Under maintenance
הויפט זייט » יציאת מצרים תש״ו

יציאת מצרים תש״ו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14888
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 5:23 am#483701
יציאת מצרים תש״ו
איך וויל דאָ באַשרײבן אַ פרשה, וואָס זי איז פון אונזער ווייטיקליכסטע, צוליב געוויסע סיבות וועל איך ניט מאריך זײן און פאַרשרייבן מערניט ווי ראשי פרקים.

דאָ רעדט זיך פון אַ פרשה וואָס פון איר האָט זיך אויפגעבויט דער „דור השביעי” מ׳רעדט פון אָט אָ דער פרשה וואָס ווערט אָנגערופן אין חב״ד מיטן קאָד–נאָמען „יציאת מצרים תש״ו”, אָדער גלאַט „פרשת לוואָוו”.

ווי באַקאַנט, איז ווי נאָר די קאָמוניסטן האָבן גענומען די מאַכט אין רוסלאַנד, האָבן זיי זיך גענומען קעמפּפן קעגן דער רעליגיע. צוליב יענע סיבות צי אַנדערע סיבות האָט זיך אויסגעקומען, אַז די איינציקע רעליגיעזע *אָרגיניזאַציע* איז געוועזן תומכי תמימים.

קומט תש״ו, און די פּוילישע רעגירונג פאָדערט באַ דער רושיסער זי זאָל אַרויסלאָזן אַלע פליטים. איז געוואָרן אַ געלעגנהײט, האָט מען געפעלשט פּוילישע פּאַספּאָרטן און מ׳איז אַרויס. דער „ראש” פון דער אָרגיניזאַציע איז געוועזן ר׳ יונה כהן פּאָלטאַווער, השם ינקום דמו. איינער פון די ראשים איז געוועזן ר׳ מענדל פוטערפאַס. ווען זיי האָבן דערזען אַז הגיעו מים עד נפש, האָט ר׳ מענדל זיך געמאַכט אַ בילעט, פאַר זיך און פאַר זײן משפחה. קומט ער צו גיין צו ר׳ יונה׳ן, זאָגט עם ר׳ יונה „הייסט עס, אַז מסירות נפש האָט אויך אַ גבול. מסירות נפש האָט אויך אַ מאָס”. ר׳ מענדל האָט עס דערהערט, איז ער ווײטער דאָרט פאַרבליבן, אַרויסגעשיקט האָט ער זײן משפחה, און אַליין איז ער געבליבן און פאַרשיקט געוואָרן אויף עטליכע גוטע יאָר אין סיביר. (ר׳ יונה אגב, האָט זיך קיינמאָל ניט אומגעקערט. ער איז אומגעקומען אין די וויסטע סיבירע מדברים..., און צו קבר ישראל איז ער קיינמאָל ניט געקומען)”.

פסיאָ, דאָס איז די מעשה פון דעם „דור השביעי”. אפשר אַז איך על האָבן כח וועל איך ממשיך זײן, דערווײלע זײט מיר געזונט...
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 5:40 am#483702
בפועל ממש, האָבן מיר הײנט אַ רשימה פון אַלע חסידים וואָס האָבן איבערגעשווערצט דעם גרעניץ. צואווישן זיי איז ר׳ פּיניע קאָרף ע״ה. פּערזענליך, איז מײן משפחה ניט ניצול געוואָרן יעמאָלט, פון איין זײט משפחה איז מען אַרויס שוין מיט אַ יאָר צען פריער...
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 5:43 am#483703
די רשימה פון חסידים וואָס האָבן *יע* איבערגעשווערצט דעם גרעניץ, פאַרמאָגט העכער טויזנט משפחות. מ׳קאָן זיך נאָר פאָרשטעלן ווי ס׳וואָלט זיך אויסזען דער „דור השביעי”, ווען ער וואָלט ניט פאַרמאָגן אַזאַ בריגאַדע...
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 5:46 am#483704
ר׳ יונה כהן (פּאָלטאַווער), אין זײן יוגנט, השם ינקום דמו.
בילד
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 6:07 am#483707
דוראק האט געשריבן:ר׳ יונה כהן (פּאָלטאַווער), אין זײן יוגנט, השם ינקום דמו.
בילד

די בילד קומט עפעס נישט גוט ארויף
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 8:16 am#483710
נאנאך: ביי מיר קומט דער בילד זייער גוט און קלאר ארויף...אט איז א בילד פון א איד א בעל מסירות נפש...!

דוראק. ביטע פארצייל נאך מער מעשיות און פארברייטער אונזערע ידיעות ווייל מיר דורשטן צו הערן איבער די מסירות נפש געשיכטעס פון די טייערע אידן וועלכע האבן געקעמפט אקעגן די פארשאלטענע יעווסעקעס אין סאוויעטן פארבאנד...!
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:52 pm#483727
ביטע זיי מסביר וואס איז געווען די מחלוקה ווער וואס ווי ווען וכו’
נישט סתם נאך א מעשה פון ר מענדל פואטערפאס