דינסטאג אקטאבער 05, 2021 11:14 pm#482641
אנשטאט קינדער-ענקזייעטי, לאמיר ווערן ערוואקסענע
אונזער מהלך אין חינוך איז געבויט אז מ'דארף באהאלטן פון קינדער גאר אסאך אינפארמאציע. אנגעפאנגען פון חתונה-געהאטן לעבן, און געגאנגען ווייטער צו פאקטן פון היסטאריע, און אפילו שיטות אין אידישקייט. א קעיס קען געמאכט ווערן אז די זאכן זענען טאקע נישט כדאי פאר א קינד צו וויסן, און ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער שוין באקומען די אלע זאכן. מ'קען דעבאטירן צי דער מהלך דארף זיין אז מיר זאלן אקטיוו באהאלטן, אבער דאס איז א דעבאטע פון א חינוכ'דיגער פערספעקטיוו.
איך וויל מיך אפשטעלן אויף א זייטיגע נקודה וואס איז א תוצאה פון דעם מהלך. וויבאלד מיר האבן מחליט געווען אז אונזער מהלך אין חינוך איז צו באהאלטן אינפארמאציע פון קינדער, איז געווארן אז ס'איז נישט גענוג אז מ'לערנט נישט מיט די קינדער די זאכן און מ'פארמיידט צו רעדן פון זיי, נאר עס האט זיך אנטוויקלט ביי אונז א פחד אז "אפשר קען א קינד עס געוואויר ווערן." אנשטאט א פּאַסיווע באשלוס נישט צו געבן אינפארמאציע, איז געווארן אַן אנגסט און א מלחמה צוריקצוהאלטן פון סיי וואספארא מעגליכקייט צו געבן אינפארמאציע. און די מלחמה איז איבער די יארן געווארן נאר שטערקער און שטערקער.
די דאזיגע צוגאנג, די מלחמה קעגן אינפארמאציע פאר קינדער, איז אויך עפעס וואס מיר קענען דעבאטירן, און מיין הנחה דא איז אז ס'איז בעצם נישט קיין שלעכטע זאך. אפשר איז דאס ריכטיג. אבער ווי געזאגט איז מיין נקודה נאר אויף א תוצאה וואס קומט ארויס פון דעם.
מיט די יארן איז די ענזייעטי אז "אפשר" קען א קינד געוואויר ווערן געווארן הארבער און שטערקער און ס'האט אנגעהויבן אנרירן יעדן אספעקט פון אונזער לעבן. יעדעס צעטל, ביכל, אויסגאבע, מוז געשריבן ווערן אויף אן אופן וואס זאל שטימען מיט וואס מיר קענען באשטיין אז א קינד זאל דאס וויסן. אפילו אויב א מאגאזין וואס איז מיועד פאר ערוואקסענע זאל זיך וואגן צו שרייבן עפעס וואס איז לויט איינעם נישט פאסיג פאר א כתה ז' אינגל, הערט מען גלייך דעם ניגון, "מיין קינד דארף דאס לייענען?!"
צוביסלעך האט עס איבערגענומען דעם גאנצן חינוך סיסטעם פון גרויס ביז קליין. אז א רב גיט א שיעור פרקי אבות אדער שלש-סעודות תורה, טאר ער נישט זאגן עפעס וואס איז נישט הונדערט פראצענט קינדער-פרענדלי. די גאנצע צייט הויערט די אנגסט אז א קינד זאל חלילה נישט הערן עפעס א ווארט וואס ער דארף נישט וויסן.
און כ'רעד נישט דא פון דקות'דיגע ענינים שבין איש לאשתו, נאר אפילו פון אידישקייט. יעדע שיטה אין אידישקייט און פירוש התורה וואס נויגט אפ פון די תמימות'דיגע בילדער פון מרת אקער ע"ה קען נישט געזאגט ווערן ברבים. "צו וואס דארף מיין קינד הערן אז לויט דעם אבן עזרא איז רבקה געווען היבש עלטער פון דריי יאר ווען אליעזר האט איר געטראפן?!"
אפילו ווען א רב וויל מעורר זיין אויף אן ענין דארף עס געזאגט ווערן קינדער-פרענדלי. דאס הייסט מ'רעדט צו ערוואקסענע מענטשן, מיט ערוואקסענע פראבלעמען און אישוס, און יעדעס ווארט ווערט געמאסטן און געוואויגן אז אויב א קינד הערט עס זאל עס זיין בסדר. דאס זעלבע ווען מ'רעדט פון אידישער היסטאריע, סיפורי צדיקים, ווערט אלעס דערציילט אויף א וועג אז ס'זאל זיין שוה לכל נפשו של ילד, אז אויב א קינד הערט עס זאל עס חלילה נישט אומווארפן דעם ריזיגן מויער וואס מיר האבן אויפגעבויעט צו באהאלטן פון דעם קינד א ברעקל אינפארמאציע.
וואס איז די תוצאה? מיר וואקסן אויף ווי קינדער מיט גרויסע בערד. מ'רעדט צו אונז ווי צו קינדער; דער קוואליטעט פון די דרשות איז ווי ס'פּאַסט פאר קינדער; דער תוכן איז קינדעריש; אונזער ליטעראטור איז נישט מאַטשור און ערוואקסן; אונזערע פראבלעמען ווערן באטראכט מיט קינדערישע אויגן-גלעזער; און איבער אלעם איז אונזער יהדות א קינדערגארטן-אידישקייט, וואס איז קיינמאל נישט געווארן אפּדעיטעד אריינצונעמען אין זיך די ברייטקייט פון דער תורה און אונזערע גדולי ישראל פון אלע דורות. אידן מיט אור-אייניקלעך זענען נאך סטאָק אין א אידישקייט וואס מאלט זיך אויס מיט מרת אקער'ס בילדערלעך.
דער מהלך פון צוריקהאלטן אינפארמאציע פון קינדער איז מעגליך ריכטיג. אבער דער אנגסט וואס דאס האט געשאפן אין אונז, שניידט פון אונז ארויס די ערוואקסענע נשמה. מיר בויען אונזער לעבן און אונזער תורה ווי קליינע קינדערלעך, און יעדער וואס זיין נפש רייסט אים צו עפעס העכער און טיפער שפּירט זיך ווי א כתה ט' אינגל אין כתה א'. מיר דארפן זיך אויסקורירן פון דער ענקזייעטי, און לאזן לויפן. מ'דארף נישט אזויפיל מורא האבן. מיר קענען ווייטער פרובירן צו באהאלטן פון קינדער, אבער רוב זאכן פון וואס מיר האבן אזוי מורא איז נישט עק וועלט אז א קלוג קינד כאפט עס אויף אין אן ארטיקל אדער א דרשה פון א מחנך.
לאמיר זיך ערלויבן אויפצואוואקסן. לאמיר רעדן ווי ערוואקסענע; לאמיר דיעלן מיט אונזערע אישוס ווי ערוואקסענע. לאמיר רעדן וועגן פראבלעמען ביי יחידים, משפחות, און געמיינדעס, ווי ערוואקסענע מענטשן דארפן רעדן. לאמיר לאזן אונזער אידישקייט אנגעפילט ווערן מיט די רייכע און ברייטע אוצרות פון גדולי ישראל; לאמיר שרייבן אין אונזערע אויסגאבעס מיט ערנסטקייט, אפנקייט און ערוואקסנקייט. לאמיר זיין ערליכע ערוואקסענע אידן.