Under maintenance
הויפט זייט » פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14877
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:43 pm#483183
פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?
שוין א שטיק צייט באמערק איך אז דער סטיל פון ביבער היטן (אדער ברייטע קאפעליטשן) וואס בעיקר סאטמארער טראגן ווערט שמעלער און העכער און ענדלט אלץ מער צו די היטן וואס גאליציאנער חסידות'ן גייען. אויך קען איך עטליכער סאטמארער, א דיין בתוכם, וואס האבן זיך געביטן פון א "טשולנט טאפ" צו א הויכער הוט און נישט ווי ערווארטעט צו א ביבער הוט. אין צוגאב, איז דער טשולנט טאפ אויך נישט וואס עס איז געווען און ביי אסאך איז עס געווארן מער ווי א האמבורגער.

אלזאו פרעג איך, פארוואס האבן סאטמארער אישוס מיט זייער לבוש און צי צייגט עס אויף א טיפערער אומאיינגענעמנקייט מיט געוויסע אספעקטן פון זייער קולטור וואס דער כלומר'שטער שטאלץ שרייט פשוט איבער און באהאלט?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:55 pm#483187
אין פאפא איז דעיס אויך געשעין פאר צוואנציג צי דרייסיג יאר ציריק, (אפשר מער?).
איך מיין אז די ריזען איז צי פראווען אז זיי זענען א legit חסידות, אין נישט סתם עפעס א באטשי קהילה.

אזוי ווי די קורצע רעקל וואס איז א ענדעינדזשערד ספישי, אזוי וועט לכאורה די שטאפענע היט זיין אין אפאר יאר.
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:56 pm#483188
אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:05 am#483189
דאס האט אייגנטליך צו טון מיט די לאגיק פון הפוך על הפוך. (אויב דאס איז די ריכטיגע דעפינישן.).

איך וועלל אנהייבן ביים סוף . (אנכאפן די קאץ ביים וויידל.). די וויקטימס זענען די וויקטימייזערס. איך רעד דא זייער שטארק בכלליות. די בעלזער חסידים האבן ליעב זיך אהערצושטעללן אלס וויקטימס. פון מכלומרש'טן סאטמאר'ער טעראר.אשר על כן האבן זיי די רעכט אפצוסטעמפלען א יעדן וואס ער איז . איינער, א וויזשניצער. דער צווייטער, א קלויזנבורגער. דער דריטער, אה...א סאטמערער..! מאכט מען שוין יענעם פיהלן אומבאקוועם...אונז זעמיר דאך די וויקטימס...די זעלבע מענטאליטי וואס (להבדיל) די שחורים, פון שארפטאנ'ס שניט. מעגן מיר אלעס.. ס'קומט זיך אונז אלעס...! משא"כ אין סאטמאר אקצעפטירט מען א יעדן (מער-ווייניגער) ביז מ'טרעט נישט אויף די סאטמאר'ע הינער אויגן, פארשטייצעך. ביז מ'רעדט נישט ציוניזם...! יעצט לאמיר צוריקגיין צום אנהייב. ווען א סאטמערע איד, מיט א טשולנטאפ, למשל גייט צו א מסיבה וואו ס'זענען דא מערער בעלזער חסידים, מאכן זיי איהם פיהלן אומבאקוועם. און לא כל שכן אויב ער גייט אריין אין בעלזא'ער ביהמ"ד צו כאפן א מנחה אדער מעריב, למשל...! אשר על כן פיהלט א סאטמאר'ע יונגערמאן . אדער אפילו נישט דווקא א סאטמאר'ער. נאר ער גייט א טשולנט טאפ סעלף קאנשיעס. ממילא איז פארהאן א מעגליכקייט וואו ער שעמט זיך מיט זיין לבוש...!

די זענען באטראכטונגען פון וואס איך האב אבזערווירט...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:10 am#483191
איך ווייס נישט צי ס'איז דוקא בושה, אדער פשוט די העכערע היטן קוקן אויס שענער. יעדער ווייסט אז א הויכע הוט איז פאקטיש שענער אויפן מענטש.

אויסער דעם זענען אסאך יונגע בחורים נידריג און די הויכע סטייל היטן מאכט זיי אויסקוקן אביסל העכער.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:22 am#483193
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

סעגאל: נאך א מזל איך בין נישט קיין תלמיד חכם. און מ'הייסט מיר נישט אנטון א פלאטשיגן ביבער הוט.

איך האב א ביסל נאכגעפארשט פון וואו ס'שטאמט דער פלאטשיגער ביבער הוט. ערשטנס. אין אייראפע גייען נאך היינט א סאך גלחים מיט פלאטשיגע ביבער היטן. כ'געדענק כ'האב געזעהן אין אן אלטן (אפגעשטארבענעם) אמעריקאנער מעגעזין , (לייף) א פיקטשער פון יונגע גלחים אין רוים. זיי זעהען ממש אויס זייער ענדליך צו, להבדיל, בחורים פון סאטמאר'ע ישיבה...! איז אזוי (בדצ"ח)...ס'איז אמאל געקומען א איד צו א הוטנמאכער (אין יוראפ, פאר בערך 150 יאר צוריק.) און ער האט באשטעלט 40 ביבער הוטן. דער היטנמאכער האט אינמיטן די ארבעט באמערקט אז ער וועט נישט האבן גענוג סחורה. האט ער פון א יעדן הוט אראפגעשניטן א פאר סענטימעטער...! ווער ס'פארשטייט פארשטייט. (און ווער נישט. קען איך איהם נישט העלפן...)
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:50 am#483208
Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?
איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:59 am#483210
און ער מאכט וואס מענטשן פארלאנגען פארוואס זיי דארפען עס דארפסטי זיי פרעגן.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:23 am#483223
איי ר' בערעלינו וווען דו ביסט זיס ביסטו זיס אבער ווען דו ביסט אין די גוסטע פון שטותים קענסטו שרייבן אזעלכע געבראטענע שטותים טאקע ווי נאר באטשיס פון יענע דור קענען.

אלזא, יונגע בעסערישע סאטמארע טוישן זיך הוטן ווייל זיי פילן זיך אומבאקוועם ווען זיי טרעטן אריין אין א בעלזער ביהמ''ד...

?Dude, can i have some of what you are smoking
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:52 am#483232
אונטער חכם האט געשריבן:איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.


ווייל קרויס היטן איז א בעלזער, און ס'איז א קאנספיראציע צי אריין צי כאפן אלע סאטמערע אין זיין נעץ, יעצט לאמיר פלעכטן ווייטער די מעשה.....

(אפשר האט עס עפעס מיט די וואקסינען)
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:03 pm#483242
סאטמארע חסידים שעמען זיך "נישט" זייערע היטלען כמיטב ידיעתי.

סהאט נאך אלס געלוינט אבער פאר רבי בערלס חשבונות.......
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:09 pm#483246
די באבובע באלאנגען אויך ארגינעל מיטן פלאטשיגס, פאר איז זייער הוט זיך צווואקסען?
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:11 pm#483248
אגב די סאטמארע הוט איז די שטאפענע הוט און נישט די פלאכע ביבער הוט די פלאכע הוט איז אריינגעקומען און סאטמאר דארעך די רעבישע משפחות ווי עס איז נתקבל געווארן ביי די גאר פרומע פראקציעס ביז עס איז געווארן א נארמאלע זאך אבער עס צייגט נאך אלס אויף א פרומערע שניט אפשר צליב דעם ווילן געוויסע זיך טוישען צו א הויעכע הוט אלס די פרומקייט סטיגמע
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:13 pm#483249
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:16 pm#483250
בן נון האט געשריבן:אגב די סאטמארע הוט איז די שטאפענע הוט און נישט די פלאכע ביבער הוט די פלאכע הוט איז אריינגעקומען און סאטמאר דארעך די רעבישע משפחות ווי עס איז נתקבל געווארן ביי די גאר פרומע פראקציעס ביז עס איז געווארן א נארמאלע זאך אבער עס צייגט נאך אלס אויף א פרומערע שניט אפשר צליב דעם ווילן געוויסע זיך טוישען צו א הויעכע הוט אלס די פרומקייט סטיגמע

לא דובים ולא יער
מיין זיידע קימט פון די שטאט סאטמאר אין איז געגאנגען אלץ בחור מיט א פלאכע ביבער היט נאך די מלחמה האט ער אנגעטון א שטאפענע הוט פארוואס ווייס איך נישט
ער קימט דוקא פון א פשוט'ע משפחה
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:17 pm#483251
קיק נאך העסטי זעין אז אסאך שטאפענע הוט יודן משורשם זענען געגאנגען ביבער הוטן
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:27 pm#483255
איך רעד פון די השתלשלת נאכן קריג ווי די אליין שרייבסט איז מען געגאנגען בלויז מיט שטאפענע היטן והמפרסם לא צריך ראיה
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:30 pm#483257
בן נון האט געשריבן:איך רעד פון די השתלשלת נאכן קריג ווי די אליין שרייבסט איז מען געגאנגען בלויז מיט שטאפענע היטן והמפרסם לא צריך ראיה

גענוג אין נאך געווען מיט ביבער הוטן וצריך ראי'
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:33 pm#483258
ליין איבער דיינע אייגענע תגובות
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:36 pm#483259
בן נון האט געשריבן:ליין איבער דיינע אייגענע תגובות

וואס זאל איך איבערליינען
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:40 pm#483260
ווי די שרייבסט אז דער עולם האט זיך און אלגעמיין אונגעטון שטאפענע היטן נאכן קריג
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:44 pm#483261
בן נון האט געשריבן:ווי די שרייבסט אז דער עולם האט זיך און אלגעמיין אונגעטון שטאפענע היטן נאכן קריג

ווי שרייב איך דאס?
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:49 pm#483262
צו מיין פארשטאנד איז עס פשוט ווייל די הויכע ביבער הוט איז מער א אוניווערסאלע הוט וואס קען אריינבאלאנגען איבעראל און אפי' אין סאטמאר. משא''כ די שטאפענע און פלאכע הוט זענען עקסקלוסיוו סאטמארע הוטן. דעריבער זענען די וואס ווילן זיין מער אוניווערסאל וועלן אפלאזן די סאטמארער לבוש.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:16 pm#483263
מיר האט א סאטמאר וואס האט געטוישט פון פלאטשיגע צו א ביבער היט געזאגט אז דאס לצנות קעגן פאפא רבי ווי לחיים פאפא רב און נאך האט ער נישט מער געוואלט טראגן דעם זעלבן היט ווי אים
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:16 pm#483264
Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?
קורקלענד האט געשריבן:צו מיין פארשטאנד איז עס פשוט ווייל די הויכע ביבער הוט איז מער א אוניווערסאלע הוט וואס קען אריינבאלאנגען איבעראל און אפי' אין סאטמאר. משא''כ די שטאפענע און פלאכע הוט זענען עקסקלוסיוו סאטמארע הוטן. דעריבער זענען די וואס ווילן זיין מער אוניווערסאל וועלן אפלאזן די סאטמארער לבוש.
איך הער. דרייען וויזניצער אויס זייערע היט? טוען בעלזער אויס שווארצע זאקן? איך רעד דא לאו דווקא פון קילע יונגעלייט וואס ווילן נישט ווערן געלעיבלט נאר פון אזוינע וואס וואלטן לכאורה געדארפט טראגן דער לבוש ביד רמה, און דאך אפילו ביי זיי זענען דא אישוס. הלא דבר הוא, נישט?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:27 pm#483265
יא, פּלענטי וויזשניצער וואס איך קען האבן אויסגעדרייט די הוט און פּלענטי בעלזער וואס איך קען האבן אויסגעטוהן די זאקן. (איך רעד דווקא נישט פון די קילע סארט.) די זאכן ווענדן זיך אין קאלטוראלע דינאמיקס וואס נעמט אין באטראכט פילע אייגנשאפטן פון א מענטש'ס פערזענלעכע מצב. למשל א מעסיגע בעלזער בחור וואס וואוינט נישט אין א בעלזער געגנט און לערנט נישט אין די בעלזער ישיבה וועט אפט אפלאזן די זאקן....

סאטמאר האט פיל מער מענטשן, און אויך פיל מער וואס זענען נישט אנגעשלאסן אינעם סאטמארער מאשין. דערפאר איז עס מער נפרץ דארט.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:50 pm#483266
Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?
די זאכן איז שווער צו אנאליזירן סייענטיפיש און אפשר ביסטו גערעכט. מיר זעט עס אויס אז אין סאטמאר איז עס סיי ביי די סארט וואס אויף אן אנדער פלאץ וואלטן זיי לכאורה נישט משנה געווען און סיי אז דער דיזיין פון דער הוט אליין ווערט פארוואנדלט. סאטמאר איז דאך נישט דאראג אדער קרעטשניף און איך וואלט עס ביי זיי ווייניגער ערווארטעט.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:56 pm#483267
ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 4:00 pm#483268
Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?
וויווא!

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:29 pm#483271
קאך_לעפל האט געשריבן:ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...

מיט וואס גייסטי פין שרפת חמץ ביז חצות??
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:17 pm#483280
מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פארוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויסציהויכענען.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:09 pm#483284
א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:38 pm#483286
אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:41 pm#483288
קהל'ס נער האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פררוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויציהויכענען.

ער איז געגאנגען א שטאפענע
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:58 pm#483301
קאך_לעפל האט געשריבן:ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...

קאך לעפל: אפילו נאך פסח אויב ס'איז א קילער, ווינטיגער טאג וועלל איך נאכאלץ אנטון די קוטשמע. איך האב א יעדן (פאטענציאנאלן קריטיקירער) פארפאקט. נישט די קוטשמע...לאל
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:04 pm#483302
מחצה''ק האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט

מחצה"ק: ס'איז נישט מיאוס. ס'זעהט אויס פאני. 90% פו די מענטשן פאסט נישט קין פלאכע ביבער הוט...!

איך האב צומאל אזא מחשבה'לע/פאנטזיע כאילו. אויף רבנים וואס איך קען. זיי טראגן א הויכע הוט. וואס וואלט געווען. וויאזוי וואלטן זיי אויסגעקוקט ווען זיי גייען א פלאטשיגס...ס'קומט מיר אייביג צו לאכן...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:30 pm#483306
קהל'ס נער האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פארוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויסציהויכענען.

קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. נאר די קשיא איז פארוואס, אויב ר' לייבוש גייט א האויעכן הוט, גייען זיינע קינדער פלאטשיגע...?!

אויך דעם איז אויך דא א תירוץ. הר"ר לייבוש שליט"א גייט א הויכען הוט ווייל זיין טאטע הרה"צ ר' יאנקעלע איז געגאנגען א הויכע. אבער פארוואס גייען זיינע אנדערע בנים (אויסער שולם. ער גייט שוין גארנישט. אדערווייל.) מיט פלאטשיגע היטן...?! אויף דעים איז אויך דא א תירוץ...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:36 pm#483307
סתם פאר די רעקארד, די פלאטשיגע הוטן איז אן אונגארישע סטייל. צאנזער רב איז אמאל געווען אין אונגארן און ס׳איז איהם געפאלן דעם סטייל האט ער עס אנגעטוהן און פאר זיינע קינדער איז עס שוין געווען א מסורה. אין ירושלים איז אמאל געווען א תקופה וואס מ׳האט אריינגעברענגט הוטן פון אונגארן און דעמאלטס האבן זיך די טשאלמערס אנגעטוהן דעם ״סופער״, מיין עלטער זיידע וואס האט געוואוינט אין ירושלים אין יענע צייטן איז געגאנגען מיט אן אלטן אויסגעריבענעם הויעכן הוט פאר יארן לאנג ווייל ער האט נישט געוואלט משנה זיין צו די אונגארישע סטיייל און ס׳נישט געווען צו באקומען עפעס אנדערש.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:42 pm#483309
אונטער חכם האט געשריבן:איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.

אונטער חכם: די הוטנמאכער ווידער טענה'ן אז זיי טוען וואס די קאסטומער פארלאנגען. און וואס ס'איז די סטייל. און ס'פארקויפט זיך בעסער...!

די טשולנטאפ היטן ווערן א יעדעס יאר שמאלער און העכער. זיי זעהען שוין באלד אויס ווי דער איזהו מקומן/קוימען (טשימני, בלע"ז) פון א שיף. דער טיטאניק (ע"ה) האט געהאט עטליכע הויכע קוימענס...!
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:04 pm#483494
צפור בודד האט געשריבן: איך הער. דרייען וויזניצער אויס זייערע היט? טוען בעלזער אויס שווארצע זאקן? איך רעד דא לאו דווקא פון קילע יונגעלייט וואס ווילן נישט ווערן געלעיבלט נאר פון אזוינע וואס וואלטן לכאורה געדארפט טראגן דער לבוש ביד רמה, און דאך אפילו ביי זיי זענען דא אישוס. הלא דבר הוא, נישט?

איך האב טאקע א שכן א בעלזער א בנש"ק וואס גייט מיט גאנצע הויזן
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:06 am#483673
עס איז צייט אפצושטעלן די מנהגים פון היטן, עס דארף יעדער איד האבן אפאר היטן אינדערהיים,
און זיך אנטוהן באותו זמן ובאותו מקום ווי אזוי עס שמעקט אים,
פונקט ווי מען אפאר געבלימטע בעקטשעס אדער רעקלעך מיט אנדערע סארט מוסטערן,

רבותי דאס איז נישט קיין ווערטל, עס איז צייט צו ווערן אריינגעברענגט ביים חסידישן אידנטום, מען דארף עס אנהייבן אויף א קלוגע וועג.
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:16 am#483674
כמיעוט: דאס וועט אבער שאפן אנדערע פראבלעמען. נעם למשל מיין חבר דער וויזשניצער.היינט גייט ער מיט דעם באנד אויף די רעכטע זייט. מארגן וועט ער עס איבערדרייען. ווען איך וועלל וועללן רעדן צו איהם וועלל איך מיינען אז איך רעד צו איהם פנים אל פנים. דערווייל רעד איך צו זיין רוקן. און ער הערט מיך נישט...! אויך ווען איך וועל זעהן מיין רבי אדער זיין זוהן אריינקומען אין ביהמ"ד מיט א פלאטשיג'ס וועלל איך (בעל כורחי) אויספלאצן אין א געלעכטער. אינמיטן דאווענען...!
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:28 pm#483724
דאס אלעס איז ווערטלעך.

עס איז קלאר אז מען דארף דאס איינפירען עס האט נישט קיין שום זוהן אז א מענטש זאל זיין ארפגעבינדען צו איין סארט היט ווען עס איז דא עטליכע סטיילס כולם אהובים וברורים וחסידיש.
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:04 pm#483731
כמיעוט האט געשריבן:דאס אלעס איז ווערטלעך.

עס איז קלאר אז מען דארף דאס איינפירען עס האט נישט קיין שום זוהן אז א מענטש זאל זיין ארפגעבינדען צו איין סארט היט ווען עס איז דא עטליכע סטיילס כולם אהובים וברורים וחסידיש.

נאר נישט דאס ווען איעדער גייט זיין הוט איז כאטש פארהן אלע מיני קאלירן אלע חסידית’ן עס איז דא א ווערייעטי שטעל דיר פאר אז אלע חסידים גייען די זעלבע עס וואלט געווען נישט צום אויסהאלטן נאך ערגער ווי די ליטאים און לעקוואד
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:19 pm#483733
עס וועט יעדער גיין די היט וואס ער וויל, עס וועט אין יעדע קהלה/ חסידות זיין קאלירפול, אסאך שענער ווי עס איז בי היינט.
זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:55 am#483777
איך פארשטיי נישט פארוואס יעדער אפאר הוטן? פארוואס נישט פלעין טשואויס אזויווי עס איז געווען לכתחילה, יעדער זאל גיין מיט וועלכע הוט/דאטשיק/קוטשמע.... עס שמעקט אים
מיטוואך אקטאבער 27, 2021 2:51 pm#483996
berlbalaguleh האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט

מחצה"ק: ס'איז נישט מיאוס. ס'זעהט אויס פאני. 90% פו די מענטשן פאסט נישט קין פלאכע ביבער הוט...!

איך האב צומאל אזא מחשבה'לע/פאנטזיע כאילו. אויף רבנים וואס איך קען. זיי טראגן א הויכע הוט. וואס וואלט געווען. וויאזוי וואלטן זיי אויסגעקוקט ווען זיי גייען א פלאטשיגס...ס'קומט מיר אייביג צו לאכן...!

סאיז פשוט ווייל דו ביזט נישט צוגעוואוינט ווען ס'וואלט געווען פארקערט וואלסטו פונקט אזוי געלאכט, קענסט זיך פארשטעלן ווי די רביס גייען אפגעגאלט די מארדע און די פאליטישאנס מיט לאנגע ווייסע בערד....... אדער רביס מיט קורצע זשעקעטס און באס דרייווערס מיט זילבערנע בעקיטשעס......
מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:26 pm#484036
איה"נ: א יעדער מענטש האט אן אימעדזש אין אנדערע מענטשנ'ס זיכרון. וויאזוי ער זעהט אויס. און ער גייט געקליידעט. אויב עפעס טוישט זיך ראדיקאל ציעט עס די אטענשאן פון אנדערע. און ס'איז אויך פאני.
מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:31 pm#484038
berlbalaguleh האט געשריבן:איה"נ: א יעדער מענטש האט אן אימעדזש אין אנדערע מענטשנ'ס זיכרון. וויאזוי ער זעהט אויס. און ער גייט געקליידעט. אויב עפעס טוישט זיך ראדיקאל ציעט עס די אטענשאן פון אנדערע. און ס'איז אויך פאני.


למשל ווען מען פאקט בערל דרייוון א באס און נישט קיין וואגן...
מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:36 pm#484040
קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. איך ווייס נישט וואס דו טוסט פאר פרנסה. אפשר ביסטו א שליח בי"ד צו געבן מלקות פאר מענטשן וועים די התאחדות פסקנ'ט אפ אז ס'קומט זיך זיי קלעפ...! אדער אפשר ביי וועם מ'דארף אויסברעכן די שויבן פון די פענצטער...! לאל