע קאפל האבן געפערליך אוועקגעפחדנ'ט. אזוי פארציילט ער מיט אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע הנאה...!
דינסטאג יוני 22, 2021 4:47 pm#476456
ליב צו וויסן האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:די חרדישע שווארצע רעפער ניסים בלעק, האט אין עטליכע אינטערוויו'ס שטארק ארומגערעדט פון פונקט 1&3, ער זאגט למשל אז די פובליק סקול ווי ער האט געלערנט אלס קינד, איז געווען פון די סאמע לעצטע צו באקומען לערן ביכער, ביי די אנהייב פון די יאר, אבער די ערשטע צו באקומען אלע נויטיגע צוגעהערן פאר די ספארטס, און פאר די שפילערייען האבן זיי באקומען די נייעסטע און מאדערענסטע, אבער די בוקס האבן זיי טיילמאל באקומען די פאר-יעריגע און אלטע.

לויט ווי איך געדענק רעדט ער דארט פון די (סיסטעמיק רעיסיזם) וואס איז דא אין די עדיוקעישען דיפארטמענט,
אז אין די שווארצע סקול דיסטריקטס אינוועסט מען נאר אין ספארטס וכו׳
בשעת וואס זיי באקומען נישט קיין געהעריגע פאנדינג פאר רעגולער עדיוקעישען.

אוודאי, די שווארצע סקול דיסטריקטס בעטן זיך בתחנונים פאר נייע בוקס ווי איידער געלט פאר ספארטס, נאר די רשעות'דיגע עדיוקעישן דעפארטמענט (אנגעפאקט מיט לינקע דעמאקראטן..) זאגט ניין!!
:lol:

זיי מוחל גיי לייעו די ארטקיל נאכדעם רעד, איך האב בלויז נאכגעזאגט וואס איך געדענק.

אגב דיין תגובה דא איז געווען א גרויליגע ראסיסטישע תגובה, און סווייזט אז די הייבסט נישט אהן צו וויסן די היסטאריע איבער ראסיזם אין אמעריקא.
דינסטאג יוני 22, 2021 8:36 pm#476469
איך האב מיט אפאר יאר צוריק פונקט געזען דער טאמעס סאוועל אין עפעס א דאקומענטרי, איך בין משוגע נתפעל געווארן און נאכגעזוכט מער אינפאו אויף איהם. ער רעדט באמת דברים של טעם און וויבאלד די עסטאבלישמענט ווייסט אז איהם וועט מען נישט קענען אפּפרעגן טוהן זיי איהם פשוט איגנארירן!

איך וואלט געראטן אז אויב וויל ריעל פעיק ניוז זיך אביסל לערנען די היסטאריע פון ראסיזם אין אמעריקע זאל ער אפיר זוכן אפאר דעבאטעסַאויף די נושא פון טאמעס סאוועל.

בד''וו קאדענס אווענס, קלערענס טאמעס, טאמעס סאוועל האבן נישט קיין שווארצע פריווילעגיע, טראץ וואס זיי זענען שווארץ....
דינסטאג יוני 22, 2021 8:45 pm#476471
ס'זעהט אויס אז אונז לערן מיר סמיכת הפרשיות: דער עולם (נאר ווער ס'איז אינטרעסירט.) זאלל מוחל זיין נאכקוקן וואס כ'האב געשריבן איבער דעם עניין אין אשכול פון..."קאר די ביה יחדון"...! אבער נאך ווי געפרייט...!
דינסטאג יוני 22, 2021 9:13 pm#476477
תוהו ובוהו האט געשריבן:ווי איך פארשטיי רעדט מען זיך נישט צונויף, יעדער מיינט אן אנדערע נקודה, און זאגט אז יעדער איז מסכים דערצו.

ס'איז געזאגט געווארן דא פארשידענע מהלכים:
א) ס'נישט דא קיין ראסיזם בכלל ביי אונז, ווייל אונז האבן פשוט מורא פון שווארצע, בעיסט אויף זייערע קריים נומערן (קורקלענד בחלק מתגובותיו, ועוד)

ב) ס'איז דא עטוואס ראסיזם ביי אונז, אבער ס'איז א קליינע (מינדערוויכטיגע?) פראבלעם ווייל ס'נישט 'עכט' ראסיזם ווייל ס'טייטשט זיך נישט אויס צו מעשים (קורקלענד בחלק מתגובותיו, פידלער)

ג) ס'איז מעגליך א שטארקע פראבלעם, אבער גיין צו די מידיא איז נישט די לעזונג, און איז נאר גורם שלעכטס. (קורקלענד)

ד) ברענגן ארויס אנטריסטונג אז אין א היינטיגע לינקע וועלט נאר זאגן מיטן מויל אז געוויסע קאמיונעטי'ס מוטשען זיך מיט פראבלעמען מער ווי אנדערע, קענסטו שוין ווערן באטיטלט א ראסיסט. (הקטן, ליב צו וויסן, פידלער)

יעצט מ'דארף קענעם זעהן נויאנסן אין יענעמ'ס תגובות אויכעט, ווען איינער זאגט אז אונז פלאגן זיך מיט ראסיזם, מוז נישט בהכרח מיינען אז ער האלט גיין צו די מידיע איז א לעזונג. אן ווען איינער רעדט זיך אפ אויף 4, מיינט נישט אז ער בארעכטיגט ראסיזם אדער האלט אז פלאג מיר זיך נישט מיט ראסיזם.

איך פערזענדליך האלט;
אויף א': שקר.
אויף ב': ס'טייטשט זיך יא אויס אויף באנעהמונג און מעשים, און אפילו ווען נישט, איז עס א פונקט אזא פראבלעם.
אויף ג': קען זיין, כ'נעם נישט קיין שטעלונג.
אויף ד': מסכים.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

איך וויל פאררעכטן וואס די זאגסט אין מיין נאמען. אויף נקודה ב' האב איך סך הכל געזאגט דאס ---
ס'איז דא ראסיזם ביי אונז. ס'טייטשט זיך נישט אויס צו מעשים.
די איבעריגע איז דיין אייגענע סברה.

נקודה ד' פארשטיי איך נישט, so I don't know if you're quoting me correctly there or not
מיטוואך יוני 23, 2021 12:30 am#476486
תוהו ובוהו האט געשריבן:א) ס'נישט דא קיין ראסיזם בכלל ביי אונז, ווייל אונז האבן פשוט מורא פון שווארצע, בעיסט אויף זייערע קריים נומערן

איך פערזענדליך האלט;
אויף א': שקר.

וואס פינקטלעך איז שקר...

1. ס'איז יא דא וואס האלטן ראסע איז די סיבה פאר קריים?
2. קיינער האט נישט מורא פין א שווארצען בעיסט פשוט אויף זייערע קריים נומערן (אן האלטן אז ראסע שפילט א ראלע)

איך געדענק נישט איינער זאל האבן געשריבן, "ס'נישט דא קיין ראסיזם בכלל ביי אונז" פין וואו זאל יענער וויסען וואס טוט זיך ביי א יעדעם איינעם אין הארץ
און פינקט אזוי ווייסטו נישט פארוואס דער אדער יענער האט מורא
מיטוואך יוני 23, 2021 1:04 am#476489
אבטולמוס האט געשריבן: כדי אונזער ראסיזם זאל זיך איבערטייטשן אין הריגות ממש דארפן מיר זיין א גרויס מאכטפול פאלק. קיין שום קליינטשיק מתי מעט האט קיינמאל נישט גע'הרג'עט.

דאס קען אפשר פארענפערן פארוואס ס'איז דא אסך מער קריים ביי די שווארצע, פשוט זיי זענען א מער מאכטפול, און נישט קיין מתי מעט פאלק, א וואו די ווייסע :D
ווארט נאר, ווארט נאר, ווען ס'וועט זיין אביסל מער אידן וועסטו שוין זען הריגות ממש אויף א גרויסער פארנעם, פינקט וואו א וויק-ענד אין chicago ...

א יעדע דענקער וואס קען אביסל היסטערי פארשטייט דאס
מיטוואך יוני 23, 2021 3:38 am#476492
Re: מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג
דער אשכול איז עפעס צו פאפולאר. ווער פון אייך שרייבט אין די בלאט? זייטס ענק שוין מודה!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
מיטוואך יוני 23, 2021 8:19 am#476497
הקטן האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן: כדי אונזער ראסיזם זאל זיך איבערטייטשן אין הריגות ממש דארפן מיר זיין א גרויס מאכטפול פאלק. קיין שום קליינטשיק מתי מעט האט קיינמאל נישט גע'הרג'עט.

דאס קען אפשר פארענפערן פארוואס ס'איז דא אסך מער קריים ביי די שווארצע, פשוט זיי זענען א מער מאכטפול, און נישט קיין מתי מעט פאלק, א וואו די ווייסע :D
ווארט נאר, ווארט נאר, ווען ס'וועט זיין אביסל מער אידן וועסטו שוין זען הריגות ממש אויף א גרויסער פארנעם, פינקט וואו א וויק-ענד אין chicago ...

א יעדע דענקער וואס קען אביסל היסטערי פארשטייט דאס

הקטן: דיין לעצטיגער מאמר איז אדער געשריבן געווארן מיט א שטיקל ליצנות'דיגן אונטערשלאג. אדער איז עס סתם א טעות. ווייל די אורזאכן און יסודות פאר דעם נעגאטיוון אויפפיהרונג פון א גרויסן טייל (אפשר א מערהייט) פון די אפריקאנער-אמעריקאנער באפעלקערונג איז בכלל נישט באזירט אין די צאל פון זייער באפעלקערונג.

לויט געוויסע סאציאלע חוקרים האט עס ענדערש צו טון (און איך זאג נישט אז זיי זענען גערעכט) מיט די אומ-מענטשליכע באדינגונגען פון די אפריקאנער שקלאפן. וואו זיי האבן געוואוינט, צומאל אין ערגערע קווארטירונג ווי די בהמות אויף א פארם . אדער לכה"פ נישט בעסער. אויך. מיט דעם פאקט אז די שקלאפן אייגנטומער האבן צוטיילט משפחות. און למשל פארקויפט די ניי-געבוירענע און יונגע שקלאפן אויפ'ן מארק. אזוי אז זיי האבן זיך נישט דערלערנט וויאזוי צו לעבן א נארמאלן לעבן פון א משפחה. אנדערש ווי להבדיל די אידן אין מצרים. וועלכע האבן יא געלעבט ווי איין משפחה...!

נאכאמאל. מיט די גרויסע אדער קלענערע צאל פון די באפעלקערונג האט עס נישט צו טון. די כינעזער, למשל זענען דאך די גרעסטע לאנד אין באפעלקערונג. פונדעסטוועגן טוען זיי נישט אפ די זעלבע אדער ענליכע געוואלדטאטן וואס די אפריקאנער טוען...!
מיטוואך יוני 23, 2021 9:02 am#476502
.
מיטוואך יוני 23, 2021 9:22 am#476505
דזשאדזש, איך וויל מיך זייער אנטשולדיגן פאר די דעפענדענט אז איך האב אים צאמגעשלאגן ווייל ער האט מיך פארשעמט און געשריגן אז איך בין א גארנישט און ווייל ער האלט מיך אין איין פארשעמען און בארעדן פאר יעדעם איינעם און עניוועי זיין קערפער איז געמאכט פון אייזן, גארנישט טוט אים וויי; און דאס איז וואס ער איז כסדר אויסן טאקע, מיך אויפצורעגן ביז איך וועל אים שלאגן, ווי אויך איז רעדן נישט די איינציגסטע וועג פון שליכטן א פייט, זיכער נישט די וועג ווי אזוי ער רעדט, און איך האב אים נאר געשלאגן כדי ער זאל מיך לאזן אויסרעדן. די קאנסטוטוציע זאגט אז מען דארף יעדעם לאזן האבן א ווארט און מען ברויך דאס רעספעקטן אהן ווייאלענס. אבער כ'וועל זען ס'זאל מער נישט פאסירן.
מיטוואך יוני 23, 2021 9:48 am#476506
In the recent June 19 edition of the NEW YORK POST, a story was published accusing our Yiddish-language newspaper, Der Blatt, of publishing a 'racist' column. Therefore, we feel obligated, first and foremost, to apologize to anyone who is offended or hurt by anything that was published in our newspaper.

וואס האט דאס מיט יודיש איינגעשטויסן. העפענס טו בי אז דיין צייטונג איז געשריבן אין יודיש ווייל עפעס אנדערש רעדסטו נישט אבער די צייטונג בעצם איז א פארטיי פראפעגאנדע מיטל. גארנישט מער.

עניטינג? גארנישט עניטינג. פארוואס ביסטו וועיג? באציה דיך צו די סיפור הידועה! בכל אופן, וואו איז די אפאלידזשי? דאסי נאר אן אריינפיהר - נאכנישט קיין אפאלאדזשי!
In the more than 20 years that we are publishing we strive to be a voice of peace, harmony, and passion within the community and beyond.Hurting the feelings of any human being or community is against our core mission and contradicts our personal and religious values.

כא כא. עטס הערטס?? וואסי מיט די אלע לשה"ר און רכילותער און מוציא שם רע פון אזויפיהל יארן געגן ענקערע געגנער?
However, we also need to clarify that the 'sources' who sent the article to the POST took the words of the article out of full context. These are the very same forces that for over a decade constantly attack and smear the entire Hasidic
community
, especially in the secular media, and will not stop for anything in their zealous quest of attacking our culture; trying to deny us our religious liberty and freedom.

סאדענלי זוכן זיי זיך צו פאראייניגן מיט אלעמען, אלע אנדערע חסידותער, אונטער איין אמבערעלא.

קולטור? מאן דכר שמיה?

וואס האט ארויסגעבן 'דער בלאט' איינגעשטויסן מיט רעלידזשעס ליבערטי און פרידאם? גלייב מיר, מיר וועלן האבן מער פרידעם און ליבערטי אהן אזאלכע שונד בלעטער ווי דער בלאט און דער איד.

When we are maliciously attacked that we "allow racism to perpetuate" or that we used a "derogatory term that's akin to the N-word" (which is not factual), or similar attacks, we must acknowledge that this is somebody taking an unfortunate incident and trying to turn it into fodder for their anti-religious agenda.

גערעכט, פיהל ערגער!

אקגנאלעדזש? איינער האט אייך געפרעגט? זייט זיכער איז מיר ווייסן דאס איר האלט אזוי. אצינד בעטן מיר פאר אן אפאלידזשי; נישט פאר קיין אקגנאלידזשמענטס!

נאכאמאל די וועיגנעס און דאס אפלייקענען אז דאס פאסירט מער אפט ווי מ'צייגט אן. הערסטע, איינמאליגע אדער זעלטענע אינצידענט...
Regardless, we understand that we need to be extremely careful so that anything that we publish in Yiddish shouldn't be able to get construed in any way as hurtful or even insensitive to any person or community.

אה ער קומט שוין ענדליך צום ווארט. גארנישט קאנסטרודעד אדער אומ-סענסעטיוו. עס איז גראב און שרייעליך ארויסגעשריבן און געפערליך אפענסיוו!
We will double our efforts to vigorously ensure the standards of sensitivity, as we have proudly done for more than two decades.

קיינער רעדט נאכנישט פון דאבעלינג. מען האלט נאך ביי די ערשטע מאל, ביי די בעיסיקס. טענקיו!
מיטוואך יוני 23, 2021 11:36 am#476507
פידלער האט געשריבן:"און ממילא איז באמת נישט נוגע וויפיל גענוי ראסיזם שאדט אין ספעציפישע פעלער." Nope. Here's where nuance comes into the picture. If the racism of the chassidim who are racist hurts no one, it is not the same as racism that hurts someone. I understand your point that once you hate, you will automatically give the people you hate fewer benefits. That's true. And that's discrimination. But anecdotally, I don't generally see this to be the case among chassidim who are landlords or business owners. From what I've observed, they will rent to the family who looks the most refined or well dressed, or comes with the best references. Obviously, I don't know all landlords/employers and could very well be wrong about this

די טעזע וואס דו שטעלסט אוועק דארף זיין א וועלטס וואונדער. ביסט מודה אז ראסיזם איז פארשפרייט ביי חסידים, ביסט מודה אז ס'איז פשוט אז אויב מ'האט פיינט איינעם וועט מען דיסקרימינירן קעגן יענעם, אבער לפלא, באזירט אויף אנעקדאטישע ראיות, דיסקרימינירן נישט חסידים קעגן שווארצע. אויב איז אמת וואס דו זאגסט וואלט מען געדארפט לאדענען די גרעסטע סאציאלאגן זאלן דאס שטודירן, ווייל דאס פרעגט אפ דאס וואס יעדער רעכטדענקנדער מענטש פארשטייט אז ראסיזם פירט אייביג צו דיסקרימינאציע.

לגבי מיין עיקר נקודה מיין איך אז דו האסט עס נישט פארשטאנען. ראסיזם איז א שרעקליכע זאך ווייל דער געדאנק פון ראסיזם, ווילאנג עס עקזיסטירט אויף דער וועלט בשום פנים ואופן, ברענגט דאס ארגסטע. עס ברענגט קנעכטשאפט, עס ברענגט א האלאקאסט. עס קען נישט קומען איין יחיד און זאגן, מיין אנטיסעמיטיזם איז שוואכער ווי א צווייטנס, ווייל כ'האב פאקטיש נאך קיינמאל גארנישט געטון קעגן א איד. דאס זעלבע קען נישט א גרופע מענטשן טענה'ן אז זייער שנאה און ראסיזם איז שוואכער ווי א צווייטנס ווייל זיי האבן נישט קיין דאקומענטירטע היסטאריע פון אונטערדרוקן אנדערע. צי איז דען אן אנטיסעמיט אין דרום-קארעא בעסער אין דיינע אויגן ווי אן אנטיסעמיט היינט אין דייטשלאנד? אנטיסעמיטיזם אלס א געדאנק ברענגט שרעקליכע נאכפאלגן פאר אידן, און דערפאר דארף דאס אויסגעראטן ווערן פאר יעדן פרייז. דאס מאכן א שמועס ביי יעדן פאל צי גענוי דארטן וואו דאס אנטיסעמיטיזם ווערט יעצט פראקטיצירט האט מען אויך געפירט אידן אין גאז-אויוונס אונטערמינעוועט די שרעקליכקייט און שעדליכקייט פון אנטיסעמיטיזם אין יעדן פאל און אין יעדן מצב.

דאס זעלבע איז ראסיזם אלס א געדאנק און אידעאלאגיע ברענגט שרעקליכע נאכפאלגן פאר שווארצע, און דערפאר דארף דאס אויסגעראטן ווערן אין יעדן פאל און אין יעדן מצב.
מיטוואך יוני 23, 2021 3:41 pm#476523
אבטולמוס האט געשריבן:ביסט מודה אז ס'איז פשוט אז אויב מ'האט פיינט איינעם וועט מען דיסקרימינירן קעגן יענעם, אבער לפלא, באזירט אויף אנעקדאטישע ראיות, דיסקרימינירן נישט חסידים קעגן שווארצע. אויב איז אמת וואס דו זאגסט וואלט מען געדארפט לאדענען די גרעסטע סאציאלאגן זאלן דאס שטודירן, ווייל דאס פרעגט אפ דאס וואס יעדער רעכטדענקנדער מענטש פארשטייט אז ראסיזם פירט אייביג צו דיסקרימינאציע.

האלטן אז ראסע איז א שפילער אדער א הויפט שפילער ווען ס'קימט צי הנהגה אדער תכנת הנפש איז ווייט נישט די זעלבע וואו פיינט האבן א צווייטען
אביסעל nuance איז אין פלאץ, אויב מעגליך

בכלל איז נישט אזוי קלאר ווען פארלאזט מען זיך אויף וואס "יעדער רעכט דענקנדער מענטש פארשטייט" און ווען איז "אנעקדאטישע ראיות" נישט געניג
מיטוואך יוני 23, 2021 3:45 pm#476524
ראסיזם איז א גרויסע פראבלעם ביי אונז, איך דארף נישט קיינער זאל מיר עס זאגן ווייל איך זע עס אליין. עס איז א נארמאלע ערשיינונג פאר א מלמד צו זאגן א גוי איז מער טמא פון א קאץ, (מען קען מיינען א קאץ האט אים עפעס געטון). עס איז נארמאל פאר א כולל אינגערמאן צו האלטן שווארצער זענען גענעטישע טיפשים. עס איז נארמאל צו הערן פון א בחור אז שווארצער וואלטן עכט געדארפט זיין קנעכט.

דאס אלעס איז זייער שלעכט אפילו אויב עס ברענגט גארנישט ארויס למעשה. אויב האלטסטו אז ראסיזם אין די וועלט קען אנברענגען שלעכטס, קענסטו נישט זאגן אז יעדער זאל ארבעטן אויף זייער ראסיזם אבער איך קען יא זיין א ראסיסט ווייל איך ווייס וויאזוי מען הענדלט עס...

חוץ מזה, עס האט קלאר יא אן אפעקט למעשה. אין יעדע פלאץ ווי איינער איז אין א פאזיציע פון מאכט, לענדלארד, בעל הבית, וכדומה, וועט ער מאכן זיין החלטה באזירט אויף די ראסיזם. פארשטייט זיך ער וועט ענדערש נעמען א שווארצע טענענט מיט א נארמאלן דזשאב ווי א ווייסער האומלעסס, אבער ווען די חילוק איז נישט אזוי בולט איז די מעשה אנדערש. ער וועט פארשטייט זיך האלטן אז ער האט גענומען די ווייסער ווייל ער איז בעסער, די שאלה איז וויפיל זיינע הנחות קדומות האבן געשפילט א ראלע צו זען די ווייסן אלס בעסער.

בנוגע די טענות אויף די פאוסט, דאס איז ריכטיג ווען מען וויל זיך טענה'ן מיט זיי, אדער ווען מען וויל אויסזען שיין צו דער גאס. און עס איז אמת, זיי האבן אסאך ארטיקלען פול מיט האס. אבער ווען מען רעדט צווישן אונז, וואס מאכט עס אויס צו די פאוסט איז ערגער? וואס מאכט יעצט אויס וויאזוי די לינקע באהאנדלען די שווארצע? עס איז זייער שיין צו האבן די שמועס אן אנדערע מאל, דא לאמיר זען וואס איז יא אדער נישט די פראבלעם, און וואס איז יא אדער נישט דער לייזונג.

לדעתי איז די איינציגע לייזונג עקספאוזשער. מען דארף ווערן מער באקאנט מיט די שווארצע מענטשן, און גוים בכלל. ווילאנג מען איז פרעמד איז זייער גרינג צו אנהאלטן כל מיני הנחות איבער זיי, ווען מען באקענט זיך זעט מען מענטשן מיט געפילן פונקט ווי אונז, מעלות און חסרונות פונקט ווי אונז, קלוגע און נארישע פונקט ווי אונז. דאס איז די וועג וויאזוי קולטורן און עטנישע גרופעס קענען זיך פארשטיין, דורך זיך באקענען איינער מיטן צווייטן. דאס איז געווען אמת בכל זמן ובכל מקום.
מיטוואך יוני 23, 2021 3:58 pm#476527
יעקב מעקסוועל: בקשר מיט די נקודה פון דיין תגובה האביך מיך דערמאנט א זיסע מעשה וואס כ'האב ערגעץ געליינט. (גראדע ווייס איך יא וואו. נאר ס'איז בעסער אז איך געב נישט אן דעם מקור.).

א היימישער איד האט אמאל געגעבן א רייד פאר אן אפריקאנער אמעריקאנער. ווען ער האט איהם אראפגעלייגט אויף זיין דעסטינאציע האט זיך יענער באדאנקט...זאגנדיג..."טהענק יו ווערי מאטש. און ווער געהרג'עט"...! רופט איהם דער איד צוריק און פרעגט איהם ..."וואו האסטו דיך דאס אויסגעלערנט"...? זאגט ער. ס'הייסט. פון מיין בעה"ב...! א יעדעס מאל ער בעט איך זאלל עפעס טון פאר איהם זאגט ער מיר די ווערטער...! לאל...!
מיטוואך יוני 23, 2021 4:04 pm#476528
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:עס איז א נארמאלע ערשיינונג פאר א מלמד צו זאגן א גוי איז מער טמא פון א קאץ, (מען קען מיינען א קאץ האט אים עפעס געטון).
מיר וועלן קודם דארפן דיפיינען וואס דער מלמד מיינט ווען ער זאגט די ווארט "טמא"
זאגסט דאך אליין די קאץ האט אים גארנישט געוטן...

עס איז נארמאל פאר א כולל אינגערמאן צו האלטן שווארצער זענען גענעטישע טיפשים.
אפשר ביסטו מסביר פארן עולם וואו אזוי ביסט געקימען צי א מסקנה, מיט א זיכערקייט, דאס קליגשאפט איז נישט גענעטישע הויעך בליט דריק איז יא
דאס וואלט שטארק ארויס געהאלפן

מיטוואך יוני 23, 2021 4:28 pm#476533
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:עס איז א נארמאלע ערשיינונג פאר א מלמד צו זאגן א גוי איז מער טמא פון א קאץ, (מען קען מיינען א קאץ האט אים עפעס געטון).

הקטן האט געשריבן:מיר וועלן קודם דארפן דיפיינען וואס דער מלמד מיינט ווען ער זאגט די ווארט "טמא"
זאגסט דאך אליין די קאץ האט אים גארנישט געוטן...

איך זאג א קאץ האט אים גארנישט געטון, ער האלט נאכאלס א קאץ פאר א נידריגע בריאה. און א גוי פאר נאך נידריגער, ווייל ער האט "בוחר" געווען צו זיין טמא.

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:עס איז נארמאל פאר א כולל אינגערמאן צו האלטן שווארצער זענען גענעטישע טיפשים.

הקטן האט געשריבן:אפשר ביסטו מסביר פארן עולם וואו אזוי ביסט געקימען צי א מסקנה, מיט א זיכערקייט, דאס קליגשאפט איז נישט גענעטישע
דאס וואלט שטארק ארויס געהאלפן

איך פארשטיי נישט פארוואס דו טראכסט איך האלט חכמה איז נישט גענעטיש, חכמה איז זיכער יא גענעטיש. עס איז נישט דא קיין גרויסע גענעטישע חילוק אין חכמה צווישן איין ראסע אין די אנדערע.
מיטוואך יוני 23, 2021 4:56 pm#476536
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך זאג א קאץ האט אים גארנישט געטון, ער האלט נאכאלס א קאץ פאר א נידריגע בריאה.

איך בין נישט זיכער וואס דו מיינסט א קאץ איז א "נידריגע בריאה"
דו האלסט אז א קאץ איז די זעלבע דרגא למשל וואו א מענטש שנברא בצלם...?
(ווייל ער האט קיינעם גארנישט געטון)

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס דו טראכסט איך האלט חכמה איז נישט גענעטיש, חכמה איז זיכער יא גענעטיש.
עס איז נישט דא קיין גרויסע גענעטישע חילוק אין חכמה צווישן איין ראסע אין די אנדערע.

אויב איינער האלט ס'איז נאר דא א קליינע גענעטישע חילוק אין חכמה צווישן איין ראסע אין די אנדערע איז נאר א קליינעראסיסט, און דאס איז OK???

ב.ד.וו וואו אזוי ווייסטו ס'איז נאר דא א קליינע חילוק אפשר איז דא א גרויסע חילוק - אפשר זענען די טשייניס פיל מער גענעטיש קליגער וואו דער איד
מיטוואך יוני 23, 2021 5:50 pm#476540
הקטן האט געשריבן:אויב איינער האלט ס'איז נאר דא א קליינע גענעטישע חילוק אין חכמה צווישן איין ראסע אין די אנדערע איז נאר א קליינעראסיסט, און דאס איז OK???

אויב איינער וויל זאגן עס איז נישט דא קיין קליינע חילוק פון איין ראסע צו די אנדערע, מיינט עס ער נעמט אן די עוורידזש חכמה אין יעדע ראסע איז פונקט די זעלבע ווי אלע אנדערע, זייער שווער צו גלייבן אז דאס איז א פאקט.

הקטן האט געשריבן:ב.ד.וו וואו אזוי ווייסטו ס'איז נאר דא א קליינע חילוק אפשר איז דא א גרויסע חילוק - אפשר זענען די טשייניס פיל מער גענעטיש קליגער וואו דער איד

קליין און גרויס איז רעלאטיוו, ווען איך זאג עס איז נישט דא קיין גרויסע חילוק צווישן איין ראסע און די אנדערע, מיין איך רעלאטיוו צו די אנדערע חילוקים וואס איז פארהאן.

אויב וויל מען אפשאצן אויב איינער איז גענעטיש קלוג, איז נאריש צו נוצן ראסע אלס פאקטאר. דאס הייסט עס מאכט אסאך מער אויס צו דער יחיד איז קלוג, ווי פון וועלכע ראסע ער איז. (דאס איז שוין נאכדעם וואס מען ווייסט באמת די עוורידזש חכמה פון יעדע ראסע).

עס איז א נארמאלע ערשיינונג צו זען א איד זיך פילן גוט אז ער איז פון די אידישע גרופע, אונז האבן געהאט איינשטיין, דער רמב"ם... און ער כאפט נישט אז דאס מאכט אים נישט קלוג בכלל, און עס איז מסתבר אז ער קומט נישט צו צו די קנעכלען פון די שווארצע חכמים. (חוץ אויב ער איז יא פון די קלוגע יחידים).
דאנערשטאג יוני 24, 2021 12:32 am#476551
בן תורה האט געשריבן:בת קול, איך מיין סאיז צייט אויפצוהערן שפילן די נקבה קארטל.
א ריכטיגע פרוי דארף נישט אין יעדע תגובה אריינווארפן אז יעדער זאל וויסן אז מאיז א פרוי.

יעצט בנוגע גיין אין אן עלעיוועיטאר
בת קול האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:און ניין, איך ציטער נישט פונעם שווארצן מער ווי פונעם חסידישן יונגערמאן.
ליידער איז א חסידישע טראגע נישט קיין שיץ קעגן רעיפיסטן און מאלעסטערס.

און איך דארף גלויבן אז איר זענט אויפריכטיג........

אלץ א וויקטים פון מאלעסטעישאן אין אן עלעוועיטער, און נישט דורך א גוי, זענען דיינע ווערטער triggering אבער נישט surprising.
אזוי ענטפערט מען וויקטימס ביי אונז.
Disgusting.

אלץ א וויקטים פון מאלעסטעישאן פון א גוי, איז Disgusting אז דו האלטס אז מדארף ענדערש מורא פון גיין אין אן עלעוועיטאר מיט א היימישן יוד ווערסוס א גוי.

I'm sorry you experienced that.
אין ערגעץ האב איך נישט געשריבן אז מען דארף "מער" מורא האבן.
איך האב געשריבן אז ביידע זענען ביי מיר גלייך.

נ.ב. איך גיי נישט אריין גיין אין די קלאזיט ווייל עס איז דיר אומבאקוועם אז איך בין דא.
דאנערשטאג יוני 24, 2021 12:39 am#476552
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:
ד) צו זאגן אז שווארצע האבן נישט געליטן פון ראסיזם איז א ביטערע געלעכטער. מי לנו גדול מהם וואס האבן געליטן פון הריגות, קנעכטשאפט, און האבן זיך געדארפט שלאגן פאר יעדעס ביסל רעכט נאך אפילו דא אין אמעריקע. נאר די טענה איז אז די ראסיזם פון אונז אידן האט זיי נישט געברענגט קיין קנעכטשאפט, נאר די ראסיזם פון אמעריקאנער, אדער אנדערע פעלקער. איז לאמיך אייך פרעגן, אויב אנטיסעמיטיזם פון די כינעזער האט נישט געברענגט גירוש שפאניע אדער דעם האלאקאסט, איז אקעי אויב א כינעזער איז אן אנטיסעמיט? וויפיל צרות און השמדות האט דען אמעריקאנער אנטיסעמיטיזם געברענגט אויף אידן? נישט קיין סך. איז אקעי פאר אן אמעריקאנער צו זיין אן אנטיסעמיט?

.

טיפיקל Straw man argument...
איינער האט דען דא געשריבן אז שווארצע "האבן" נישט געליטן פון Racism??

די גאנצע שמועס דא דרייט זיך ארום א פשוטע ארגומענט.
פאראן וואס טענה'ן אז (שלעכטע) Racism באדייט "נישט ליב האבן איינעם, ווייל ער איז נישט משלנו".
און אנדערע טענה'ן אז Racism איז אפילו ווען מען ברענגט ארויף אז א געוויסע געמיינדע ליידט פון א געוויסע שוואכקייט.

די אלע אזויגערופענע מחמירים דא, האבן נישט "קיין שום פראבלעם" צו ארויפברענגען שוואכקייטן אין געוויסע גרופעס ווען ס'איז אין זייערע אינטערעסן (בת קול קעגן מענער, און אנדערע קעגן היימישע אידן אדער סתם ווייסע..).

וואו פונקטלעך האב איך באשולדיגט א שוואכקייט אין מענער אלץ א גרופע?
דאנערשטאג יוני 24, 2021 12:42 am#476553
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:Slum areas..... ווער מאכט עס פאר Slum areas??
פארוואס ווען אידן וואונען צוזאמגעשטופט אין ניו סקווער און מאה שערים הייסט עס נישט א Slum area??
פארוואס הונדערט פופציג יאר נאך Slavery און 60 יאר נאך Jim crow האבן זיי זיך נישט אויפגעהויבן??
פארוואס אידן וואס זענען דורך א Holocaust גיבן נישט ארויס Slum areas???

ולסיום, וואס פונקטליך איז דיין ציל מיטן פארטיידיגן א מיעוס'ן און עקלהאפטיגן חינוך סיסטעם?
און פארוואס טרעפסטו נישט די אלע שיינע תירוצים ווען ס'קומט צו מענער און סעקסועל הערעסמענט??
די שווארצע חינוך סיסטעם איז נישט זייער אייגענע, זיי שיקן אין פאבליק סקולס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די גאווערמענט, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די מעדזשאריטי.

1. די שווארצע "קולטור" (אדער ווי Thomas sowell וואלט געזאגט: די אמאליגע "Redneck" קולטור..) קוקט ארויף אויף פיזישע שטארקייט אפילו ווען ס'קומט מיט Violence.
2. זייער קולטור איז "זייער" ראסיסטיש (רעדן קעגן די ווייסע ראסע וכד' איז פון די נארמאלסטע זאכן, און ווערט "בכלל נישט" פארדאמט).
3. זייער קולטור קוקט ארויף פיל מער פיזישע שטארקייט ווי איידער Brain power (פארוואס טאקע זענען שווארצע אזוי איבערוויגנד אין די ספארטס און נישט אין R&D..?)
4. די וויקטים-הוד קולטור, וואס ווערט נאר ערגער און ערגער, איז גורם אז מען זאל בכלל נישט זוכן זיך צו פארעכטן..

א קולטור ווערט אריינגעפרעגלט דורך עלטערן אינדערהיים, די סביבה, און די חינוך סיסטעם "וואס פייט עס נישט".
און ליידער יא, די Majority וואס וואטוען אין די School districts זענען טאקע נישט אינטערסירט אז מען זאל פייטן די קולטור. זיי האלטן ווי בת קול וכדומה, אז ס'איז בכלל נישט פארהאן קיין פראבלעם, און אדרבה זאגן אז יא נעמט זיך פון ראסיזם.

און דא קומט די Funny part..
אין פערזענדליכע Interactions מיט שווארצע איניווידועלן (וואס פאסירט גאנץ אפט..) בין איך זייער פריינטליך און רעספעקטפול, און כ'פיל א שטארקע מיטגעפיל אויף זייער גורל.
און מיין האס צו די לינקע מהלך המחשבה, קומט אין גרויס טייל צוליב מיין מיינונג, אז זיי (מיט זייער Virtue signaling), זענען א דירעקטע גורם צו די סיבה אז די שווארצע קולטור טוישט זיך נישט.

דו זאגטס אלין אז די שווארצע וואס דו קענסט פערזענליך, האבן עפעס נישט די שווארצע קאלטור וואס דו האסט מחליט געווען זיי האבן אלע.
דאנערשטאג יוני 24, 2021 12:43 am#476554
קורקלענד האט געשריבן:יעדער דא האלט אז דעס איז א פּרבאַבּלעם, אזוי ווי מאטי. די שאלה איז וויאזוי זיך צו באגיין מיט דער פראבלעם. לויפן צו די פאוסט? אריינשיקן בריוון צו דער בלאט? וכו' וכו'

לדעתי, ווען ס'זאלן ווען צוואנציג דרייסיג אידן שיקן בריוו אדער אריינרופן אין אפיס, אדער זעהן אז מער ארויפגעקוקטע אידן זאלן עס פארלאנגן וואלט עס מתקן געווען די פראבלעם. ווידעראום די רציחה'דיגע און שלעכטע מהלך וואס יענער האט אונטערגענומען מיטן לויפן צו די גויאישע פרעסע וועט קלאר 'נישט' מתקן זיין די פראבלעם.

דערפאר בין איך געקומען צו דער החלטה אז די וואס כלומרשט באדערט זיי די ראסיזם זענען סטאם ליגנערס.

עכט? אריין שיקן בריוון צו די בלאט האט שוין אמאל מתקן געווען א פראבלעם?
דאנערשטאג יוני 24, 2021 1:50 am#476555
בת קול האט געשריבן:עכט? אריין שיקן בריוון צו די בלאט האט שוין אמאל מתקן געווען א פראבלעם?

גיין צו די גויאישע פרעסע האט שוין אמאל מתקן געווען א פראבלעם?
דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:12 am#476556
Re: מיאוסע ראסיזם אין היימישע צייטונג
קורקלענד האט געשריבן:גיין צו די גויאישע פרעסע האט שוין אמאל מתקן געווען א פראבלעם?

וואס האלט איר, ווען איך שיק ווען אריין א בריוו צום בלאט, וואלט די הודעה געווען אין אידיש?
100089900071_10839.jpg

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:36 am#476562
בת קול האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:Slum areas..... ווער מאכט עס פאר Slum areas??
פארוואס ווען אידן וואונען צוזאמגעשטופט אין ניו סקווער און מאה שערים הייסט עס נישט א Slum area??
פארוואס הונדערט פופציג יאר נאך Slavery און 60 יאר נאך Jim crow האבן זיי זיך נישט אויפגעהויבן??
פארוואס אידן וואס זענען דורך א Holocaust גיבן נישט ארויס Slum areas???

ולסיום, וואס פונקטליך איז דיין ציל מיטן פארטיידיגן א מיעוס'ן און עקלהאפטיגן חינוך סיסטעם?
און פארוואס טרעפסטו נישט די אלע שיינע תירוצים ווען ס'קומט צו מענער און סעקסועל הערעסמענט??
די שווארצע חינוך סיסטעם איז נישט זייער אייגענע, זיי שיקן אין פאבליק סקולס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די גאווערמענט, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די מעדזשאריטי.

1. די שווארצע "קולטור" (אדער ווי Thomas sowell וואלט געזאגט: די אמאליגע "Redneck" קולטור..) קוקט ארויף אויף פיזישע שטארקייט אפילו ווען ס'קומט מיט Violence.
2. זייער קולטור איז "זייער" ראסיסטיש (רעדן קעגן די ווייסע ראסע וכד' איז פון די נארמאלסטע זאכן, און ווערט "בכלל נישט" פארדאמט).
3. זייער קולטור קוקט ארויף פיל מער פיזישע שטארקייט ווי איידער Brain power (פארוואס טאקע זענען שווארצע אזוי איבערוויגנד אין די ספארטס און נישט אין R&D..?)
4. די וויקטים-הוד קולטור, וואס ווערט נאר ערגער און ערגער, איז גורם אז מען זאל בכלל נישט זוכן זיך צו פארעכטן..

א קולטור ווערט אריינגעפרעגלט דורך עלטערן אינדערהיים, די סביבה, און די חינוך סיסטעם "וואס פייט עס נישט".
און ליידער יא, די Majority וואס וואטוען אין די School districts זענען טאקע נישט אינטערסירט אז מען זאל פייטן די קולטור. זיי האלטן ווי בת קול וכדומה, אז ס'איז בכלל נישט פארהאן קיין פראבלעם, און אדרבה זאגן אז יא נעמט זיך פון ראסיזם.

און דא קומט די Funny part..
אין פערזענדליכע Interactions מיט שווארצע איניווידועלן (וואס פאסירט גאנץ אפט..) בין איך זייער פריינטליך און רעספעקטפול, און כ'פיל א שטארקע מיטגעפיל אויף זייער גורל.
און מיין האס צו די לינקע מהלך המחשבה, קומט אין גרויס טייל צוליב מיין מיינונג, אז זיי (מיט זייער Virtue signaling), זענען א דירעקטע גורם צו די סיבה אז די שווארצע קולטור טוישט זיך נישט.

דו זאגטס אלין אז די שווארצע וואס דו קענסט פערזענליך, האבן עפעס נישט די שווארצע קאלטור וואס דו האסט מחליט געווען זיי האבן אלע.

קיינמאל נישט געזאגט...
זיין רעספעקטפול און האבן מיטגעפיל, מיינט נישט אז איך האלט יענעמס קולטור איז אויסגעהאלטן.
דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:39 am#476563
בת קול האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:
ד) צו זאגן אז שווארצע האבן נישט געליטן פון ראסיזם איז א ביטערע געלעכטער. מי לנו גדול מהם וואס האבן געליטן פון הריגות, קנעכטשאפט, און האבן זיך געדארפט שלאגן פאר יעדעס ביסל רעכט נאך אפילו דא אין אמעריקע. נאר די טענה איז אז די ראסיזם פון אונז אידן האט זיי נישט געברענגט קיין קנעכטשאפט, נאר די ראסיזם פון אמעריקאנער, אדער אנדערע פעלקער. איז לאמיך אייך פרעגן, אויב אנטיסעמיטיזם פון די כינעזער האט נישט געברענגט גירוש שפאניע אדער דעם האלאקאסט, איז אקעי אויב א כינעזער איז אן אנטיסעמיט? וויפיל צרות און השמדות האט דען אמעריקאנער אנטיסעמיטיזם געברענגט אויף אידן? נישט קיין סך. איז אקעי פאר אן אמעריקאנער צו זיין אן אנטיסעמיט?

.

טיפיקל Straw man argument...
איינער האט דען דא געשריבן אז שווארצע "האבן" נישט געליטן פון Racism??

די גאנצע שמועס דא דרייט זיך ארום א פשוטע ארגומענט.
פאראן וואס טענה'ן אז (שלעכטע) Racism באדייט "נישט ליב האבן איינעם, ווייל ער איז נישט משלנו".
און אנדערע טענה'ן אז Racism איז אפילו ווען מען ברענגט ארויף אז א געוויסע געמיינדע ליידט פון א געוויסע שוואכקייט.

די אלע אזויגערופענע מחמירים דא, האבן נישט "קיין שום פראבלעם" צו ארויפברענגען שוואכקייטן אין געוויסע גרופעס ווען ס'איז אין זייערע אינטערעסן (בת קול קעגן מענער, און אנדערע קעגן היימישע אידן אדער סתם ווייסע..).

וואו פונקטלעך האב איך באשולדיגט א שוואכקייט אין מענער אלץ א גרופע?

דו ציטערסט צו זיין אין אן עלעוועיטער מיט א "מאן", ניין?
דאנערשטאג יוני 24, 2021 9:35 am#476566
.