קריינא דאיגרתא האט געשריבן:אספקלריה האט געשריבן:איז די איצטיגע וועקער ריין פון בייסיגקייט קעגען יודישקייט?
ס'איז שווער צו וויסן ווייל איך ווייס נישט וואס ס'הייסט ביי דיר יודישקייט. למשל איין ארטיקל אפאר וועקערס צוריק איז געוועהן זייער בייסיג קעגן לב טהור.
איך אליין האב קיינמאל גארנישט געזעהן קעגן יודישקייט, פונקט פארקערט, דער וועקער נעמט מיך ארויס פון מיין "קאמפארט זאון" און מאכט מיך טראכטען ווי א איד. נישט אייביג בין איך מסכים מיט אלעס, אבער איך אפרישיעיט זייער שטארק די אפענקייט און גרייטקייט צו רעדן און טראכן פון דברים העומדים ברומו של עולם און די חובת האדם בעולמו.
דאס איז אין קאנטראסט צו כמעט אלע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס ווי איך זעה יעדן טאג זאכן וואס זענען (לדעתי) קעגן יודישקייט.
איך ליין נישט כמעט קיין איין יודישע אויסגאבע, און איך אפרישיעט א צייטונג וואס טזשעלענזשט אונזער קולטור, וואס איז אסאך מאל קעגן יודישקייט, די איד און די בלאט זענען ביי מיר בכלל נישט קיין יודישקייט, דאס לעצטע מאל וואס איך האב געזעען א איד בלאט וכולהו איז מן הסתם פופצען צו צוואנציג יאר צוריק.
פון איי וועלט האט מען מיר חוסם געווען ווען איך האב געשריבען א ווארט קעגען א רבי, סאו לייג נישט אראפ כאילו די ביסט נאר איין סטעפ ווייטער וואו לב טהור.
איך האב מיך פארעקעלט פון די וועקער ווען זיי האבען געברענגט ״פריידא וויזעל״ אדער ״יששכר כ״ץ״
מיט ברענגען דיע עלעמענטען, טוט מען גארנישט אויף.
אויב וואלט מען וועין געשריבען א צייטונג על טהרת הקודש, אן פארדעקען עוולות אן אהן מורא האבען צו לייגען זאגען אונטערען קארפעט,
מיט ברענגען מענשטען וואס גלייבען נישט און תורת משה, איז עס סך הכל א נייע מאוומענט פון open Orthodox דאס מאכט נאר שטערקער די עקסטרימיוזים פון די בריונים, זיי קענען אנווייזען און שרייען די וועקער חברה זענען כופרים זיי זוכען צו טשעלענזשען אונזער אמונה.
סאיז נישט קיין סוד אז ״קאווע שטיבעל״ און ״די וועקער״ האבען שרייבערס וואס זענען כופרים בד׳ ובתורתו,איך אליינס קען א טייל פון זיי,
איך בין א מאמין און גאט און אין די תורה און איך וויל נישט ליינען קיין ארטיקלען פון כופרים, איך בין פולי קאמיטעט צו יודישקייט,
איך בין א אויסגעשלאסענע שונא צו די געוועסע פרומע עלעמענטען און אונזער קולטור, וואס רעפעזענטין נישט תורה, אבער איך טשעלענזש נישט אונזער תורה און נישט מיינע חשובע זיידעס וואס האבען געלעבט א עהרליכע אויסגעהאלטענע לעכטיגע ליבליכע פאזיטיווע הייליגע לעבן.
האק נישט קיין טשייניק לב טהור, קיין איינער האט נישט קיין פראבלעם מיט שרייבען קעגען לב טהור אפילו און איי וועלט מעג מען דאכציך.