ועתה ארמוז לך סוד, יש עושה חרוזים בתולדתו בלי לימוד ויש שהוא צריך לימוד וכאשר יקבל ככה יוכל שלא לקבל, ונקל הוא האחרון מן הראשון, וכל הנביאים לבד ממשה אחר עבור כבוד ה׳ על פניו, נבואתם כולם במראה הם, גם בחלום. על כן אמרתי על אברהם אבינו זה בנביאה על הניסיון האלוהים ולקח את המאכלת ואזנו נוטה לשמוע מהרה
לאמיר זאגן וואס מיר קוקט אויס פשט, והבוחר יבחר.
ער זאגט, אז ס'איז פארהאן אזעלכע וואס האבן בתולדה נבואה, און אזעלכע וואס לערנען עס ווי א פאך, און דער לעצטער איז אויף א קלענערע מדריגה ווי דער ערשטער (נישט לייכטער), ווייל ער דארף מאכן הכנות און התבוננות וכו', ווען ער וויל מקבל זיין א נבואה (כמבואר במו''נ), ממילא איז עס תלוי ברצונו צו ער 'וויל' יעצט מקבל זיין א נבואה צו נישט (''וכאשר יקבל ככה יוכל שלא לקבל''), משא''כ דער ערשטער וואס האט עס בתולדה און באקומט עס ווען אומער אפי' אן הכנות ואינו תלוי ברצונו.
איז ביים סיפור העקדה, ווי מיר געפינען אז אינמיטן נעמען דעם מעסער איז אנגעקומען א נבואה צו אברהם בלי הכנות ובלי רצון להתנבא, ווייזט דאס אז אברהם איז געווען פונעם ערשטן סארט (''ואזנו נוטה לשמוע מהרה'').
וואס מיט דעם וויל ער צוקומען, אז יונה איז געווען פונעם צווייטן סארט, און אויב ער וועט נישט וועלן וועט ער קיין נבואה נישט באקומען, און דאס מיינט ''ויברח מלפני ה'''.
און לפי''ז זאגט ער בכלל נישט אז סיפור העקדה איז געווען במראה נבואה (שיטה המיוחסת לרמב''ם בפה''מ).