המלוכה והממשלה האט געשריבן:און אפילו אויב קען זיין טענות אויף ר' מאטעל האט עס גארנישט צו טוהן מיט די שמועס . ער רעדט ספעסיפקלי פון רבי'ס וואס זענען רבי'ס בירושה און זייערע חסידים זענען געצווינגען דארט צו זיין
ביי ר' מאטעל האסטו די ברירה אוועקצוגיין. ס'איז א חבורה וואס ווער ס'וויל דארט זיין איז דארט . זייער אנדערש פון א חסידות
געהעריג .....
ער איז א רבי ווי אלע רבי'ס.
איין חילוק, דער אויבערשטער האט אים געבענטשט מיט פיינע כשרונות, און ער קען א געוואלד.
אויסער דעם, אין מדות, קען ער זיך פארמעסטן מיט ר' אהרן וואס קען נישט האלטען זיין מויל פארמאכט.
און דאס האט נישט צו ער איז גערעכט אבער נישט, אוודאי איז ער הייליג גערעכט, אבער דער חידוש איז, ווען ער אליין פראוועט די זעלבע ..... און ער האט די גאטס צו רעדן דער זעלבע.
ווען ער זאל אויפגעבן דער נאמען סטיטשין גענצליך, וואלט געוועהן צו רעדן אויב ער איז אנ אמתער בעל מדריגה.
נישטא קיין בני עליה וואס פארען קיין מירון? ביסט משוגע אינגאנצען? אזא שמאלע בליק אויף בני עליה, אז ער מוז קריכן צו די יושבים אין בעלזא? די יושבים וואס פין זיי איז באקאנט געוועהן צו זיין אידן ליידיגייער? ביסט צוקוקט? דער איינציגער לימוד זכות אז ער גלייבט די באבע מעשיות וועגן די אמאליגע יושבים, אבער איך מיין אז ער איז נישט א טיפש. ער ווייסט גאנץ גוט וואס די יושבים זענען געוועהן.
און צום שלוס, דער איינציגסטער חילוק פין היינט און אמאהל איז די מנהיגים, אבער דער עולם, דער כלל איז דער זעלבער.