Under maintenance
הויפט זייט » ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן

ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15059
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:01 am#490958
ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
ס'איז געוועהן א שיעור פון הגאון ר' אורי האלצמאן אין די 'שטיבל' אין וויליאמסבורג און הערשל קלאר האט אנגעפירט א פראטעסט ווי אין די אלטע צייטן מיט לויזע אייער אויסגעשאסענע פענסטערס.

הרב האלצמאן'ס חטא איז אז ער האט א. שייכות מיט די חומש פשוטו של מקרא
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:05 am#490959
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
אוואו איז געווען די שיעור?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:14 am#490961
די שטיבעל אויף פענן סטריט ביי ווייטע עוועניו
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:23 am#490962
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
האסט בילדער פון די וואנדאליזם אטאקע?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 07, 2022 2:48 am#490967
פונקט פארקערט. איינע פון די טענות אנטקעגן פשוטו של מקרא איז אז זיי האבן גענוצט הרב הולצמן.

די טענה אנטקעגן הרב האלצמאן איז אז ער געהערט צו בית מדרש הגר"א.
פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:28 pm#490996
איך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.
פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:31 pm#490997
ביידע זייטן זענען הונדרעט פראצענט גערעכט!
הולצמאן מען זאגן וואס ער וויל, און קלאר באטשי מעג אויך זאגן וואס ער וויל, א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:07 pm#490999
קאך_לעפל האט געשריבן:ביידע זייטן זענען הונדרעט פראצענט גערעכט!
הולצמאן מען זאגן וואס ער וויל, און קלאר באטשי מעג אויך זאגן וואס ער וויל, א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!

אז די ווילסט עס לייגן אין קאנטעקסט, קלאר איז דער סאטמערער וואס רעדט איין דער יוגענט אז האלצמאן איז דער שייגעץ וואס דער רבי זי"ע האט געמיינט. זיי גלייבן אים, ווייל זיי ווייסן נישט בעסער, ועוד ווייל זיי האבן אויך ליב עקשען.
סאטמער איז געבויט אויף טעראר, געבויט אויף רשעות, אהן טרעפען א איינער וואס מען קען מאכען דער קאמאן ענעמי זענען זיי גארנישט מיט נישט.
דער נעכטיגע פראטעסט איז לזכר נשמתו פין דער גרויסע טיפער בליק האבער רבינו יואל בן חנניה יו"טל.
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:12 pm#491000
תרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.


למה נגרע? אפשר Shared'סטו עס מיט אונז?
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:25 pm#491002
מ'קען נישט אטאקירן פערזענליך מעמעבערס פון ק"ש
מנהל
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:43 pm#491005
קאך_לעפל האט געשריבן:מ'קען נישט אטאקירן פערזענליך מעמעבערס פון ק"ש
מנהל


נוסח סאטמאר במיטבו
פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:51 pm#491006
נישט דאס האבן מיר געפרעגט...
ס'שיינט עטוואס אז מיר וועלן נישט אזוי שנעל באקומען אן עטפער. אלענספאל האטס מיר א ליכטיגער שבת.

און יא, מיסטער היסטאריע, פארגעסט נישט זיך גוט צו צוקנעפלן דאס מאנטל, ס'איז שטארק קאלט אינדרויסן...
פרייטאג יאנואר 07, 2022 3:00 pm#491011
ליב צו וויסן האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.


למה נגרע? אפשר Shared'סטו עס מיט אונז?

m https://drive.google.com/file/d/14YY_AG ... sp=sharing m
פרייטאג יאנואר 07, 2022 3:15 pm#491015
קאך_לעפל האט געשריבן: א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!


שיק מיר דיין אדרעס און איך גאראנטיר דיר א "געשמאקען" שבת פאר דיר מיט דיינע קינדער

. נ.ב. איך עקסעפט זעללע
פרייטאג יאנואר 07, 2022 3:25 pm#491017
מאטי האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן: א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!


שיק מיר דיין אדרעס און איך גאראנטיר דיר א "געשמאקען" שבת פאר דיר מיט דיינע קינדער

. נ.ב. איך עקסעפט זעללע

מאטי: ער איז (נאך) א בחור. אפשר האט ער אן אלטע טאטע און מאמע. און ברודערס און שוועסטערס...! קלוגע עצה...!
זונטאג יאנואר 09, 2022 2:58 am#491057
וואס איז געווען זיין עבירה אז מ'האט פראטעסטירט, האט ער געלערענט ניטל?
זונטאג יאנואר 09, 2022 1:07 pm#491081
קאך לעפל, איך דיין פלאץ וואלט איינגעמאכט און געבליבן שטיל, סעאיז אן עקל און א גרויל צו זעהו וויאזוי מען האדעוועט אויף א פרישע דור אין וויליאמסבורג מיט די אלטע חן ענקערע.
זונטאג יאנואר 09, 2022 3:01 pm#491093
עפ"י בקשת אנשים חשובים האביך (מדעת עצמי) פארמעקט די הודעה.
קהל'ס נער: ייש"כ פאר געבן די לייק...!
זונטאג יאנואר 09, 2022 4:02 pm#491108
WOW :P טאטע זיסער...
און איך האב געמיינט אז די זאכן זענען א פארגאנגענהייט...
זונטאג יאנואר 09, 2022 7:16 pm#491130
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש
טעראר איז פושט צורה ולובש צורה, אמאל גייט ער מיט א שטאָפּער הוט אמאל גייט ער מיט א קרעציגע הויכע בובער הוט און אמאל גייט ער מיט א בענד דאַן (סאטמערע לויער היטעל) און שרייבט בלוטיגע שקרים אויף טוויטער
מאנטאג יאנואר 10, 2022 2:50 am#491201
ווער איז דער האלצמאן? ווואס איז זיין היסטארי?
מאנטאג יאנואר 10, 2022 9:11 am#491204
זיין היסטארי איז אז ער מומחה אויף היסטאריע און דאס מאכט די קנאים היסטעריש.

ווייל די קנאים ווילן נאר הערן hagiography און ביי זיי ווער ס'זעט און היסטאריע א biography איז צאאאאאא טאאאמע.
מאנטאג יאנואר 10, 2022 9:30 am#491205
יאסל ראקאווער: גיי זיי מסביר (פאר די פארמאכטע מוחות) וואס דו האסט דא געזאגט...!
מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:04 am#491444
עס האט מיר אזוי אויפגערעגט ווען איך האב געזען דעם קליפ פון דעם פראטעסט. גלייבט מיר אז איך האב געהאלטן אז וויליאמסבורג שטייט שוין אסאך ווייטער פון דעם. איך האב אפגעשטעלט דעם סקרין און געקלערט, אט איז נאך א סיבה פאר משיח׳ן אויסצואוועלן קרוינהייטס איבער וויליאמסבורג.
מיטוואך יאנואר 12, 2022 2:26 pm#491466
מאך זיכער האט געשריבן:עס האט מיר אזוי אויפגערעגט ווען איך האב געזען דעם קליפ פון דעם פראטעסט. גלייבט מיר אז איך האב געהאלטן אז וויליאמסבורג שטייט שוין אסאך ווייטער פון דעם. איך האב אפגעשטעלט דעם סקרין און געקלערט, אט איז נאך א סיבה פאר משיח׳ן אויסצואוועלן קרוינהייטס איבער וויליאמסבורג.

כ'פארשטיי נישט פארוואס ביסט געווארן אזוי אויפגערעגט?! פארוואס האסטו דיך בכלל איינגערעדט אז עפעס האט זיך געטוישט דארט? אדער זיך געריקט פאראויס? האבן דען די מחנכים, מנהלים, און רעבעס אנגעהויבן אריינצובאקן אין די יונגווארג, אז מ'ברויך אויך רעספעקטירן און אקצעפטירן איינער וואס האלט אינגאנצן אנדערש ווי דיר?? ווען האסטו ס'לעצטע מאל געהערט א פרידליכע דעבאטע אדער דיאלאג, צווישן א סאטמארער, בעלזער,אגודה'סט אדער מזרחי'סט אויף קול מבשר?? אדער דער איד, די צייטונג, בלאט, באשרייבן א מזרחישן רב א ת"ח אדער סיי וועם נישט קיין נפק"מ פון וועלכן חצר יענער רב, רבי, באלאנגט וואס איז נישט איינשטימיג און גייט נישט אין שפאן מיט זייערע אגענדע?!?!?!?!
פרייטאג יאנואר 14, 2022 3:28 pm#491667
מאך זיכער האט געשריבן:עס האט מיר אזוי אויפגערעגט ווען איך האב געזען דעם קליפ פון דעם פראטעסט. גלייבט מיר אז איך האב געהאלטן אז וויליאמסבורג שטייט שוין אסאך ווייטער פון דעם. איך האב אפגעשטעלט דעם סקרין און געקלערט, אט איז נאך א סיבה פאר משיח׳ן אויסצואוועלן קרוינהייטס איבער וויליאמסבורג.



פארוואס עפעס קרינהייטס? דארט האט מען טאלעלירט יעדן?
אויב זענט איר נאך צו יונג, גייטס פרעגן די עלטערע באבובער, סקולענער און אפילו סאטמארע חסידים וואס האבן געהאט דארט זייער בעיס אדער מוסדות, פרעגט זיי פארוואס זיי האבן אוועקגעמופט?

אדער פרובירטס צו מאכן א שיעור אין דברי יואל (ניטאמאל ויואל משה) מיט אפאר ליבאוויטשע בחורים אן זייער טאטענ׳ס רשות, וועלמיר זען וואס וועט פאסירן

איך האלט אויך אז וומסב"ג האט נאך די מענטעליטעיט, אבער במציאות איז אין וומסב"ג דא און אייביג געווען שולן און מוסדות פון אלע חסידות, קרוינהייטס האט יעדן ארויסגעגעסן
פרייטאג יאנואר 14, 2022 4:16 pm#491673
Completeley wrong.
די סיבה דער עולם איז אנטלאפן פון קראון הייטס איז ווייל די שווארצע חוליגאנעס האבן זיך צעלאזט אין די מאסן און טעראריזירט די עולם עד כדי מיתה ועד בכלל.

נישט וועיגן ליובאוויטש.
פרייטאג יאנואר 14, 2022 5:12 pm#491677
קהל'ס נער: געוויסע מענטשן וועללן אייביג טרעפן עפעס א מאדנע טעם פארוואס צו בלעימען זייער אוועקגיין פון א געגנט. דו האסט עס ריכטיג ארויס. די אידן האבן אוועקגעמופט פן קרוינהייטס פאר די זעלבע סיבה וואס אנדערע אידישע געגנטער זענען חרוב געווארן. צוליעב געלטגייציגע ריעל עסטעיט ספעקולאטארן. ..."בלאקבאסטערס"... וועלכע האבן ארייגעברענגט די שווארצע חיות, רוצחים און אנטיסעמיטן און חרוב געמאכט א געגנט. פארקערט. ס'קומט זיך עקסטער קרעדיט פאר ליובאוויטש אז זיי האבן זיך נישט געשראקן און אוועקגעמופט. אזוי ווי אלע אנדערע אידישע קהילות. ווען נישט די ליובאוויטשער חסידים וואלט א איד היינט נישט געקענט אדורכגיין קראונהייטס...!

די רשעים האבן פונקט אזוי געציעלט חרוב צו מאכן אנדערע אידישע געגנטער. אזוי ווי פארעסט היללס, קווינס. אויך קיין בארא פארק זענען די רשעים אנגעקומען. אין מיין שכינות האט , איין טאג. בעסער געזאגט אינמיטן די נאכט אריינגעמופט א שווארצע משפחה. פארשטייצעך. ווארקינג קלעס. נאר דער עולם האט געלייגט פרעשור אויפ'ן לענדלארד אז ער האט געמוזט פטור ווערן פון זיי. מסתמא פאר א פאר טאלער לא יחרץ געלט...!
פרייטאג יאנואר 14, 2022 5:27 pm#491682
...
מוצ"ש יאנואר 15, 2022 3:54 pm#491683
קודם כל האב איך נאר ארומגעווערטלט איבער קרוינהייטס, וועגן זייערע משיח׳יסטישע אנשויאונגען. אבער אז מען רעדט שוין וועגן ליובאוויטש און סקולען, האט מיר דער גבאי פון הרה״ק מסקולען זי״ע דערציילט, אז א חסיד איז אריין צום ליובאוויטשער רבי זצ״ל און געזאגט אז סקולענער רבי מאכט ליובאוויטשע חסידים דאווענען מיט זיין מנין שבת, און זיי קומען נישט צום רבי׳ן, האט דער ליובאוויטשער רבי געזאגט אז מען זאל זאגן אלע ליובאוויטשע חסידים צו דאווענען ווייטער ווי זיי ווילן ״ווייל איך האב ניט די פלייצעס דעם אידן ווי צו טאן״.
מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:02 pm#491688
אינטערעסטינג סטארי.
מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:05 pm#491689
מאך זיכער האט געשריבן:קודם כל האב איך נאר ארומגעווערטלט איבער קרוינהייטס, וועגן זייערע משיח׳יסטישע אנשויאונגען. אבער אז מען רעדט שוין וועגן ליובאוויטש און סקולען, האט מיר דער גבאי פון הרה״ק מסקולען זי״ע דערציילט, אז א חסיד איז אריין צום ליובאוויטשער רבי זצ״ל און געזאגט אז סקולענער רבי מאכט ליובאוויטשע חסידים דאווענען מיט זיין מנין שבת, און זיי קומען נישט צום רבי׳ן, האט דער ליובאוויטשער רבי געזאגט אז מען זאל זאגן אלע ליובאוויטשע חסידים צו דאווענען ווייטער ווי זיי ווילן ״ווייל איך האב ניט די פלייצעס דעם אידן ווי צו טאן״.

די מעשה מוז נישט דוקא זיין אמת. אבער אונז גלייבן באמונה שלימה אז ס'וואלט געקענט זיין אמת...!
מוצ"ש יאנואר 15, 2022 9:22 pm#491702
תרמב האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.


למה נגרע? אפשר Shared'סטו עס מיט אונז?

https://drive.google.com/file/d/14YY_AG ... sp=sharing

ווער האט מנדב געווען די אייער...?!
זונטאג יאנואר 16, 2022 6:42 am#491740
איינער זאגט מיר אז ער איז א שכן מיט ציממערמאן די אייער ווארפער. און ער באטראכט זיין יונגל אלץ אויף די גאס ווען זיין טאטען שרייעט אויף די מענטשען אין די גאסן, שבת וועגן די עירוב אדער וועגן אנדערע משוגעתן. און לויט ווי עס קוקט אים אויס שעמט זיך דאס קינד מיט זיין טאטען און איז אינגאנצן צומישט.... נעבעך!

כ’טראכט וואס איך וואלט געטוהן אויב מיין טאטע וואלט טאג און נאכט ארומגעגעאנגען שרייען אויף אנדערע מענטשען, יעדע רגע אויף א צווייטן, וויאזוי איך וואלט אים אנגעקוקט...

סאיז א געוויסע form of child abuse.

וואס טראכט ער? די באשעפער האט געהייסן זיין א משוגענער און א גאנצע טאג ארומגייען שרייען און פארפירן אויף מענטשען?

כפארשטיי אמאל דארף מען פראטעסטירן קעגן געוויסע אומרעכטן. ספעציעל ווען ס’קומט צו מענטשען-רעכטן, און אין די היסטאריע האבן מענטשען נאר באקומען זייערע רעכטן ווייל זיי האבן זיך אויפגעשטעלט און פראטעסטירט. אבער שרייען אויף א צווייטן יעדען שני וחמישי ווייל ער לערנט אנדערש פשט אין רש״י???
זונטאג יאנואר 16, 2022 8:24 am#491743
ביסט גערעכט שבת אחים, אבער פארגעס נישט אלע וויליאמסבורגע אידן וואס זען זאכן וואס באדערט זיי, צום ביישפיל א צימערמאן שרייען און זיי זאגןן גארנישט ווייל ס'וועט שאטען צו זייער שידוך זענען און א וועג מער אביוזיו ווי דער שרייער צימערמאן. צימערמאן'ס זון אויב וועט ער זיין נארמאל וועט ער וויסען זיין טאטע איז משוגע. די נארמאלע וויליאמסבורגע, ווער וועט מסביר זיין זייערע קינדער אז לעבן פאר יענעם איז נישט נארמאל?