מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 4:00 pm#486049
יודישע שפריכווערטער - מקורות, פשטים ועוד
פארהאן אסאך אינטערסאנטע שפריכווערטער, ס'וואלט געוועין זייער אינטרעסאנט עס אפצילערנען, די מקור (אדער אפשר גאר גע'גנב'ט פון א צווייטע שפראך, און אפשר גאר האבן אנדערע אינז בא'גנב'ט) און די פשט (אפשר איז דא אפילו מער ווי איין).ובזה החלי,
יענע חתונה: וואס איז פארגעגאנגען ביי יענע חתונה.
גראדע מעכעלע: ווער איז דעי מעכעלע, און וועלכע גראדע שטיק האט ער אפגעטין.
משה גרויס: וועים האט ער אזוי אנגע'שחצ'נט.
גיי לערן א גוי ברטנורא: פארוואס פיקט ברטנורא.
יאשקע פאנדריק: ווער האט עים ציגעלייגט די משפחה נאמען.
ועוד.
די עולם זאל אריינקומען מיט נאך.