Under maintenance
הויפט זייט » אלעס אין איין טאג - כ"ו אב

אלעס אין איין טאג - כ"ו אב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1491
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:38 pm#35254
אלעס אין איין טאג - כ"ו אב
קרעדיט: זאלץ וואסער אויף אידישע וועלט

היינט איז א גרויסער טאג ביי אונז חסידים און תלמידים פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, עס איז די 33סטער יומא דהילולא פון אונזער גרויסן רבי'ן זי"ע.

גייענדיג אויפן ציון הק' און דרייענדיג זיך אין קרית יואל המעטירה, קומט מיר אויף אבזערוואציע'ס און איך בין נייגעריג צו הערן אייערע אבזערוואציע'ס צו זענען זיי אויך בערך ווי מיינע.

א' סליחות

צופרי זעהט אויס אין קרית יואל מער ווי א' סליחות, עס טוט זיך א אנלויף פון אלע מיני קרייזן יעדער מיט פארקנייטשטע פנימ'ער איינער לויפט דאווענען א צווייטער אין מקוה, מנינים שטעלן זיך אויף פלעצער ווי סתם אזוי קען קיין מזומן אויך נישט שטיין, ווי מ'לייגט אראפ א פוס טרעפט מען נאך 4 פאר פוס, עס איז נישט דא ווי זיך צו רירן דער מצב איז אנגעצויגן, אידן ווילן פועל'ן ישועות אין זכות פון דעם גרויסן צדיק.

ר"ה ביינאכט

אראפקומענדיג פון ציון הק' זעהט אויס ווי ר"ה ביינאכט, מ'ווינטשט זיך "האט'ס געפועלט אלעס גוטס" און מ'גיט זיך ווארימע ברכות א שטייגער ווי די גאסן זעהן אויס ווען מ'וואונטשט זיך לשנה טובה, און מ'לויפט ווייטער.

ערב יום כיפור

ארויפגייענדיג זעהט אויס ווי מ'שטייט אין די ליין פאר כפרות שלאגן. די קולות פון די געלט גייער'ס איז עד לב השמים. עס גיסט זיך געלט ווי עריו"כ ביי מנחה, און אז אינמיטן פליען פארביי די קרית יואל'ע קאטשקע משפחה איז עס שוין ממש א בחינה פון כפרות שלאגן...

סוכות

די געלט גייער'ס זיצן אין בודקעלעך וואס דערמאנט פונעם יו"ט סוכות, מאנכע מאכן עס געהעריג ווי א תשבו כעין תדורו, און אזוינע וואס זענען נאר יוצא צו שטיין דערנעבן און מאכן קולות. אויך זיצן תהלים זאגער'ס אין ריזיגע טענט'ס ווי עס שפירט זיך אין א קהל'ישע סוכה

הושענא רבא

אין דעם אוהל הקדוש איז געהעריג די נענועים בתוקפה, מען דרייט זיך הקפות, און מ'שטופט זיך ווי אין א סארדין שאכטל, די קולות זענען הויך, דער תהלים זאגן איז ווי הו"ר ביינאכט, און די געזינגעריי דערמאנט פון די נענועים און הלל הושענא רבא בייטאג...

חנוכה

נעבן דעם ציון הק' איז דא מער לעכט ווי יוצאי מצרים, עס פלאמען די פלעמעלעך, די היץ קען מען שפירן קילאמעטער'ס ווייט, א פרסומי ניסא אויף ווי ווייט דער אויג זעהט.

פורים

אה שיער פארגעסן! ביי איין קרעמל פון די געלט גייער'ס איז געהעריג פורים אינמיטן די גאנצע ערנסטקייט, זיי נעמען אן מיטלען פון געלט רייסעריי ווי מ'טוט נאר שיכורערהייט פורים נאכמיטאג. אבער דער סאטמארער ציבור איז געוואוינט צו טון די מצוה פון צדקה מיטן גאנצן הארץ נישט קיין חילוק די מעטאדן וואס די געלט גייער'ס נעמען אן.

פסח

דאס איז שוין נאך אלעם ווען די געלט גייער'ס זיצן אנגעלענט ווי ביים סדר און רעזיגנירט ווי נאך די אפיקומן, מורמלען זיך נאך אונטער זייערע סלאגאנען אבער ערשעפט און מיד פון די צוויי טעג ארבעט.

שביעי של פסח

דאס יאר ווען עס רעגנט איז עס געהעריג קריעת ים סוף.

ל"ג בעומר

דארף דען הסברים? ווער עס איז שוין געווען אמאל אין מירון וועט אייך מודה זיין אז אין קרית יואל איז כאטש א מעין מירון אום כ"ו אב

תעניתים

אינטן ביים טענט זיצן אידן און עסן, עס זעהט אויס ווי מ'פאסט איין אדער מ'פאסט אויס, און אין די לאנטש רום פון די ישיבה זיצן זקנים ונערים און זענען זיך מחי' מיט די מאכלים וואס ווערט צוגעשטעלט מיט הרחבה.

אזוי ווערט דער גאנצער יארגאנג געשפירט דארט אויף טריט און שריט, עס שרייט פון יעדן ווינקל די חסידישע פארע. און עס בלייבט נישט מער איבער ווי צו אויסרופן הויך: אשרי העם שככה לו! וואויל איז פאר אונז אז מיר האבן געהאט די זכי' צו זיין תלמידים פון אזא הייליגן רבי'ן וואס איז אונזער וועג ווייזער און זיין תורה איז אונזער לערע ביז משיח'ס טאג.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער דאס איז מיין קורצע אבזערוואציע פאר די מאמענטן.
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:42 pm#35256
וואס שטייט און אייוועלט קען איך דארט ליינען....
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:46 pm#35259
איך ווייס, אבער נישט יעדער קומט דארט אן, ס'איז זייער יבש, איך ווייס נישט אויב ס'איז וועגן די כינוס אדער וועגן די קאווע שטיבל, אבער ס'איז ווייט נישט ווי אמאל, איך פאל אמאל אמאל אריין דארט, און אז איך זע א גוטס קען מען דאך מהנה זיין אונזער/זייער ציבור אויך (וואס געפינען) דא
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:51 pm#35264
האסט א פוינט! קיפ איט אופ
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:53 pm#35267
שרייבער האט געשריבן:איך ווייס, אבער נישט יעדער קומט דארט אן, ס'איז זייער יבש, איך ווייס נישט אויב ס'איז וועגן די כינוס אדער וועגן די קאווע שטיבל, אבער ס'איז ווייט נישט ווי אמאל, איך פאל אמאל אמאל אריין דארט, און אז איך זע א גוטס קען מען דאך מהנה זיין אונזער/זייער ציבור אויך (וואס געפינען) דא

אויב דאס מיינט יבש וואס מיינט לח.. זאג נאר, דו ווייסט אפשר וויפיל ארטיקלעך דער זאלץוואסער האט לעצטנס געשריבן??
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:55 pm#35269
ער שרייבט זייער גוט ער האט א גוטע סענס אוף הומאר
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:56 pm#35271
יא יא, זאלץ וואסער האלט עס אביסל זאלציג, דו ווייסטו אבער וויפיל נשמות זענען מגולגל אין אים? כ'מיין צו זאגן דו ווייסט וויפיל זאלציס זענען אמאל דארט געווען?
שוין, לאמיר נישט אזויפיל וויינען
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:59 pm#35335
chasid האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:איך ווייס, אבער נישט יעדער קומט דארט אן, ס'איז זייער יבש, איך ווייס נישט אויב ס'איז וועגן די כינוס אדער וועגן די קאווע שטיבל, אבער ס'איז ווייט נישט ווי אמאל, איך פאל אמאל אמאל אריין דארט, און אז איך זע א גוטס קען מען דאך מהנה זיין אונזער/זייער ציבור אויך (וואס געפינען) דא

אויב דאס מיינט יבש וואס מיינט לח.. זאג נאר, דו ווייסט אפשר וויפיל ארטיקלעך דער זאלץוואסער האט לעצטנס געשריבן??

עטץ זענץ ביידע גערעכט.
דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:14 pm#35343
איך בין שוין אסאך יארן נישט געווען ביים ציון הק' ביום היארצייט, מחמת ריחוק מקום, ס'ברענגט מיר ארויף זכרונות ליינענדיג דעם ארטיקל, וויזוי קוקט עס אויס די לעצטע 10 יאר, קומען נאך אזויפיל פרעמדע אידן, אדער נאר סאטמארע אידן,
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:08 am#35497
לעמיל האט געשריבן:האסט א פוינט! קיפ איט אופ
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:37 am#35542
דא קען מען זעהן אביסל

מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:40 am#35545
א הערליכע ארטיקעל זאלץ וואסער!!!
איך וויל דיר דאך געבען א לייק. קים ביטע שרייבען דא וועל איך דיר געבן א באנטש לייק׳ס!!!
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:44 am#35546
75000 מענטשען
דאס הייסט מער מענער ווי די סיום הש"ס!
איז דאך רבי יא גערעכט געווען!....
(הייסט ביסט יעצט ביסטו געווען מסופק? שגץ!
אז ס'וועלען נאר קומען 10 מענטשען צום ציון וועט מען זאגן "כי אתם המעט" ... )
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:49 pm#35683
שמואל הלוי האט געשריבן:דא קען מען זעהן אביסל


ביי 1:19 באמערקט מען ר' חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר ב.פ. (מהרז"ל).
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:28 pm#35693
שרייבער האט געשריבן:קרעדיט: זאלץ וואסער אויף אידישע וועלט

ל"ג בעומר

דארף דען הסברים? ווער עס איז שוין געווען אמאל אין מירון וועט אייך מודה זיין אז אין קרית יואל איז כאטש א מעין מירון אום כ"ו אב


איז דא פאראן נאך איינער וואס האלט אז די 2 זענען נישט קיין פארגלייך?
אודאי זענען ביידע א ריזיגע פארזאמלונג אויף א צדיק'ס ציון, אבער פארט איז עס נישט דאס זעלבע?
וואס איז מיט די אומנאטורליכע שמחה אין מירון? אלע שיכטן און קרייזן?

ער שרייבט טאקע "מעין", אבער א עס קומט א שטארקערע "מעין"...
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:45 pm#35696
פינקט ווי מירון איז די גרעסטע אין א״י איז דער רבי די גרעסטע געגייעכץ אין אמעריקא.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:47 pm#35697
דער אשכול דערמאנט מיר א מימרא פון וואודריזשער רב הגר"י לעבאוויטש. וואס איז דאס ענין ביי משה ע"ה ולא ידע איש את קבורתו? משה רבינו זאגט: ביי מיין קבר עט עטץ נישט קומען טרינקען פאנטש מיט קאלעיד. ודפח"ח.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:57 pm#35702
ר"י לעבאוויטש דעזערווט א באזונדערן אשכול
איך וואלט זייער געוואלט ליינען און וויסן מער איבער דעם אינטערעסאנטן אינדיווידואל.
ער איז מלא תוכן
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:58 pm#35704
מלא תוכן אבער נעבעך קוריאז אז נאר
שוין וועל מער ממשיך זיין אין די נייע אשכול
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:17 pm#35770
וויאזוי איז געווען ביינאכט ביי די סעודת הילולא?
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:41 pm#35786
מר. זאלץ שרייבט געוועליך פיין נאר מיר דערמאנט דאס וואס מען שרייבט אויף דער הילילא פון רשב"י אין מירון.

די סאטמורים זענן נישט צופרידן מיט דעם אז מען האט יעדע מעשה,מופת,גוט ווארט, תורה, טשעפע ,פליק פון צדיקי כל הדורות ארויפגעשמירט אויפן רביזיכרוינעליברוכע ולא נתקררה דעתם ביז מען האט זיך גענומן צו די שוכני עפר, אנפאנג איז דער רבי געווען דער צאנזר רב בדורינו שפעטר איז ער געוורן דער בעש"ט בדורינו (כאטשיק נשתכח תורת הבש"ט) וכל זה אינינו שוה להם ביז מען האט עם געמאכט פאר רשב"י בדורינו! (איך זעה טאקע אויף איינע פון די בילדער זיצט א יוד נאך געלט און אונטער עם א סיין בזכות התנא האלוקי רשב"י) קודם האט מען זיך נאר געוואגט צו זאגן אינערליך אין סאטמאר און ווען קיינער האט נישט מוחה געווען האלט מען היינט אז די סאטמערע פראפאגאנדע צייטונגן שרייבן בריוון (ליין: די רעדאקציע) אז ווער עס קען נישט/וויל נישט פארן קיין מירון קען פארן צום ציון ווייל דער רבי מיט רשב"י איז איינס!

דאכט זיך אז בעלזר רב ז"ל צו דער אוה"ח הק' האבן גארנישט קיין קלענערע עולם ביי זייערע יארצייטן האט איר שוין אמאל געזעהן א בעלזר חסיד צו א אוה"ח פארערער זאל שרייבן אזעלכע בלעדע שטותים?

ווען וועלן די בהמות שוין פארשטיין אז דער רבי ז"ל איז געווען וואס ער איז געווען און די אלע פראפאגאנדע ברענגט נאר עקל און אפשיי.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:43 pm#35787
עקל און אפשיי ביי וועם?
ביי דיר?
דעטס פיין וויט מי.
-------------------
נאר שונאים שפירן אן עקל און אפשיי
און קיינער אין סאטמאר אינטערעסירט נישט ענק צו געפעלן.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:48 pm#35790
זרעלע איך וואלט דיך געענפערט אבער ליידער ליידסטו פון א גאר שטארקע קעיס פון "אלעס אין די וועלט דרייט זיך ארום די סאטמערע חאזערייען" סינדרום און די וועסט ממילא נישא אנהייבן צו פארשטיין.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:50 pm#35792
איך לייד דערפון?
ביי דיר אין קאפ דרייט זיך "סאטמאר" א גאנצו טאג, יעדן טאג פון יאר!
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:20 pm#35813
איך אויך האט געשריבן:מר. זאלץ שרייבט געוועליך פיין נאר מיר דערמאנט דאס וואס מען שרייבט אויף דער הילילא פון רשב"י אין מירון.

די סאטמורים זענן נישט צופרידן מיט דעם אז מען האט יעדע מעשה,מופת,גוט ווארט, תורה, טשעפע ,פליק פון צדיקי כל הדורות ארויפגעשמירט אויפן רביזיכרוינעליברוכע ולא נתקררה דעתם ביז מען האט זיך גענומן צו די שוכני עפר, אנפאנג איז דער רבי געווען דער צאנזר רב בדורינו שפעטר איז ער געוורן דער בעש"ט בדורינו (כאטשיק נשתכח תורת הבש"ט) וכל זה אינינו שוה להם ביז מען האט עם געמאכט פאר רשב"י בדורינו! (איך זעה טאקע אויף איינע פון די בילדער זיצט א יוד נאך געלט און אונטער עם א סיין בזכות התנא האלוקי רשב"י) קודם האט מען זיך נאר געוואגט צו זאגן אינערליך אין סאטמאר און ווען קיינער האט נישט מוחה געווען האלט מען היינט אז די סאטמערע פראפאגאנדע צייטונגן שרייבן בריוון (ליין: די רעדאקציע) אז ווער עס קען נישט/וויל נישט פארן קיין מירון קען פארן צום ציון ווייל דער רבי מיט רשב"י איז איינס!

דאכט זיך אז בעלזר רב ז"ל צו דער אוה"ח הק' האבן גארנישט קיין קלענערע עולם ביי זייערע יארצייטן האט איר שוין אמאל געזעהן א בעלזר חסיד צו א אוה"ח פארערער זאל שרייבן אזעלכע בלעדע שטותים?

ווען וועלן די בהמות שוין פארשטיין אז דער רבי ז"ל איז געווען וואס ער איז געווען און די אלע פראפאגאנדע ברענגט נאר עקל און אפשיי.


שקר. איך האב אין ערגעץ נישט געזען סאטמאר שרייבן אז רביה"ק זי"ע איז איינס,
שרייבן אז בדורינו איז ער אזוי, איז זייער נארמאל, די גמרא זאגט שוין יפתח בדורו כשמואל בדורו

לגבי אנדערע חסידות, אמת זיי האבן נישט קיין אינטערעס גרויס צו מאכן זייערע געוועזענע רביים, אבער די לעבעדיגע פארגעטערט מען לכה"פ ביז צום בעש"ט
מיר האט א באיאנער חסיד א ת"ח עצום געזאגט אז זיין רבי איז אזוי ווי דער הייליגער ריזשינער זצ"ל (אן בדורינו)
דאס זעלבע זאגן די סקווערער, בעלזער, וכדומה.