Under maintenance
הויפט זייט » מזל טוב בערל! 10,000 לייקס!

מזל טוב בערל! 10,000 לייקס!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14869
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 12:53 am#483016
מזל טוב בערל! 10,000 לייקס!
א הארציגע מזל טוב זיידע בערל! די חשוב'ע בעל עגלה איז איבערגעגאנגען 10,000 לייקס!

אפילו דו מיינסט יעדער איגנארירט דיר... נאכאלס ביסטו אנגעקומען צו אזא מספר עצום, ס'נאר דא 3 ניקס מיט מער לייקס ווי דיר (שמעקעדיג, אדנירם, אבטולמוס).

לערן דיר אויס איינמאל פאר אלעמאל, קיינער איגנארירט דיר נישט, מען לייקט דיר אינגרויסן. אפשר איז אויסגעלאשן דיינע נאטעפעקאציעס צו ווערן נאטיפירט ווען דו באקומסט א לייק? אדער ביסטו שוין צו אלט פאר אזעלכע סארט זאכן? איך שיהיה, זאלסט האבן אסאך נחת פון אלע קינדער, אייניקלעך, אור אייניקלעך און אור אור אייניקלעך און זוכה זיין צו ביאת עוד עשר אלפים לייקס במהרה בימינו.
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 2:41 am#483019
מזל טוב זיידי, ביז די 180 געזונטערהייט!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 4:01 am#483022
Re: מזל טוב בערל! 10,000 לייקס!
מזל טוב, מזל טוב, יעצט איז צייט פאר דיר צו טוישן ניק כדוגמת אבטולמוס ואדנירם. טו עס אבער בצנעה כדי די ווינדער זאל זיין גרעסער.


איי לאוו יו זיידי! איי רילי דו.

(נאכן זיך אנארבעטן יארן פאר 10,000 לייקס ביזטו גרייט אלעס אויפצוגעבן און זיצן מיט טוביה מאיר אין גיהנום? טראכט זיך איבער!)
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:38 am#483031
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:א הארציגע מזל טוב זיידע בערל! די חשוב'ע בעל עגלה איז איבערגעגאנגען 10,000 לייקס!

אפילו דו מיינסט יעדער איגנארירט דיר... נאכאלס ביסטו אנגעקומען צו אזא מספר עצום, ס'נאר דא 3 ניקס מיט מער לייקס ווי דיר (שמעקעדיג, אדנירם, אבטולמוס).

לערן דיר אויס איינמאל פאר אלעמאל, קיינער איגנארירט דיר נישט, מען לייקט דיר אינגרויסן. אפשר איז אויסגעלאשן דיינע נאטעפעקאציעס צו ווערן נאטיפירט ווען דו באקומסט א לייק? אדער ביסטו שוין צו אלט פאר אזעלכע סארט זאכן? איך שיהיה, זאלסט האבן אסאך נחת פון אלע קינדער, אייניקלעך, אור אייניקלעך און אור אור אייניקלעך און זוכה זיין צו ביאת עוד עשר אלפים לייקס במהרה בימינו.

אמן...! דו האסט געהערט דעם הילכיגן אמן...! ס'קלינגט נאך העכער ווי טוביה מאיר'ס ראבא קאללס...! לאל...!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:40 am#483032
בן ישי האט געשריבן:מזל טוב זיידי, ביז די 180 געזונטערהייט!

אמן...! ייש"כ. אי"ה ביי דיר אויף שמחות...!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:44 am#483033
פאליטיקאנט האט געשריבן:מזל טוב, מזל טוב, יעצט איז צייט פאר דיר צו טוישן ניק כדוגמת אבטולמוס ואדנירם. טו עס אבער בצנעה כדי די ווינדער זאל זיין גרעסער.


איי לאוו יו זיידי! איי רילי דו.

(נאכן זיך אנארבעטן יארן פאר 10,000 לייקס ביזטו גרייט אלעס אויפצוגעבן און זיצן מיט טוביה מאיר אין גיהנום? טראכט זיך איבער!)

פאליטיקאנט: צוערשט. א הילכיגן...אמן...! פאר די גוטע ווינטשן...! אויך א הילכיגן ...לאל...פאר מיך אפרעדן פון גיין אין דעם זעלבן גיהינום וואס טוביה מאיר איז...!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:47 am#483034
פאליטיקאנט: צווישן אונז גערעדט. וועט ער דען גיין אין גהינום...?! א איד וואס איז גרייט צו ליידן בזיונות אבי צו העלפן אנדערע, צובראכענע אידן איז זייער חשוב אין הימל. ויהי חלקי עימהם...!
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 11:20 am#483075
פאפס, ווי לאוו יו.
-די גאלדבערגס
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:49 am#483143
נאך א מעלה פון זיידי בערל אז ער ניצט נישט די משוגענע טאפאטולק ווי חדשים מקרוב באו די היינטיגע יונגווארג און ווען ער לייקט עפעס קען מען פשוט זען וואס ער האט געלייקט.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:31 am#483207
רימון: ייש"כ. שפתיים ישק דברי נכוחים...!
זונטאג אקטאבער 17, 2021 7:46 pm#483437
רימון האט געשריבן:נאך א מעלה פון זיידי בערל אז ער ניצט נישט די משוגענע טאפאטולק ווי חדשים מקרוב באו די היינטיגע יונגווארג און ווען ער לייקט עפעס קען מען פשוט זען וואס ער האט געלייקט.

אינטערסאנט
איך פלעג מיך טאקע ווינדערן ווי די לייקס ווערן מיר פארשווינדן, יעצט כאפ איך וואס די זאך איז....
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:21 am#483448
טעפעטאלק איז גוט פאר העיליגע אידן וואס רעדן זיך איין אז זיי דינען דעם באשעפער. זיי האבן נישט קיין קאמפיוטער אדער אינטערנעט אין זייער היים. אבער דעם סעל-פאון מיט טעפעטאלק האקט מען א גאנצע צייט וואס מ'איז פארמשפ'ט צו יושב'ן. ב"ה מ'האט עפעס צו טון. אויסער רייכערן ציגארעטלעך. און 'מאיז נאך אן אפגעהיטענער איד...!
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 3:48 pm#483655
נתבקשתי מאחד מחשובי הניקים עס ארויפצושטעלן:

זיץ איך ביי קידוש אין שול ווי איך דאווען פון צייט צו צייט, אזא דרך אגב קידוש ביי די שוין שאלאשידעס אנגעגרייט טישן, זיץ מיר דריי אינגעלייט מיט אפאר קינדער און בחורים, מ׳פארזוכט דאס איבריגע וויסקי און פיש וואס די קידוש מאכערס ביים ליינען האבן איבערגעלאזט, אינדערמיט ווערט אראפגעגלייגט אן עלטערער טעצל קעיק פון פריזער, צווישן די באטייליגטע שיינט ארויס לעכטיגער סאלידער איד, קוקט אויס צו זיין אין די הויעכע זעכציגער יארן, ער דערציילט עטליכע איבערלעבנישן, אינמיטן דערציילט ער איבער זיין קאריער אלץ א לאנגיעריגע באס דרייווער, און ווארפט אזוי אריין אינמיטן איך הייס דאך בערל בעל עגלה, פרעג איך אים איר זענט פון אריגווי, ענטפערט ער יא, דער בערל פון קאווע שטיבל בין איך. מ׳האמיר ווייטער געשמועסט, און זיך געשיידט ווען בערלס אייניקל איז אים געקומען זאגן אז דער איידעם וויל שיין אנהייבן די סעודה.
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:27 am#483675
ונבנתה העיר: ייש"כ. ס'איז אלץ אמת ויציב. נאר מיט די לעצטע שורה האסטו ביי מיר אריינגעברענגט א (גאר) שטארקן פארדאכט אז דו ביסט גאר א נאנטער קרוב צו מיר. דו דאוונסט אין מיין ביהמ"ד. און דו באטייליגסט זיך אין דעם קידוש/שלש"ס נאכ'ן שפעט ענדיגן דאס דאוונען (בערך 2 נ.מ.)...לאל