מאנטאג אקטאבער 04, 2021 10:29 am#482488
ווי איז רבי בנימין לאנדא??
דאס איז נישט א וואקסין דעבאטע אשכול. איינמאל די פארשטייסט אז וואקסינס זענען וויכטיג און ראטעווען לעבענס, איז מיין שאלה ווי זענען די רבנים וואס האלטען אויך אזוי אבער זענען שטיל??
רבי בנימין לאנדא איז רעספעקטירט ביים עולם אז ער פארשטייט צו מעדעצין. און ס'איז נישט קיין ספק אז אויב ער וואלט ארויסגעקומען מיט א קלארע צעטיל אז מ'דארף זיך וואקסינירן וואלט עס געמאכט א רושם. און ווער עס פרעגט אים פריוואט זאגט ער אז מ'זאל זיך וואקסינירן. איז פארוואס טוהט ער נישט עפעס למען ה' צו שרייבן א קלארע צעטיל אז מ'זאל זיך וואקסינירן. כאטש די וואס האבן נאך נישט געהאט קאראנא אדער כאטש די וואס האבן נישט קיין אנטי באדיס.
די זעלבע זאך מיט סקווערע רבי און סאטמאר רבי פון ק''י וואס עפ''י השמועה האבן זיי זיך אליינס וואקסינירט. פארוואס קומען זיי נישט ארויס קלאר מיט א קלארע הוראה?? וואס טראכטען זיי?
נאך מער פון דעם. אונז האמיר דאך נישט געפאלגט די דאקטוירים די לעצטע 18 חדשים, איז יעצט אז מ'דארף זיך וואקסינירן קען מען נישט פשוט זיך פארלאזן אז מ'וועט שוין פאלגן די דאקטוירים. מ'דארף קלאר אויפםאדערן אז דאס מאל איז עס נישט קיין וויץ נאר פיקוח נפש ממש.