Under maintenance
הויפט זייט » נייע דור פון יונגע חזנים

נייע דור פון יונגע חזנים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14946
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:45 pm#486650
נייע דור פון יונגע חזנים
סוואקסט אונטער א דור פון נייע חזנים, א טייל פון זיי זייער טאלאנטפול

פאר צוויי אהאלב חדשים צוריק האבן די יונגע חזנים:

ישראל מאיר שווייד
נסים סאאל
א.צ.פרידמן
און פיניע שטיינווארצעל

רעקארדירט לייוו חזנות אינעם בית א-ל שול אין בארא פארק, מקען עס יעצט זען אויף יוטויב:
m https://www.youtube.com/watch?v=iygvTkBHtws m
דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:11 am#486657
כלבא שבוע: ייש"כ. דאס איז זייער א גוטע בשורה. ווייל מענטשן אין מיין עידזש גרופ וועלכע האבן זייער שטארק ליעב חזנות. (ספעציעל איך) שטייען און וואונדערן זיך אויב די חלק פון די אידישע ארט וועט האבן א קיום. ווייל אין די '80 ער און '90 ער יארן האט אויסגעזעהן אז חזנות גייט זיין א פארגעסענע קונץ. ווייל דער עולם האט נישט ארויסגעוויזן קיין אינטרעס אין דעם. . ס'איז געווען הימל און ערד און מרדכי בן דויד און אברהם -פריעד...! אויסער די אלטע חזנים ווי יאסעלע ראזנבלאט און משה קוסביצקי און נאך א פאר אנדערע זענען נישט געווען קיין חזנות צו הערן. היינט איז (ב"ה) דא די 2' לעמער ברודער. און די נייע סטאק פון חזנים פון דעם יונגערן דור. דאס איז זייער א דערפרישענדע בשורה...!90
דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:18 am#486658
שטיינווארצל איז א אייניקל פון פוטסבורגע רבי זצ"ל פון דארט קימט די כוח פון חזנות
דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:29 am#486660
כמיין אז דער פיטסבורגער רבי איז געווען זיין עלטער פעטער, נישט זיידע
דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:33 am#486661
כלבאשבוע האט געשריבן:כמיין אז דער פיטסבורגער רבי איז געווען זיין עלטער פעטער, נישט זיידע

און פוטסבורגער רביס טאטע איז געווען זיין עלטער זיידע