Under maintenance
הויפט זייט » פאלשע נייעס

פאלשע נייעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14941
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 12:33 pm#486450
פאלשע נייעס
אן א שיעור איז שוין געשריבן געווארן, דעבאטירט און אנאליזירט געווארן, אויב די אלגעמיינע מידיע זאגט נארמאל "די נייעס" און נאר פון מאל צומאל פאלט זי אריין מיט אומריכטיגע אינפארמאציע אדער בייעס, אדער ניין, די אלגעמיינע מידיע איז דא צו שטופן אגענדעס, און די נייעס איז בלויז א טפל.

אין די פארלאפענע פאר טאג האט זיך אפגעשפילט 2 עפיזאדן, ביידע ארויס פון וויסקאנסין.
איינס: א לאנג פארצויגענע געריכט קעיס איבער רציחה פון 2 מענטשן האט זיך גענדיגט.
צוויי: אן אנגעבליכער רוצח האט אריינגעריסן אין א מאסע מענטשן, הארגענדיג לכה"פ 5 און פארוואונדענדיג פיל מער.

די קלארע חילוק צווישן די 2 מעשיות:
די ערשטע איז פארגעקומען אינמיטן העפטיגע ראיאטן, ברענעדיגע בנינים און א טענה פון סעלף דיפענס.
די צווייטע רציחה איז פארגעקומען גענצליך אומפראוואקט, אינמיטן א פרידליכער מארש.

די ערשטע האט (אפילו בעפארן דורכגיין א געריכט פראצעס) געברענגט הונדערטער שעות מידיע דעקונג פון טענות אויפן אנגעבליכן רוצח, שעלווס געשרייבאכצער, און בערג מיט טענות אויף פארשידענע מענטשן/אידיאלאגיעס וואס טראגן די אחריות אויף וואס דער אינג האט געטוהן.
די צווייטע -זאג איך נביאות... וועט נישט באקומען אפילו א פערטל פון די דעקונג! (משחרב... נביאה לשוטים...)

אויב וועט זיך אויסשטעלן אז איך בין גערעכט, און Derrel E Brooks וועט נישט ווערן אזא Hot טאפיק ווי Kyle Rittenhouse דאן קען מען איינמאל פאר אלעמאל סעטלען די נושא..
ס'וועט זיך ארויסווייזן צום וויפלטן מאל, אז די מידיע'ס ענדגילטיגע ציל איז "נישט נייעס", נאר די נייעס פארציילעריי איז בלויז א טפל צו זייער עיקר ציל פון שטופן נעראטיווס.

זעלבסט פארשטענדליך אז מיין טענה איז נאר אויף די "אלגעמיינע" מידיע (וואס פארופן זיך נייטראל), לינקע אדער רעכטע קאנאלן איז פארשטענדליך אז זיי וועלן שטופן נאר וואס לוינט זייער אפענע אגענדע.

ווי אויך איז זעלבסט פארשטענדליך אז די גאנצע זאך איז נאר געזאגט געווארן אויב (ווי ס'זעהט דערווייל אויס..) דער איצטיגער אנגעבליכער רוצח איז טאקע שווארץ, און שטיצט די BLM מאוומענט, אויב אבער מען וועט קענען אנקלעבן אויף אים די מינדסטע שייכות צו טראמפ אדער די רעכטע אין אלגעמיין, איז פשוט אז די קעיס וועט באקומען די זעלבע דעקונג ווי Kyle.
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 4:12 pm#486461
גוט מארגן ר' יונה! האסט געווארט ביז יעצט צו געוואור ווערן אז די מידיא איז בייעסד?
אגב מיר איז א חידוש אז מ'זעהט אז אויף די ווידיאו אז ער איז אומשולדיג פארוואס זאל האלב אמעריקא נאך אלץ האלטן אז ער שולדיג, דאס הייסט אז די מיינונג פון די מענטשן האט גארנישט מיט די פאקטן, סקען זיין קלאר ווי די טאג אז איינער איז אומשולדיג אבער מ'וועט האבן נאך אלץ האבן מיינונגען באזירט אויף פארטיי ליניעס, איך האב נישט געזעהן די ווידיאו ווייל איך האב נישט ליב צו זעהן אזעלכע זאכן, איך האב נאר געהערט דערפון, במילא קען איך דן זיין לכף זכות אז די עולם האט נישט געזעהן די ווידיאו.
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 7:40 pm#486477
הה”ד יענעמס טעראריסט איז דעם צווייטנס פרידנס קעמפער.
ווען מען ארעסטירט מייקל פלין אדער סטיוו בענאן האט מען געראטעוועט אמעריקע, אבער ביידן בכור איז א גרעסערע צדיק און העלד ווי שמשון הגבור.
די יאנואר 6 פראטעסטירער זענען דאמעסטישע טעראריסטן,
אבער די BLM ראיאטירער זענען סאציאלע יוסטיץ קעמפער.
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:27 pm#486482
תרמב האט געשריבן:גוט מארגן ר' יונה! האסט געווארט ביז יעצט צו געוואור ווערן אז די מידיא איז בייעסד?
אגב מיר איז א חידוש אז מ'זעהט אז אויף די ווידיאו אז ער איז אומשולדיג פארוואס זאל האלב אמעריקא נאך אלץ האלטן אז ער שולדיג, דאס הייסט אז די מיינונג פון די מענטשן האט גארנישט מיט די פאקטן, סקען זיין קלאר ווי די טאג אז איינער איז אומשולדיג אבער מ'וועט האבן נאך אלץ האבן מיינונגען באזירט אויף פארטיי ליניעס, איך האב נישט געזעהן די ווידיאו ווייל איך האב נישט ליב צו זעהן אזעלכע זאכן, איך האב נאר געהערט דערפון, במילא קען איך דן זיין לכף זכות אז די עולם האט נישט געזעהן די ווידיאו.


דאס איז דאך די חורבן מיט די "קאורט אף סאסייעטי" (ווי געשמועסט ביי די נושא פון חיים וואלדער..), רוב מענטשן וועלן פארטיידיגן שלעכטס אויב ס'ווערט אויסגעפירט דורך "מיינע", און וועלן טרעפן שלעכטס אויב ס'איז "זיי" וואס טוהן דאס.

און פארשטייט זיך די "זיי" און "אונז" קען זיך טוישן לויט די צייט גייסט, און לויט וואס ס'איז אין Style צו האקן אנטקעגן.
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:10 pm#486485
וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.
What else?
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:39 pm#486488
מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.
What else?


ווען די קאווערעדזש זאל ווען בלויז האבן געווען ארום די פאקטן פון די קאורט דעיס וכדומה וואלסטו גערעכט געווען... אבער דאס איז דאך מיין פאוינט, די פאקטן פון א סימפל רציחה קעיס נעמען נישט אויף קיין הונדערטער שעות פון נאציאנאלע מידיע..
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:41 pm#486489
מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.(צ”ל פון סעלף דיפענס)
What else?
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:54 pm#486493
ליב צו וויסן האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.
What else?


ווען די קאווערעדזש זאל ווען בלויז האבן געווען ארום די פאקטן פון די קאורט דעיס וכדומה וואלסטו גערעכט געווען... אבער דאס איז דאך מיין פאוינט, די פאקטן פון א סימפל רציחה קעיס נעמען נישט אויף קיין הונדערטער שעות פון נאציאנאלע מידיע..

יענס איז נישט געווען קיין פשוט'ע קעיס קען מען שפענדן שעות צו שפעקולירן, דא איז נישטא וואס צו דן זיין.
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:55 pm#486494
בן נון האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.(צ”ל פון סעלף דיפענס)
What else?

איך האב גערעדט פון די פרישע מעשה.
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 1:12 am#486502
מ'קען דעקן דעם רוצח'ס אידענטיטעט, מ'קען אויך דעקן זיין היסטאריע, אויך קען מען דעקן וואס פונקטליך האט איהם מאטיווירט. אא''וו. די פשוטע טייטש פון נייעס איז אז מ'זאל סערווירן דער עולם פאקטן און דעטאלן וואס אינטערעסירט פאר דער עולם. למעשה איז עס פארקערט, אנטשטאט צו סערווירן מיט פאקטן און דעטאלן וואס די קליענט פארלאנגט, פיטערן זיי דער קליענט מיט נאראטיוון און אגענדעס וואס איז אינגאנצן נישט איינשטימיג מיט די בעסיק יסודות אין דזשורנאליזם.
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:10 am#486511
מצפצף האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.
What else?


ווען די קאווערעדזש זאל ווען בלויז האבן געווען ארום די פאקטן פון די קאורט דעיס וכדומה וואלסטו גערעכט געווען... אבער דאס איז דאך מיין פאוינט, די פאקטן פון א סימפל רציחה קעיס נעמען נישט אויף קיין הונדערטער שעות פון נאציאנאלע מידיע..

יענס איז נישט געווען קיין פשוט'ע קעיס קען מען שפענדן שעות צו שפעקולירן, דא איז נישטא וואס צו דן זיין.


זיי מסביר פארוואס מען קען נישט שפענדן דא שעות מיט שפעקולאציעס וואס זיינע מאטיוון זענען געווען?
פארוואס מען קען נישט האלטן ביזי דעם עולם פאר די נעקסטע יאר מיט יעדע פרישע עבירה וואס דער באשולדיגטער איז באגאנגען אין די PAST?
פארוואס מען וועט נישט ארויף ברענגען הונדערטער אנאליסטן וואס זאלן מסביר זיין ווי די קולטור פונעם באשולדיגטן איז פארדארבן?
פארוואס מען וועט נישט זיכער מאכן אז יעדע אמעריקאנער ווייסט צו זאגן פון די מעשה און ווי שעדליך ...... איז פאר סאסייעטי?
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:49 am#486514
איך בין טאקע נייגעריג פארוואס נאך איבערפארן א פרוי מיט דער זעלבער קאר איז ער ארויס פראנק און פריי.
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:36 pm#486553
היסטאריע האט געשריבן:איך בין טאקע נייגעריג פארוואס נאך איבערפארן א פרוי מיט דער זעלבער קאר איז ער ארויס פראנק און פריי.


כ'בין נאכנישט קלאר מיט די פונקטליכע דעטאלן וואס ער האט געטוהן בעפאר, אזויפיל איז קלאר אז די ווינט היינט אין די ליבעראלע סיטיס איז נישט צו פראסעקיוטן Violent קריים.
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:25 pm#486560
היינט איז א 13 יעריג קינד געשאסן און פארוואונדעט געווארן אין די בראנקס פון א ווילדע פארברעכער וואס איז ארויסגעלאזט געווארן פון זיין פריערדיגע ארעסט אהן קיין בעיל.
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 4:37 am#486590
Re: פאלשע נייעס
עס איז דא אפאר גוטע סאטירישע נייעס וועבזייטלעך א שטייגער ווי m https://www.theonion.com m (מער לינקס) און m https://babylonbee.com m (מער רעכטס) וואס זייער נייעס איז נאך די בעסטע און מערסט צום זאך פון אלע.

ווי האט נאר די צוויבל אמאל געשריבן;
מיר ברענגען אייך אמת'ע נייעס וואס האט 'נאכנישט' פאסירט...
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:52 pm#486599
פאליטיקאנט: דהי אניען...איז א מין סעטורדעי נייט לייו אינמיטן א גרינעם מיטוואך...אבער די בעבילאנ-בי איז נאך בעסער. ער/זי נעמט עכטע נייעס און לייגט צו אן אינטרעסאנטן ..."טוויסט"...אזוי ווי די נייעס איבער דעם קייל ריטענהויז ווערדיקט...!
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 9:10 pm#486631
אמתע רייד
דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 3:46 am#486671
כלבאשבוע האט געשריבן:אמתע רייד


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 6:57 pm#486714
יוסי געשטעטנער האט היינט א שמועס אויף קול מבשר איבער די אטאקע און די מידיא דעקונג דערויף.