Under maintenance
הויפט זייט » הארץ שמערצן

הארץ שמערצן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14871
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:51 am#483045
הארץ שמערצן
מיין הארץ שמערצט, נאגט פאר באדייט.

איז גאט פארהאן, וואס וויל ער.

פארוואס טוה איך מיין טאג, און וואס טוה איך דען.

כ'דאווען מיט ליפן, באפעלן אהן פארשטאנד, גלייב איך דערין צו רעד איך זיך איין, און וואס דען אנדערש איז יא פארהאן.

די עלטער איך ווער, ביטער קלאר ווערט, איז דאס לעבן ווערד, טראגט עפעס באדייט.

א קינד פון דריי שפאגלט פון פרייד, א קינד פון אכצן פארשטייט שוין – ער מיינט, און ביי די צוואנציג דער מענטש א פארגאנגענהייט.

בן שלשים לכח, ווייט נישט אין מח, כ'באגרייף גארנישט מער, אלעס איז שווער, און טוה גאר נאכמער.

ס'פעלט מיר נישט געלט און נישט ליבע, כ'בין פון די גוטע, די שיינע, די קלוגע, און בלויז אטעמען רואיג – טוט מיר גאר וויי.

דער מענטש קומט ארויס און גייט מיט געוויין, אינדערמיט הונדערט יאר – דאס צו פארשטיין.



אזוי גיי איך אין גאס היינט, א רעגן טאג. ביים עק גאס שמועסט אן אלטער רווק מיטן גראסעריי מאן.

ער רעכנט די עפל און ברויט און פארציילט מיר איבער מיט א זיפץ "ער זאגט ער וויל זיך דאס לעבן נעמען נעבעך"

איך שטוין מיט וואונדער - טאקע געזאגט?

און מיין מאַן (My man) ראגירט גלייכגילטיג:



"און מענטשן ווי איך און דו מיינסטו קלערן נישט דערוועגן"


 

מיין איך דען.


האַ, וויפיל ווייטאג צווישן אונז דריי, צווישן מענשטהייט, אין אזא קליינע אויסטויש.

 

א געלעכטער און געוויין, הלוואי זאל איך פארשטיין.
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 11:24 am#483076
דאס איז גאונישע ווערק.
ממש אן עקסרעי אין מיין סוב קאנטשענס.