רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נייגעריג סתם פאר די רעקארד צו איינער איז נאכגעגאנגען צו ס׳איז טאקע דא מער פילמען, דאקיומעטעריעס, און טיווי סעריעס איבער חרדים ווי איבער אנדערע איזאלירטע גרופעס ווי צ.ב. די אמיש אדער מארמאנס. גיי מאך א זוך אויף יוטיוב קענסטו טרעפן צענדליגער דאקיומענטעריעס איבער די אמיש, און דאס איז שוין מיט דעם וואס אסאך פון זיי לאזן זיך נישט פאטאגראפירן משום לא תעשה לך כל תמונה, פונקט לעצטנס איז ארויפגעקומען אויף מיין יוטיוב פיעד עפעס וועגן Why I left he Mormon church, און ס׳דא הונדטערטער אזעלכע. אין מיינע אויגן איז עס זייער פארשטענליך אז א גרופע מענטשן וואס פירן זיך אויף אנדערש ווי אלע ארומיגע וועלן אויטאמאטיש ציען נייגעריגע און אומגעוואונטשענע בליקן מיט פארגרעסערונגס גלעזער. פאר דיר איז דער מארמאן מיט זיינע מעדשיק אונטערוועש א דשאוק און פאר׳ן אלגעמיינער אמעריקאנער זענען דיינע מעדשיק ארבע כנפות א דשאוק, ס׳גארנישט שלעכט דערמיט, אזוי קומט עס.
כ'האלט אינמיטן. סא פאר זעה איך נישט מה כל הרעש. באמת.
ס'ווענדט זיך פון וואס מ'רעדט: פיקציע פילמען? סתם נייעס באריכטן? אדער דייקא דאקומענטריעס? די לעצטע סארט איז סתם איבערגעטריבן אז מ'פארלייגט זיך, מ'נעמט זיך צו יעדעם איינעם עקסטער. נישט געזארגט. כ'קען נישט צושטימען מער! אזוי ווי דו זאגסט; די מער אינסולער א גרופע איז, די מער וועט מען רעדן פון זיי און נישט אומזינסט. וואס איך וויל נאך פארשטיין איז, וואס העלפט עס עמיצער וואס האלט אז מ'אווער-רעפרעזענט דיך צו נעמען אזא שטעלונג? ווי גלייך אז מ'וועט רעדן פון דיר 50% ווייניגער וועסטו זיין מער צופרידן? סתם א נארישע red herring fallacy דו ווילסט דאך נישט מ'זאל פון דיר רעדן בכלל! סא וואס דרייסטו א קאפ? ביזט אין אמעריקע און דא רעדט מען פון יעדע פאני מינע זאך... get used to it מ'קען נישט סיי לעבן אפגעזונדערט און נישט גלייכן אז מ'זאגט אז דו ביזט אפגעזונדערט... העלא???
האשה החשובה מרת עליסאן דזשאוסעפס האט דערמאנט אינעם אינטערוויא צווישן איר און הרבנית עבי שטיין אז זי האט געמאכט אן 'אנסייענטיפיק סטאדי' ווי זי האט געפינען 5 עקס קריסטליכע 0 עקס מוסלומענע און 12 ארטאדאקסישע. כ'מיין זי זאל זאגן אמר ר' בנימין, ווייל פון מוסלומענע איז דא פלענטי. בקיצור זי רעדט זאכן וואס זי ווייסט נישט, אדער וויל נישט וויסן.. קוק צוריק אינעם ערשטן בלאט האב איך געברענגט 2 מוסלים פילמען. און כ'האב שוין געזעהן נאך 5-6 שטיק זינט יענע הודעה. די DW דייטשע דאקומענטרי טשענל האט א גאנצע באנטש. איינס וואס הייסט Dawn of Islamism, און נאך איינס גערופן Islam in Africa און נאך עטליכע. אדרבא ווער ס'וויל מיר ארויסהעלפן קען מיר אריינשיקן לינקס צו אלע ארטאדאקסישע דאקומענטריס אין אישי. א רגע ס'מוז זיין דוקא פון אן אפגעפארענער? אויב אזוי קען מען נאר רעכענען פאזיטיווע מעשיות דייקא פון א בעל תשובה? אדער ווען ס'קומט צו א פאזיטיווע בייעס מאכט נישט אויס ווער די מספר איז אבי מ'ברענגט נאר ארויס די גוטע חלק... סיריעסלי וואס איז א חילוק ווער ס'פארציילט די מעשה? ווי די פאקט אז די געשיכטעס וואס ווערן געשילדערט טראגן כמעט אלע ענליכע פארדארבענע גרויליגע טרעיטס פון איין עסקטרעמע גרופע צום צווייטן? למשל כ'האב געזעהן א טעד טאלק פון א אוסטראליענער פרוי א געוועזענע קריסטליכע קולט מעמבער, וואס פארציילט ווי מ'האט איר בויפרענד געגעבן מלקות ווייל מ'האט אים געפאקט הערן contemporary music צו עפעס א בוך וואס ער האט נישט געטארט ליינען, און מ'האט נאך צאמגערופן אלע 500 מעמבערס מיטצוהאלטן דעם הערליכן צענע למען ידעו (זייער ענליך צו ראדיקאלע איסלאמיסטן וואס געבן מלקות פאר האמאסעקסושועלס בפני כל עם ועדה. נישט גענוג אז זיי זענען די מיניאריטי אין אזא פרומע רעליגיע/קולט דארף נאך יעדער געוואר ווערן יענעמס פריוואטע אינטימישע פרעפערענצן אויף א גרויסע סטעידזש ווען איינער געקליידעט אין שמאטעס פון קאפ ביז פיס שמייסט אים ארבעים יכנו יוסיף אין די מחילה אריין) די גרופע הייסט Gloriavale באזירט אין ניו זילאנד, און לויט די וויקיפידיע בלאט האט מען שוין געהאט די חוצפה צו מאכן א דאקומענטרי פון זיי אויך...
לאמיר גיין ווייטער...
Vice News האט געמאכט א גאנצע סעריע פון איסלאם, צוטיילט אין קורצע עפיסאודס, זיי ווייזן די איסלאמישער משמרת הפיפיק - די "morality police" וואס אינפארסירן די שאריע לאו. שפעטער איז דא איינס וואס הייסט How France Became The World's most hated Muslim Country סעם העריס האט געמאכט א בוך/פילם Islam and the future of tolerance
ריטשערד דאוקינס האט געמאכט א דאקו-סעריע פון 2 סיזנס בכלליות איבער די סכנה פון organized religion וואס הייסט The Root of All Evil און אז איך דערמאן שוין דעס, קומט נאכאמאל אריין ביל מאער'ס דאקומענטרי Religulous ווי ער טוט אינטערוויאען נומערעס רילידזשאנס און רעליגיעזע ווארטזאגער.
די דירעקטאר פון one of us האבן געהאט ארויסגעגעבן א דאקומענטרי פון א קריסטליכע קעמפ און מ'זעהט ווי קינדער וויינען און שרייען מיט יללות צו Jesus ווי אויך קען מען זעהן די מאדנע speaking in tongues ריטואל. אמיש איז לכאורה דער געווינער, הולו אליינס האט 2 שטיק Breaking Amish און Return to Amish מסתם רעכנט עליסאן זיי נישט מער ווי איינמאל... מארמענס איז דא פלענטי אויף יט"ב טאקע, (אבער זי האט ליב אויסצומישן געשיכטעס פון מענטשן וואס ווערן אויס רעליגיעז מיט סתם דיפיקשנס פון פרומע אידן אויף סיי וועלכע טיווי שאו, און איך האלט אז דאס זענען 2 עקסטערע זאכן אינגאנצן.) אבער ווער האט אפגעמאכט נאר האליוואד דארף מען דא דורכטוהן? איך וואלט אפילו גערעכנט אלע טעד טאלקס, אלע יוטובערס, און פאדקעסטן פון עקס עווענדזשעליקלס, און עקס בעפטיסטן ווי megan phelps וואס קומט פון א גאר עקסטרעמע בעפטיסטישע סעקטע; די וועסטבארא בעפטיסט church (ענליך צו נטורי קרתא, ווי אלעס דארף מען פראטעסיטירן) וואס איז א חילוק וויאזוי די מעשה ווערט ארויסגעברענגט stylistically צו ס'איז אויף יוטוב, אויף נעטפליקס, אדער עמעזאן פריים? אדער סתם א שילדערונג פון איין מענטש וואס קומט ארויס קעגן דעם רעליגיע אין א דרשה פארמאט און פארציילט וואס דארטן טוט זיך? ווייל ווייניגער מענטשן קוקן עס? So what?? די וועלט פון מידיא קאנסאמשען שטעלט זיך גארנישט אפ ביי נעטפליקס איז ביטע הערט אויף אטאקירן נעטפליקס... די מעשיות פון פונדעמענטעליזם ווערט נאכנישט פארשלייערט אזוי...
די לינקע רייסן אראפ די פונדעמענטעליסטישע קריסטליכע גרופעס טאג און נאכט. אבי געזונט. ס'איז נישט אבאוט חסידים, ס'איז אבאוט פונדעמענטעליסטישע גרופעס און א גוטן טאג!
נעם עס אבער א טריט ווייטער.
לאמיר שוין זאגן אז ס'איז דא מער? איז וואס? דאס מיינט עפעס? דאס אז מ'ווייסט ווייניגער פון אונז אין פארגלייך צו אנדערע איז נישט קיין פאקטאר? ווייל דאס דארף ווען זיין די הויפט הנחה פון די דעבאטע און פון דעם רעדט מען נישט, אוודאי איז עס! דער עולם כאפט נישט ווי ווייניג די וועלט ווייסט וועגן אונז. ס'איז דא זעהר ווינציג צו ליינען און צו קוקן וועגן ארטאדאקסן אוועראל. לייבעריס? מענטשן ליינען היינט ווייניגער ווי אמאל, אדרבה לאמיר זעהן א בוך וואס זאל ביטן די ציענדקייט פון ATUB @שלום דין ATUB וואס רעדט ארום פון די שיינקייט פון טהרת המשפחה און פוו מל'ן א אכט טאגיג קינד, ** איך בין באמת אינטערסירט צו זעהן וויאזוי ס'גייט אויסנעמען! קודם זאל עס באקומען א פובלישינג דיל... איינער דארף דאך האבן אן אינטערסע וועגן דעם עס צו געבן פאר די וועלט... אבער לאמיר זיך נישט נארן די מאריאטעיט פון אולטרא ארטאדאקסי איז אינגאנצן נישט נייגעריג מ'זאל פון זיי רעדן בכלל. דאס ארבעט נישט. היינט ווייסט מען אלעס, דו ווילסט דארפסטו אליינס ארבעטן צו פארציילן און באצירן דיין זייט. (שרייען יוסל וואלדמאן מסור האט אפשר געטויגט 25 יאר צוריק) אבער קענסט נישט קומען פארלאנגען פון א לינקער פילם מאכער דאס צו טוהן, ווייל ער איז טאקע נישט נייגעריג. זיי נוצן פשוט די פאקט אז מ'רעדט נישט פון די גוטע חלקים אזוי ווייט, אלס virtue signaling