Under maintenance
הויפט זייט » א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט

א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14887
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:19 pm#483660
א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט
בס"ד

אין שנת תש"ח איז הרה"ק ר' יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל, באקאנט אלס אדמו"ר מ'סקווירא זצ"ל, אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ער האט געהאפט צוריק אויפצושטעלן א חסיד'ישן הויף, און ממשיך זיין מיט די עבודה פון אבותיו הקדושים, וועלכע האבן געפירט חסיד'ישע הויפן און משפיע געווען אידישקייט, תורה, קדושה, טהרה און חסידות, פאר אידישע קינדער.

ער האט געזוכט א מקום וואו עס פעלט זיך אויס אזא זאך און ער האט זיך באזעצט אין בארא פארק, וואו עס איז דעמאלס נישט געווען קיין חסיד'ישע הויפן, און אזוי האט ער געהאפט אז עס וועט זיין א מקום פאר אים.

אבער בארא פארק איז נאך נישט געווען גרייט דאן פאר א חסיד'ישע הויף, און דער רבי זצ"ל האט זיך געפלאגט מיט מנין, בשעת ווען הרה"ח ר' גדלי' שווארץ ז"ל, א חשוב'ער קאסאנ'יער חסיד פון דער אלטער היים, וועלכער האט יא מכיר געווען דעם חשיבות פון א חסיד'ישן הויף, האט כסדר אריינגעשלעפט אידן און זיכער געמאכט עס זאל זיין מנין, צו די תפילות און טישן.

נאך תקופה וואס דער צדיק האט געזעהן אז דער מקום איז נישט רייף פאר דעם, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין וויליאמסבורג, וואו עס האבן שוין דאן געשפרודלט עטליכע חסיד'ישע הויפן, און האט דארט פון פריש עטאבלירט זיין הויף. אין וויליאמסבורג האט טאקע דער רבי געהאט מער הצלחה און ער האט געהאפט אז ער וועט קענען בלייבן דארט.

למעשה אבער האט ער נאך א תקופה פון עטליכע יאר באשלאסן צו גרינדן אן אייגן שטעטל. סיי ווייל ער האט געשפירט אז עס איז בעסער פאר די רוחניות און סיי ווייל ער האט געשפירט אז עס איז בעסער פאר'ן הויף. א הויף קען זיך בעסער בויען אין א שטעטל, וואו אין א שטאט, וואו די באגרעניצונגען, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, זענען פיל מער. ווי אויך איז געווען דארט אין שטאט מערערע רבי'שע הויפן, און דאס האט פארשווערט דאס בויען זיך.

דער רבי אפגעקויפט א שטח נישט ווייט פונעם אידישן מאנסי, וועלכע מען וועט קענען נוצן פאר די וויכטיגע זאכן ביז דאס שטעטל בויעט זיך אויף. ער האט מפרסם געווען אז ער גייט בויען א שטעטל, און דאס האט גערעדט צום הארץ פון פילע אונגארישע און גאליציאנע אידן, וועלכע האבן זיך געבענקט צום ווארימקייט פון די אמאליגע חסיד'ישע קליינע ישובים, און א גרויסער צאל האבן זיך דארט באזעצט, אריינגערעכנט עטליכע חשובי חסידי קאסאן.

די רעשט איז, ווי מען זאגט, היסטאריע. פון די קליינע הייפעלע איז זיך צואוואקסן דער סקווערער חסידות וואס מיר קענען אלע היינט.

-

תשע"ה. די איסט 18'טע גאס אין פלעטבוש איז געווארן געטוישט אין זאונינג פון רעזידענשאל צו קאמערשאל, און די פרייז פון די הייזער זענען שטארק געשטיגן. רוב איינוואוינער האבן פארקויפט זייערע הייזער פאר ביזנעסער און האבן זיך אוועק געצויגן.

פאר דעם קאסאנ'יער רבי'ן איז דאס געווען א טאפלטער פראבלעם. די יארן רוקן זיך און מען ווערט נישט יונגער, און ער האט געשפירט אז עס פעלט אים אויס א קינד זאל זיך באזעצן נעבן אים. אבער מיט די פרייזן אין פלעטבוש, נאך איידער דעם טויש אין זאונינג, איז דאס כמעט ווי נישט מעגליך געווען. יעצט אבער, מיט דעם טויש אין זאונינג, איז עס געווארן פיל שווערער. צו דעם איז צוגעקומען דער פראבלעם, אז מיט דעם טויש אין זאונינג, האבן מענטשן געזוכט צו פארלאזן דעם געגענט, וואס האט ווידער שווערער געמאכט פאר דעם בית המדרש.

דער רבי שליט"א, וועלכער האט כל ימיו עוסק געווען אין הרבצת התורה, אויף א איידעלן, שטילן פארנעם, און משפיע געווען אויף אידישע קינדער מאור תורתו הקדושה, און מיט זיין זעלטענעם ענוות חן האט ער געהאט א שטארקע השפעה אויף פילע אידישע קינדער, האט געשפירט אז עס איז געקומען דער צייט מקיים צו זיין דעם לך לך מארצך.

ער האט אבער נישט געוואלט ווייטון קיינעם דורך זיך באזעצן נעבן א צווייטנס שול. צו דעם האט דעם רבי'ן אויך גאר שטארק וויי געטון דער שווערער מצב פון דירות ביי אידישע קינדער. ער האט גאר גוט מיטגעהאלטן ווי עס איז געווארן כמעט אוממעגליך פאר א אינגערמאן צו קויפן א הויז, אויב מען איז נישט א גאר גוטער פארדינער. און דער רבי האט באשלאסן צו מקיים זיין ביידע אויף אמאל.

ער וועט זיך ציען צו א געגענט וועלכע איז נאכנישט באוואוינט מיט אידן, וואו הייזער זענען באדייטענד ביליגער און אזוי ארום וועט ער אריינכאפן ביידע. סיי ער וועט קענען ממשיך זיין מעשי אבותיו, אזוי ווי ער האט געטון זיין גאנץ לעבן, און סיי ער וועט קענען העלפן אינגעלייט זיך איינהאנדלען א וואוינונג פאר ביליגער ווי אין אנדערע געגענטער.

נאך א לאנגע צייט זוכן האט מען געטראפן א מקום, אבער ווען מען האט שוין געהאלטן ממש ביים סיינען קאנטראקט, איז דער רבי געוואויר געווארן אז דאס הויז געפונט זיך אין די מייל פון דעם סקווערער שטעטל, און היות אז דער סקווערער רבי האט געבעטן אז אידן זאלן זיך נישט באזעצן אין דעם מייל פון זיין שטעטל, האט דער רבי זיך ארויסגעצויגן פון דעם געשעפט און געבעטן דעם בראוקער צו טרעפן א הויז אינדרויסן פון דעם מייל.

דער בראוקער האט געווארנט דעם רבי'ן אז אינדרויסן פון דעם מייל קאסט טייערער, אבער דער רבי איז איינגעגאנגען אויף דעם. ער וויל קיינעם נישט וויי טון, אפילו ווען יענער איז נישט גערעכט.

מען האט זיך גענומען זוכן אינדרויסן פון דעם מייל, און אלס א תוספת זהירות האט מען ספעציעל געבעטן רשות ביים ראש הקהל דקהלת סקווער, וועלכער האט פארזיכערט אז דער ארט פון דעם נייעם בית המדרש איז אויסגעהאלטן, אפילו לפי שיטת סקווירא.

מען האט געשריבן קאנטראקט און זיך געגרייט צום שווערן אריבערגאנג.

-

זוממער תשע"ו

ויהי היום, אין ויהי אלא לשון צער, מען ציעט זיך אריין אין דעם נייעם הויז, און בו ביום באקומט מען א רוף פון דעם אויבנדערמאנטן ראש הקהל, אז זאכן האבן זיך געטוישט און מען מוז אוועק גיין פון דארט.

שאק!!!

וואס איז געשעהן? מען איז דאך געגאנגען אינדרויסן פון מייל, מיט רשות. אבער דער ענטפער איז געווען אז, איך ווייס נישט צו איר וועט גלייבן, עס איז יא אין די מייל! איי עס איז נישט. אבער ווען מען רעכנט עיר מייל, לופט מייל, דאס מיינט, אז ווען מען ציעט א גראדער ליניע פון דעם עק פון שיכון סקווירא ביז דער רבי'נס הויז, פעלט נאך עטליכע הונדערט פוס פון דעם מייל. ועל זה יצא הקצף. איי מען האט דאך קלאר באקומען רשות. נונו, יעצט האבן זאכן זיך געטוישט.

וואס טוט מען יעצט? על זה חרדנו כל החרדה הזאת. מען האט געטון אלס אין דער וועלט נישט וויי צו טון יענעם און יעצט פאדערט מען אז ער זאל זיך אוועק ציען. אבער דער רבי איז נאך אלץ געווען גרייט, לפנים משורת הדין, זיך אוועק צו ציען. פון פריש אנהייבן דעם גאנצן קאפוויי, פריש זיך פאקן, זוכן א מקום, און אלעס וואס קומט מיט מיט דעם. אבער היות אז דער רבי איז געענגט אין געלט, האט מען מודיע געווען פאר דעם ראש הקהל, אז מען בעט כאטש אויסצוצאלן די שאדן.

אבער צו דעם אומגלויבליכן שוידער האט ער דאס אפגעזאגט. יא, ממש אזוי. איך פארלאנג דו זאלסט זיך אוועקציען, נאך וואס איך האב קלאר געזאגט אז עס איז אקעי (אויף עפעס וואס איך האב בכלל נישט קיין רעכט), אבער איך בין נישט גרייט דיר אפילו צו פארגיטיגן דעם שאדן. מען רעדט שוין נישט פון עפעס מער פון דעם, עפעס פאר שכר טירחא, נאר פשוט דעם שאדן.

באין ברירה איז דער רבי געבליבן אויפן ארט.

מען האט געהאנגען צעטלעך אין בית המדרש אז איינער איז געקומען אין דעם מייל "להרוס ולקעקע יסודות הקדושה" (בערך אזא לשון). און מען בעט ווער עס קען זאל טון עפעס אז ער זאל זיך אוועק ציען – פארשטייט זיך, נאר בדרכי נועם...

און דא האט זיך אנגעהויבן א מסע השמצה און טעראר. עפעס אזא סארט הכרת הטוב אויף דעם וואס א קאסאנ'יער חסיד האט געהאלפן שלעפן מנין פאר סקווערער רבי זצ"ל, און אויף דעם וואס סקווער האט זיך געבויעט דורך עטליכע קאסאנ'יער חסידים, וועלכע זענען געווען פון די ערשטע איינוואוינער אין שטעטל.

יעדער וואס האט געקויפט א הויז אינעם געגענט האט אנגעהויבן אריבערגיין עינויים קשים. טעלעפאנען, באזוכן, ווענדונגען צו זיין קהילה אדער משפחה, אז מען זאל יענעם נישט לאזן זיך אהינציען.

מענטשן האבן זיך טאקע דערשראקן, און מען האט מורא געהאט זיך אהינצוציען. פאר א גאנצע יאר האט דער רבי געוואוינט דארט איינער אליינס. זיי האבן געהאפט אז דער רבי וועט זיך אוועקציען, זעענדיג אז ער בלייבט אליינס. אבער דער רבי, בכח אבותיו הקדושים, איז געבליבן און נאך א יאר האבן זאכן זיך אנגעהויבן צו ריקן.

איין פאמיליע האט זיך אריינגעצויגן. נאך עטליכע חדשים, נאך איינס. און בערך נאך דריי יאר האט דער רבי שוין געהאט אן אייגענעם מנין אין געגענט.

די שכנים פון אריבער דעם דיספיוטעד מייל האבן נישט גערוט. זאכן ווי פאני קאלס אין אלע שעות פון טאג און נאכט, פאר עטליכע טעג נאכאנאנד, אדער שיקן עטליכע טאצן פיצא ערב יום כיפור צום זמן הדלקת הנרות, זענען געווארן רעגלמעסיגע זאכן מיט וואס דער רבי און די איינוואוינער דארפן זיך ספראווען.

אבער טראץ דעם אלעם איז דער רבי נאך אלץ געווען גרייט נאכצוקומען די קאפריזן פון די שכנים, אויב נאר זיי זענען גרייט צו צאלן די הוצאות. מען האט פארהאנדלט צענדליגער מאל. יעדעס מאל זיי האבן געשיקט א שליח אז זיי ווילן פארהאנדלען, איז מען געקומען צום טיש און געווען גרייט. אבער נאך יארן פון אזעלכע סארט פארהאנדלונגען, האט מען איינגעזעהן אז אלע פארהאנדלונגען האבן נאר איין ציהל: אז דערווייל זאל מען נישט בויען דעם נייעם שול און די איינוואוינער זאלן זיין ענג און אומבאקוועם.

אויב א איד פון די געגענט האט געמאכט א שמחה און עס איז געווען מפורסם אין איינס פון די אויסגאבעס; אדער אויב האט אן איינוואוינער פון די געגענט אנאנסירט זיין ביזנעס, האט מען געהאט צו ליידן. מען האט טעראריזירט די אויסגאבע, און זיי ארויסגעווארפן פון סקווירא. און ווען דאס האט נישט געהאלפן, האט מען פשוט ארויסגע'גנב'עט די אויסגאבע פון אנדערע ערטער אויך, אז קיינער זאל עס נישט קענען באקומען. און ווען אויך דאס האט נישט געהאלפן, האט מען אנגעהויבן אנרופן די אנדערע אדערווערטייזערס פון די אויסגאבע און זיי טעראריזירט.

אזוי גייט אן דער סארט שטילער טעראר פאר העכער פינף יאר, בשעת די איינוואוינער זיצן שטיל. ליידן און שווייגן.

ווען מען האט געמאכט אן עירוב אין די געגענט האט דער רב המכשיר פון דעם עירוב באקומען א פארציע פון טעראר. גארנישט איז נישט געווען ארויס פון די גבולים. אויב איז עס קעגן דעם נייעם אידיש'ן געגענט אין הילקרעסט איז אלעס מותר.

(און מיר האבן בכלל נישט צוגערירט דא וואס די מאדערנע און ליטווישע אידן וועלכע וואוינען אין שכינות פון סקווירא, אריבער דעם רוט 45, האבן זיך אנצוליידן. דא רעדן מיר בלויז פון הילקרעסט)

אצינד אידן. ווען ר' שאול אלטער'ס קהילה האט געמאכט א קאמפיין, האט כלל ישראל געוויזן אז מען איז קעגן טעראר. לאמיר עס יעצט ווייזן נאכאמאל.

די אידישע קהילה אין הילקרעסט באשטייט היינט פון ארום 50 פאמיליעס, מיט ארום 350 נפשות, זיי האבן נישט קיין געהעריגער בית המדרש און אויך נישט קיין געהעריגער מקוה. זיי ליידן זיך אן צרות צרורות בלויז פאר די סיבה אז זיי וואוינען אין א געגענט וואס א אנדערע קהילה האט באשלאסן אז מען טאר דארט נישט וואוינען, פלעין ווייל אזוי וויל איך. לאמיר זיי ווייזן אז כלל ישראל איז נישט מסכים מיט דעם און טאלערירט נישט קיין טעראר.

לאמיר ביישטייערן צו דעם קאמפיין.

ולסיום וויל איך רופן צו קהילת סקווירא, אויב איר ווילט האבן אייער שטעטל, אייער הויף, מיט א גאנצע מייל ארום פון אלע זייטן 'יודנריין', האב איך פאר אייך אן עצה:
m https://www.ranchflip.com/ranch/290844 m
m https://www.ranchflip.com/ranch/287655 m
m https://www.ranchflip.com/ranch/266361 m

אט זענען דריי שטיקער לאנד, וועלכע זענען גרויס גענוג צו בויען א שטעטל, פיל גרעסער פון דעם יעצטיגן, און עס זאל נאך אלץ בלייבן גענוג שטח צו לאזן ליידיג איבער א מייל פון אלע זייטן. יעדעס איינע פון די שטחים קאסט ביליגער פון דעם נייעם בית המדרש וואס מען בויעט יעצט אין שטעטל, קען מען זיך שפארן אסאך געלט און האבן א ליידיגן מייל ארום זיך אויך.

קהילת סקווער איז מכובד זיך אריבערצוציען אהין און על ישראל שלום.

-

און אצינד, קאווע שטיבל מעמבער, לאמיר ארויסהעלפן די נאנחים ונאנקים תחת ידי הטעראר, און לאמיר שיקן א מעסעדזש אז כלל ישראל וועט זיך אננעמען פאר די טעראריזירטע.
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:20 pm#483661
מיר האבן געעפנט א בלאט אויף דעם קאמפיין, ספעציעל פאר חברי הקאווע שטיבל. ביטע אנטייל נעמען.

אויב איר האלט אז אונזער גאול איז צו ווייניג, ביטע לאזט וויסן.

m https://kosonhillcrest.org/khs/4321 m
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 10:53 pm#483663
איך האב פינקט לעצטענס גערעדט צו ידידי הרב קרויס פון די ביזנעס דירעקטערי האט ער מיר דערציילט אז סקווער האט אים געסטראשעט מיט'ן לעבען אז ער טאר נישט אריינשרייבן די הילקרעסטע שוהל אין זיין דירעקטערי.
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:26 pm#483666
חת"ם סופר: איך האב א קשיא. אבער דער העיליגער רעבע (וואס ער וועיסט קעינמאל גארנישט) האט דאך געזאגט אזוי..."אונז געי מיר עיביג נאר בדרכי נועם"...! מיין שאלה איז צי האט ער געמעינט אויף מר. שפיצער'ס מעטאד פון דרכי נועם?!
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:51 pm#483670
דרכי נועם איז בלשון סגיא נהור. נאך א פשט, לויט זיינע באגריפן איז עס דרכי נועם. (נשיכתן נשיכת שועל, ועקיצתן עקיצת עקרב, ולחישתן לחישת שרף???)
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:52 pm#483671
סאיז א מצוה צו העלפן אזא קאמפיין טאקע אויסשרייען פאר קהילת סקווירא אז טעראר האט נישט קיין פלאץ ביי אונז אידן !!!
כל הכבוד פאר אדמו"ר מקאסאן הילקריסט שליט"א פארן בלייבן דארט מיט מסירת נפש און זיך נישט דערשראקן פון טעראר
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:40 am#483676
ישר כח הרב הדד פאר'ן געבן דעם גאנצן ווייטאגליכן היסטאריע און אונטערגרונדה פון די געשיכטע און ישר כח פאר'ן גיין פתיחה און עפענען א בלאט ווי חשובי אנ"ש וועלן זיך בעז"ה משתתף זיין.

ס'איז הארץ רייסנד צו ליינען וואס דא גייט פאר און פון דער אנדערער זייט פרייד דאס הארץ אז עוד עם ישראל רד קל חי און דער קאסאנער רבי שליט"א האט באוויזן זיך צו דערהאלטן און גרייט זיך צו מרחיב זיין גבולי הקדושה.
אז מ'טראכט אריין איז עס ממש אומגלויבליך ווייל די פאוער געפ דא איז אבנארמאל און ס'איז ממש חוץ לדרך הטבע פאר א קליינעם רב זיך קעגן שטעלן קעגן אזא מאכטפולן מעגא טעראר אפאראט ווי סקווירא. פאר דעם אליין, אז דער קאסאנער רבי האט געוויזן דעם וועג זיך נישט צו בייגן פאר השחתה, דארף מען דעם רבי'ן שטיצן מיט'ן גאנצן הארץ

איך נעם זיך אונטער בעז"ה 100$ פאר דעם קאסאנער קאמפיין און כ'בעט אלעמען דא מיך נאכצומאכן און אריינקומען מיט שיינע סכומים הגונים.
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 6:01 am#483705
ב”ה איך האב געהאט די זכיה צו גיין פתיחה די ערשטע $10
ווער גייט נעקסט?
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 9:08 am#483715
Re: א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט
געגעבן
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 11:07 am#483718
סקווירא רופט ארום פייניגען די אויסגאבעס וואס האבן אריינגעלייגט די עדס
נעבעך
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:01 pm#483720
שרעקליך וואס סקווירא טוט
אלעס אינעם נאמען פון רבי ז"ל
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:18 pm#483721
געהערט בשם די בעל קול הציבור אז א סקווירא בחור אדער אינגערמאן האט ארויסגעווארפען יעדן פארטאגס פון א שיינע פאר גרויסע בתי מדרשים די קול הציבור אין דערנאך געקאלט די אדווערטייזערס אז זיי זאלן נישט אדווערטייזן אין קול הציבור ווייל ס'קימט פשוט נישט אן אין די בתי מדרשים
אלעס ווייל ער האט אריינגעלייגט עפעס א מסיבה פון קאסאן הילקרעסט
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 5:19 pm#483741
ארטיקל איבער דעם קאמפיין
זונטאג אקטאבער 24, 2021 4:01 am#483774
Re: א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט
כ'האב געליינט דעם ארטיקל און עס האט זיך געהערט אביסל איינזייטיג. דעם שבת איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט אן אפענעם סקווירא חסיד , און צו מיין שאק האט ער אלעס באשטעטיגט! עס איז נאר אין די "עיר מייל" (!), סקווירא האט נישט געוואלט צאלן אפי' זיי האבן פארדעם מאשר געווען דעם מקום, וכו'

יעצט בלייבט נאר טאקע צו מנדב זיין און שטיצן אזא מקום.
זונטאג אקטאבער 24, 2021 12:38 pm#483784
איך האב אריינגעטשיפט מיט א הינדרעטער, כמנין ס"מ למען הסר שטן מלפנינו ומאחרינו וממיילינו.
זונטאג אקטאבער 24, 2021 12:40 pm#483785
הדד בן בדד האט געשריבן:מיר האבן געעפנט א בלאט אויף דעם קאמפיין, ספעציעל פאר חברי הקאווע שטיבל. ביטע אנטייל נעמען.

אויב איר האלט אז אונזער גאול איז צו ווייניג, ביטע לאזט וויסן.

https://kosonhillcrest.org/khs/4321


אט איז די לינק.
זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:13 pm#483787
איך האף מנשה גייט גיבן מיט אלע זיינע ניקס…
זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:40 pm#483789
היכי דמי האט געשריבן:איך האף מנשה גייט גיבן מיט אלע זיינע ניקס…



מנשה גייט געבן מיט אלע זיינע ניקס, פעטש.

דער אומפארשעמטער בריאה איז פון די הויפט שלעגער דארט אין שטעטל
זונטאג אקטאבער 24, 2021 10:28 pm#483816
לאמיר דא אפגעיבן די כבוד פאר @רימון
(אלע צוזאמען הויעך) בעבור שנתן מאה דאלער לבית מדרש, בשכר זה וכו' ונאמר אמן.

(נא ווי זענען די קענדיס?)
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:45 am#483833
א שטימע קעגן טעראר - הילף פאר קהילת הילקרעסט
די עולם קומט אריין שיין, ווער איז נעקסט ?

m https://kosonhillcrest.org/khs/4321 m
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:34 am#483845
די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:47 am#483848
די קאמפיין שטייט גאר גוט ברוך השם
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:50 am#483849
פארט ארום א בריוו פון די קאסאן קהילה ווי זיי צונעמען גאר גוט די גאנצע פרשה ממש א שאנדע פאר סקווירא
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:53 am#483850
איך האב געוואלט מנדב זיין אבער ס'איז ארויפגעקומען א מעסעדזש אז זייער ק''ק סיסטעם ארבייט נישט.

סאבאטאדזש??
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:51 pm#483856
דריי מאל אריינגעשטיפט סקווער...
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:52 pm#483857
בעל דרשן האט געשריבן:פארט ארום א בריוו פון די קאסאן קהילה ווי זיי צונעמען גאר גוט די גאנצע פרשה ממש א שאנדע פאר סקווירא

לייג ארויף.
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 1:42 pm#483859
Joseph האט געשריבן:די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'

ווער איז טובי', און וועם רודפ'ט ער?
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:10 pm#483861
איך אויך האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:פארט ארום א בריוו פון די קאסאן קהילה ווי זיי צונעמען גאר גוט די גאנצע פרשה ממש א שאנדע פאר סקווירא

לייג ארויף.


מלב אל לב.pdf
(111.8 KiB) אראפגעלאדנט 199 מאל


ומלתם את ערלת לבבכם.pdf
(94.41 KiB) אראפגעלאדנט 208 מאל


מענה אל הלב.pdf
(237.11 KiB) אראפגעלאדנט 202 מאל
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 3:32 pm#483865
פרעה האט געזעהן מיט זיין כישוף און זיינע שטערן זעהער אז ס'גייט געבוירען ווערען מושיען של ישראל, און פרעה וועט ווערען אויס קאפעליטש מאכער, איז ער געווארען ווילד און גערעגט, און ער האט געהייסען אריינווארפען אלע געבוירענע זכרים און וואסער, אבער ס'האטעם גארנישט געהאלפען, ווייל אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד ה' !

דער סקווערע רבי הרב טווערסקי האט געזעהן אין חלום אז ס'גייט קומען איינער ראטענבערג און עים גוט מסדר זיין... מסתם פארדעם ווען סקווער האט געהאט א אישו מיט איינעם ראטענבערג א תושב פון סקווער וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן לויט די גלחישע פארשריפטען, זענען זיי געווארען ווילד און באשלאסען אז מ'ברויך אים פארברענען..... אדער לפחות פארברענען זיין הויז..... און זיי האבען מקיים פסק געווען, (כ'גיי נישט אריין צי דער רבי אליינס האט געוויסט דערפון צו נישט, דאס איז זיכער אז דער וואס האט עס געטוהן האט געטראכט מיט רעכט אז דאס וועט זיין לנחת רוח להגלח טווערסקי) און ער איז געגאנגען בדרכי נועם אין גענומען ברענשטאף באגאסען יענעמס פארטש און עס אנגעצינדען, לויט די אלטע מסורה פון די קאטוילישע קירכע צו פארברענען "כופרים",

האט זיך אבער ארויס געשטעלט אז די ראטענבערג וואס ער האט געזעהן אין חלום איז גאר א צווייטע ראטענבערג, פון די קאסאנע ראטענבערגס, און דא האבען זיי א פראבלעם, זיי קענען עים נישט פארברענען..... איז פרובירען זיי אנדערע וועגען, און זיי פאלען דורעך איינס נאכען צווייטען, און אינצווישען באשמיצען זיי זיך אליינס מער און מער, ווייל מער און מער מענטשען הייבען אן איינזעהן וואס פאר א פארפוילטע מושחת דער טווערסקי רבי איז, אבער דער אלטער טווערסקי רבי איז אזוי פארזינקען אין זיין איגו, אז ער כאפט נישט וואס ער טוט, זיין גאוה און זיין דמיון פון POWER פארבלענדען זיינע אויגען אויף אזוי ווייט אז ער איז זיין אייגענע גרעסטע שונא !

אסאך סקווערע תינוקות שנשבו גרויסען זיך אז זייער גלח איז זייער "קלוג".... לויט זיין אויפפירונג ביי דעי מעשה שטעלט ער זיך אהער ווי א גרויסע שוטה ! אזוי זיך צו אויפפירען ?! ווער ס'ווייסט ווייסט אז ער איז א מושחת, און אז ער איז אלעמאל געווען א [פארמעקט], אבער נישט יעדער ווייסט, ער האט דאך אזוי שווער געארבעט צו זיך אהער שטעלן אלץ א "צדיק" , אז די אידישע וועלט זאל עים רעספעקטען, אין דא פירט ער זיך אויף אזוי עקעלהאפט אזוי אפען פאר די גאנצע גאס, נאר די תירוץ איז אז ווען די קאץ זעהט א מויז פארגעסט ער זיך אינגאנצען..... ווען דער סקווערע הרב טווערסקי שפירט א סכנה פאר זיין פארדמיון'טע POWER, פארלירט ער זיך אינגאנצען,

זאל דער באשעפער העלפען אז אלעס וואס דער הרב דוד טווערסקי פרובירט צו טוהן שלעכטס פאר אנדערע זאל זיין חרבו תבוא בלבו וקשתותיו תשברנה !!
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:17 pm#483876
א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן געגעבן, יעדע נתינה ברעכט דעם כח פון טעראר. נישט קיין חילוק צו דער נתינה איז קליין אדער גרויס.

מען בעט אבער די אלע וועלכע האבן נאכנישט געגעבן זאל זיך אנגארטלען און אריינלייגן א נדבה אויפן בלעטל פון קאווע שטיבל.

תזכו למצוות
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 2:59 am#483894
אויף איי וועלט איז געווען א אשכול איבער דעם קאמפיין, אבער מאנטאג פארנאכטס איז עס עפעס מיסטעריעזיש פארשוואונדן געווארן. זעהט אויס אז סקווער האט א גרעסערן כח אין אייוועלט ווי גער. ר' שאול'ס קמפיין אשכול איז יא געבליבן געבן, אבער קאסאנ'ס נישט.

איי וועלט גייט פאר סקווער, לאמיר זעהן פאר וועמען קאווע שטיבל גייט. דערווייל איז דער קאווע שטיבל פעידזש זייער ארעם.
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:37 pm#483912
די נייע בית המדרש
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:04 pm#483954
בלויז איין קארגע שעה ביז די קאמפיין ענדיגט זיך אפיציעל, און מען האלט בערך 1000$ פונעם גאול, זיי דארפן עס הייבן.

כן ירבה וכן יפרוץ...

ב"ה אונז האב מיר זיך משתתף געווען יותר מכפי יכולתנו, ממני יראו וכן יעשו...
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:11 pm#483957
:like אנגעקומען צום ציל! ציל געהויבן צו 700,000! :like

בלויז 50 מינוט פארבליבן זיך צו משתתף זיין...
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:26 pm#483958
מזל טוב קהילה קדושה קאסאן און פאר די הילקריסט געגענט