Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ער האט אפגעשייגעצט!

ער האט אפגעשייגעצט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 46 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1507
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:28 pm#35732
ער האט אפגעשייגעצט!
לעצטענס האט פאסירט אז א היימישע אינגערמאן האט מחליט געווען גענוק איז גענוק, 'ך גיי מיר צו אלע שווארצע יאר. גענוק געווען מיט מיין רעליגעזן לעבן וואס דערויף האביך מיר געהאדעוועט, לא מדובשך ולא מעוקצך.

מיר אינטרעסירט שטארק דער מעשה פון דעם אינגערמאן פונקט אזוי שטארק ווי סיי וועלכע גאססיפ וואסיך הער אין די חרד'ישע קאמיוניטי, ווי נישט האמיר דעך נישט ספארטס, און פון רביס צו רעדן כאפט דעך אן עקל, שוין, זאל זיין דעם אינגערמאן אויפ'ן צימבל. ווי נישט איז שוין אויף דעם אינגערמאן געווען אן אשכול וואס די הנהלה האט אפגעשפארט צוליב'ן פאקט אז דאס טוט אדורך א פריוואטן מענטשנ'ס לעבן און ווי 'ך פארשטיי האט דעך דעם בלאג אן אינטערעסע צו מאריך ימים זיין און אונטער דרואינג פון לאסוטס 'עטעס נישט טויגן. אבער דאך איז דא א וויכטיגע שמועס וואס ווערט דא פארלוירן.

דער אינגערמאן האט דעם טיר אויף ארויס נישט גע'עפנט, און ווי ס'שיינט האט ער ווייט ווייט פון פארשפארט דעם טיר הונטער זיך. ער האט געלאזט דעם טיר ברייט אפן פאר ווער ס'וויל עם נאכקומען, און נישט נאר האט ער געלאזט דעם טיר ברייט אפען, נאר מיט יעדן איינעם וואס גייט עם דורך וואקסט ער גרעסער און גרעסער. ממילא איז דאס א פענאמענאן וואס פארלאנגט זיך צוצולייגן דערצו אביסל קאפ.

דער שאינו יודע לשאול שטעלט זיך אפ געפלעפט. ער ווייסט נישט. עפעס האט עם געמוזט האבן שלעכט געווען אין שלום בית. וכו' וכו'. דער תם פרעגט שוין יא. פעלט דען עפעס אונטער'ן מאמע'ס פארטוך? פארוואס? וואס איז עם יעצט בעסער. האט ער דען ביז יעצט נישט געקענט טון וואס ער וויל? דער וואס איז גענויגט צו רשעות 'עט פרעגן אנדערש. וואס אינטרעסירט אונז אז דער אפיקורס גייט. ברוך שפטרנו מענשו שלזה! וויפול אידן האט ער מכשיל געווען מיט שאלות פון ברכות לבטלות אלץ צירוף למנין, יין נסך, און ווער ווייסט צו ער איז נישט צומאל געווען עפעס אן עדי קידושין אונטער די חופה. געלויבט דער פון אויבן וואס איז מבער קוצים מן הכרם. דער אנטלאפענע אידעך נישט מער און נישט ווייניגער נאר פון דער יעניגער ערב רב וואס דער קאמארנע ווארנט שוין אין נאמען פונ'ם בעש"ט אז פאר משיח'ס קומען 'עלען זיי זיך מערען ווי די פליגן.

וכאן החכם שואל, וואס איז באמת דאס וואס שטופט אזוין אינגערמאן אויף ארויס? איז דאס מעגליך בכלל אז א אינגערמאן זאל גיין נאר פאר מאראלישע סיבות צ"ב נישט וועלן לעבן א דאפעלטע לעבן וכו'? אדער אפשר ווייל ער פילט זיך געבינדן צו זאכן וואס זענען קעגן זיין געוויסן צ"ב ברית מילה, חתונה מאכן אומרייפע קינדערלעך, לעבן מיט גניבה וכו'? אדער אפשר איז נישט במציאות אז א אינגערמאן זאל אזוינס האבן אויפ'ן געוויסן. ס'איז בלויז תאוה תאוה תאוה - אזוי ווי יענע ראש ישיבה \ רבי (פיל אין דהע בלענקס) האט געזאגט, נישט דא קיין אפיקורסים – נאר בעלי תאוה!

אין די שאלה איבער אלע שאלות, וואס ווילן מיר באמת? א אינגערמאן מיט שאלות אין אמונה, חוץ פון דעם וואס מיר ווילן ער זאל זיך איבערצייגן אין די אייניגקייט פון גאט, די הויכקייט פון כלל ישראל, און תורה מסיני, ווילן מיר אז ביז ער ווערט איבערצייגט זאל ער זיך ארויסציען פון אונזער געמיינדע? ווילן מיר ער זאל שווייגן און קיינער זאל פון זיינע ספיקות נישט וויסן? אדער אפשר ווילן מיר גאר ער זאל יא רעדן פון זיינע ספיקות ('שטייטזיך אויף אן איידעלע וועג) און טון וואס ער קען שלום צו מאכן מיט'ן מצב?
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:43 pm#35741
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:45 pm#35743
דער אשכול וועט אויך אפגעשפארט ווערן גלייב איך, אבער כאב שוין געזעהן דעם אנטשולדיגונג בריוו, די געים איז אווער.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:51 pm#35752
a1b2 האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=12&t=1477

DotCom האט געשריבן:דער אשכול וועט אויך אפגעשפארט ווערן גלייב איך, אבער כאב שוין באקומען דעם אנטשולדיגונג בריוו, די געים איז אווער.

לאמיך נאכאמאל קלאר מאכן. די טעמע פון דעם אשכול איז בכלל נישט בנוגע א יחיד, און זיכער נישט דעם אינגערמאן וואס איז דערמאנט געווארן אין דעם אפגעשפארטן אשכול. די טעמע דא איז אויסדריקליך א געזעלשאפטליכע, פארוואס אזוינע אינגערלייט מיט ספיקות, וואס ווער ס'דרייט זיך אויפ'ן נעץ קען עטליכע, מאכן למעשה אן החלטה צו גיין אדער נישט, און וויאזוי אונזער געזעלשאפט זאל באמת האנדלען מיט דעם פראבלעם. 'ך האף אז אונזערע שרייבער וועלן זיך קענען האלטן צו די פארגעלייגטע פונקטן אן אריינגיין אין די לעבן פון פריוואטע מענטשן.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:57 pm#35758
שקויעך פאר'ן קלאר מאכן, ס'יז טאקע א וויכטיגע ענין.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:59 pm#35801
דער פראבלעם איז א שרעקליכע און א טיפע. אונזער לעבן איז אויסגעשטעלט אז דווקא די נאאיווע זענען מצליח אין רבנות פאסטנעס, און די אינטעליגענטע בלייבן טמיר ונעלם. אזוי קומט אויס אז די רבנים וואס זענען פאליסי מאכער זענען, צוליב זייער גרויסע נאאיוויטעט און פתי יאמין מענטאליטעט, בכלל נישט אפן צו די מציאות פון אינטעליגענטע פראגעס אויף אידישקייט. זיי האלטן אז פראגעס קענען אפגעפרעגט ווערן מיט א סטעיטמענט פון מרן אור שבעת הימים, א ווערטל פון בריסקער רב, און א טשעפע פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע. 

דער פראבלעם פון אנערקענען דאס לעגיטימקייט פון אינטעליגענטע פראגעס איז פארשפרייט אין אלע חרדישע קרייזן, אבער ביי חסידים איז עס פי כמה, ווארשיינליך וויבאלד פאר חסידות - מיט אמונה פשוטה אין רבי'ן - איז א סכנה צו אנערקענען אז פראגעס זענען לעגיטים, און פארלאנגען ערנסטע דורעכגעטראכטע תשובות. 

איין בוך וואס האט שוין געהאלפן גאר אסאך חרדישע אידן איז "בעיאנד עי ריזאנעיבל דאוט", פון הר"ר שמואל וואלדמאן. דער בוך טוט פארענטפערן גאר אסאך פראגעס אויף א הערליכן אופן און מיט א צוגענגליכע שפראך.

האט מיר דערציילט א איד אז הר"ר אהרן ישראל קאהאן, בעל מחבר סידור "תפילה בכוונה" און "הוצאת שמע בני", האט אים דערציילט דאס גרויס חשיבות פון דעם בוך, און ווי עס איז א חיוב א יעדער בחור זאל דאס לערנען און חזר'ן. ער האט דערפאר געוואלט ארבעטן עס ארויסצוגעבן אין א אידישע מהדורא , כדי דער חסידישער עולם זאל אויך האבן צוטריט צו דעם אוצר. וויבאלד ליידער איז אויף אידיש גאאאארנישט דא, אפילו נישט עפעס שוואכער פון דעם.

פארן צוטרעטען צו די מלאכה האט הרב קאהאן געפרעגט איבער דעם פלאן פון הרה"ג יצחק זלמן גיפס שליט"א ראש הכולל ספינקא בארא פארק, - וואס איז אליין א גרויסער חסיד פון דעם בוך. הרב גיפס האט אים געזאגט אז עס וואלט געוועהן געוואלדיג אויב דער בוך ערשיינט אויף אידיש, אבער!! עצה טובה קמ"ל, אנטלויף דערפון!! וואס פעלט דיר אויס אז אלע הימיישע רבנים זאלן ארויסקומען מיט א איסור אויף דעם בוך - וועסט נאר פארלירן געלט און מ׳וועט באשמוצן דיין נאמען!

פארשטייט זיך אז פון דעם פלאן איז גארנישט געווארן. 

אזוי קוק מיר נעבעך אויס...
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:11 pm#35806
א ענליכע מעשה האב איך געהערט אויף א וויזניצע איד וואס האט געוואלט איבערטייטשן ר' אביגדור מיללער'ס ספר לאן אויף אידיש.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:13 pm#35808
יא ס'אמורא'דיגע ביך
שוין געליינט איינמאל

m http://www.amazon.com/Beyond-Reasonable ... 721&sr=1-1 m

מ'קען ליינען אין דעם לינק
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:48 pm#35829
איך האלט אז די רבנים וועלן אפגעבן דין וחשבון פארן אסר'ן יעדע זאך (לייען: בוך) וואס קען נאר צוניצקומען, בלויז פאר די פאר געמיינע באצווינגער (לייען: א.ג. עסקנים) אין דעם דור.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:09 pm#35844
נו אפשר טייטשט מען עס דא איבער

ווער נעמט די ערשטע פרק?
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:15 pm#35847
קודם דארף יאנקל שרייבן א בריוו אז יידל זאל עס אימעילן פאר די פובלישערס.....
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:44 pm#35865
וועגן עס איבערטייטשן אויף אידיש מיין איך אז יעדער וואס דארף שוין צוקומען צו דעם ביך קען געווענליך ליינען דעם גרינגען ענגליש מיט וואס דער ביך איז געשריבן.
זוי מיין איך.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:05 pm#35873
שיטה מקובצת האט געשריבן:האט מיר דערציילט א איד אז הר"ר אהרן ישראל קאהאן, בעל מחבר סידור "תפילה בכוונה" און "הוצאת שמע בני", האט אים דערציילט דאס גרויס חשיבות פון דעם בוך, און ווי עס איז א חיוב א יעדער בחור זאל דאס לערנען און חזר'ן. ער האט דערפאר געוואלט ארבעטן עס ארויסצוגעבן אין א אידישע מהדורא , כדי דער חסידישער עולם זאל אויך האבן צוטריט צו דעם אוצר. וויבאלד ליידער איז אויף אידיש גאאאארנישט דא, אפילו נישט עפעס שוואכער פון דעם.

פארן צוטרעטען צו די מלאכה האט הרב קאהאן געפרעגט איבער דעם פלאן פון הרה"ג יצחק זלמן גיפס שליט"א ראש הכולל ספינקא בארא פארק, - וואס איז אליין א גרויסער חסיד פון דעם בוך. הרב גיפס האט אים געזאגט אז עס וואלט געוועהן געוואלדיג אויב דער בוך ערשיינט אויף אידיש, אבער!! עצה טובה קמ"ל, אנטלויף דערפון!! וואס פעלט דיר אויס אז אלע הימיישע רבנים זאלן ארויסקומען מיט א איסור אויף דעם בוך - וועסט נאר פארלירן געלט און מ׳וועט באשמוצן דיין נאמען!

לויט וואס דו שרייבסט האלט הרה"ג ר' יצחק זלמן גיפס שליט"א אז איבערטייטשן דעם ביכל וואלט געווען א טובה פאר אידישקייט און דאס קען העלפן א סך נבוכים בעניני אמונה אבער ער האט נאר צוריקגעהאלטן דעם אנדערן פון עס ארויסגעבן לטובתו פון יענעם. ר' יצחק זלמן איז טאקע א חשוב'ע קאלעגע מיינע, אן ערענסטע ת"ח, און א יר"ש מרבים. אבער ווי קומט דאס אז ער האט נישט די דרייסטקייט צו טוהן וואס ער האלט איז ריכטיג? אויב האלט ער טאקע אז איבערזעצן דעם ביכל אויף אידיש איז א צורך הרבים זאל ער במחילה אליין שטיצן דעם איבערזעצן און זיכער מאכן אז פאר א צווייטן קומט נישט דערפין ארויס קיין שאדן!

ליידער ליידער איז שוין ביי אונז מקויים געווארן דעם פני הדור כפני הכלב - וואס ווי באקאנט שרייבן דערויף די ראשונים אז א כלב לויפט טאקע אלעמאל פאראויס, אבער אלעמאל קוקט ער פון אונטן ווי די וויידל גייט. ווער נאך איז אין אונזער געמיינדע אזוי פני הדור ווי ר' יצחק זלמן, אין יעדן הינזיכט, צו אין זיין איבערגעגעבנקייט פאר זיין קהלה, צו זיין תורה, צו זיין כלליותדיקע עסקנות, און דאך האט ער נישט די דרייסטקייט צו פירן דעם ציבור אויף די רעלסן וואס זענען לשיטתו די ריכטיגע.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:56 pm#35949
ליידער ליידער איז שוין ביי אונז מקויים געווארן דעם פני הדור כפני הכלב - וואס ווי באקאנט שרייבן דערויף די ראשונים אז א כלב לויפט טאקע אלעמאל פאראויס, אבער אלעמאל קוקט ער פון אונטן ווי די וויידל גייט. ווער נאך איז אין אונזער געמיינדע אזוי פני הדור ווי ר' יצחק זלמן, אין יעדן הינזיכט, צו אין זיין איבערגעגעבנקייט פאר זיין קהלה, צו זיין תורה, צו זיין כלליותדיקע עסקנות, און דאך האט ער נישט די דרייסטקייט צו פירן דעם ציבור אויף די רעלסן וואס זענען לשיטתו די ריכטיגע

איר דארפט פארשטיין, אז הרב גיפס קען א גוטע ענגליש, ער האט מן הסתם אויך געזאגט פאר הרב קאהאן, אז די פאר פארמאכטע וואס קענען נישט קיין ענגליש, נוצען סייווי נישט די קאפ, און זיי ווייסען נישט אז מ'מעג טראכטן.
הרב גיפס איז מייעץ מ'זאל הערן רב בערל וויין, מיין שכן, א תלמיד פון ספינקא כולל, האט מיר נאכגעזאגט בשמו אז ער האט געהאט אינגעלייט אין כולל וואס הרב וויין'ס טעיפס האט זיי צוריקגעברעגט צו אידישקייט.
אגב.
רב גיפס איז א גוטע מענטש.
רב בערל וויין שרייבט לעצטענס אין די "(נערישע)עמי" וועגן סטאמר רב, ס'איז א נחת. 100 מאהל בעסער ווי הערץ פרענקל
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:49 pm#35992
שלמה_דיין האט געשריבן:לויט וואס דו שרייבסט האלט הרה"ג ר' יצחק זלמן גיפס שליט"א אז איבערטייטשן דעם ביכל וואלט געווען א טובה פאר אידישקייט און דאס קען העלפן א סך נבוכים בעניני אמונה אבער ער האט נאר צוריקגעהאלטן דעם אנדערן פון עס ארויסגעבן לטובתו פון יענעם. ר' יצחק זלמן איז טאקע א חשוב'ע קאלעגע מיינע, אן ערענסטע ת"ח, און א יר"ש מרבים. אבער ווי קומט דאס אז ער האט נישט די דרייסטקייט צו טוהן וואס ער האלט איז ריכטיג? אויב האלט ער טאקע אז איבערזעצן דעם ביכל אויף אידיש איז א צורך הרבים זאל ער במחילה אליין שטיצן דעם איבערזעצן און זיכער מאכן אז פאר א צווייטן קומט נישט דערפין ארויס קיין שאדן!

ליידער ליידער איז שוין ביי אונז מקויים געווארן דעם פני הדור כפני הכלב - וואס ווי באקאנט שרייבן דערויף די ראשונים אז א כלב לויפט טאקע אלעמאל פאראויס, אבער אלעמאל קוקט ער פון אונטן ווי די וויידל גייט. ווער נאך איז אין אונזער געמיינדע אזוי פני הדור ווי ר' יצחק זלמן, אין יעדן הינזיכט, צו אין זיין איבערגעגעבנקייט פאר זיין קהלה, צו זיין תורה, צו זיין כלליותדיקע עסקנות, און דאך האט ער נישט די דרייסטקייט צו פירן דעם ציבור אויף די רעלסן וואס זענען לשיטתו די ריכטיגע.

אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו.
"שטערן/שפאקטיוו" יוכיח. זיי האבן א היתר פון א בי"ד.
אבער אז די הייליגע חברה הייבן אן מיט א מערכה, דאן זאל דער פון אויבן אפהיטן.
איך גלייב נישט אז דו וואלסט אנדערש געטון, ווי געשטאנען ווייט פון די שרעקעדיגע פארפרומטע מוחים.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:41 pm#36019
זר זהב האט געשריבן:וועגן עס איבערטייטשן אויף אידיש מיין איך אז יעדער וואס דארף שוין צוקומען צו דעם ביך קען געווענליך ליינען דעם גרינגען ענגליש מיט וואס דער ביך איז געשריבן.
זוי מיין איך.

אבער די וואס פסל'ן אלעס וועלן אויף דעם אויך טרעפן א פסול.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:16 pm#36030
הרב וויין איז א גיטע בעל מסביר. ער איז פון די איינצעלע דרשנים וועמען איך קען אויסהערן לענגער ווי 5מינוט
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:42 am#36083
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ליידער ליידער איז שוין ביי אונז מקויים געווארן דעם פני הדור כפני הכלב - וואס ווי באקאנט שרייבן דערויף די ראשונים אז א כלב לויפט טאקע אלעמאל פאראויס, אבער אלעמאל קוקט ער פון אונטן ווי די וויידל גייט. ווער נאך איז אין אונזער געמיינדע אזוי פני הדור ווי ר' יצחק זלמן, אין יעדן הינזיכט, צו אין זיין איבערגעגעבנקייט פאר זיין קהלה, צו זיין תורה, צו זיין כלליותדיקע עסקנות, און דאך האט ער נישט די דרייסטקייט צו פירן דעם ציבור אויף די רעלסן וואס זענען לשיטתו די ריכטיגע

איר דארפט פארשטיין, אז הרב גיפס קען א גוטע ענגליש, ער האט מן הסתם אויך געזאגט פאר הרב קאהאן, אז די פאר פארמאכטע וואס קענען נישט קיין ענגליש, נוצען סייווי נישט די קאפ, און זיי ווייסען נישט אז מ'מעג טראכטן.

הרב גיפס איז טאקע אן ״אטעם פון פרישע לופט״ אין דעם עולם הרבנות, אבער שלמה_דיינ׳ס נקודה איז במקומה עומדת. עס איז א פאקט אז אזא בוך וועט אויפטון א געוואלד אין אידיש, סיי ווייל עס וועט ברענגען אויפמערקזאמקייט צו דעם פאקט אז פראגעס זענען לעגיטים, און מ׳מעג זיי פרעגן (איר האט אן אנונג וויפיל בחור׳לעך עס דרייען זיך ארום מיט פראגעלעך, און האבן נישט קיין מושג אז נאך אנדערע טראכטן די זאכן, און אז מ׳קען ענטפערן), און אויך וועט עס מאכן די ענטפערס צוטריטליך צום עולם. נישט אז מ׳קען אדער מ׳מעג חלילה טענות האבן אויף הרב גיפס, אבער דאס אז א חשוב׳ער רב זאגט בפירוש אז מ׳קען עפעס נישט טון פאר אידישקייט צוליב דעם אומגעהויערן פרעשור פון די עקסטרעמיסטן, ווייזט אויף דעם שפל המצב.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:48 am#36085
דאס ווייזט טאקע די שפל המצב פונעם דור, נישט פון דעם רב גיפס, סך הכל האט ער פראקטיש ג'עצה'ט א איד אז אזא אינוועסמענט וועט נישט ברענגען נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט.
בד"וו, ווער איז דער רב גיפס? עפעס א באקאנטע פיגור?
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:02 am#36097
עס איז דא א איד וואס הייסט ראביי דוד סאפירמאן ער האט געגרינדערט א ארגעניזאציע וואס הייסט אני מאמין פאנדעשאן Ani Maamin Foundation מיטל ציל אפציראטעווען אידן וואס פלאגן זיך מיט כפירה ר''ל, ער האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ביכער און MP3's פין צענדליגער שעות ווי ער רעד ארום איבער אמונה, ער רעד אין זייער א גרינגען ענגליש,
איך וועל אפשר שפעטער דא ארויפלייגן א לינק פין א דרשה וואס ער האט געגעבן און ווי ער איז מסביר די שרעקליכער חורבן וואס גייט היינט פאר,
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:31 am#36101
שיטה מקובצת האט געשריבן:דער פראבלעם איז א שרעקליכע און א טיפע. אונזער לעבן איז אויסגעשטעלט אז דווקא די נאאיווע זענען מצליח אין רבנות פאסטנעס, און די אינטעליגענטע בלייבן טמיר ונעלם. אזוי קומט אויס אז די רבנים וואס זענען פאליסי מאכער זענען, צוליב זייער גרויסע נאאיוויטעט און פתי יאמין מענטאליטעט, בכלל נישט אפן צו די מציאות פון אינטעליגענטע פראגעס אויף אידישקייט. זיי האלטן אז פראגעס קענען אפגעפרעגט ווערן מיט א סטעיטמענט פון מרן אור שבעת הימים, א ווערטל פון בריסקער רב, און א טשעפע פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע. 

דער פראבלעם פון אנערקענען דאס לעגיטימקייט פון אינטעליגענטע פראגעס איז פארשפרייט אין אלע חרדישע קרייזן, אבער ביי חסידים איז עס פי כמה, ווארשיינליך וויבאלד פאר חסידות - מיט אמונה פשוטה אין רבי'ן - איז א סכנה צו אנערקענען אז פראגעס זענען לעגיטים, און פארלאנגען ערנסטע דורעכגעטראכטע תשובות. 

איין בוך וואס האט שוין געהאלפן גאר אסאך חרדישע אידן איז "בעיאנד עי ריזאנעיבל דאוט", פון הר"ר שמואל וואלדמאן. דער בוך טוט פארענטפערן גאר אסאך פראגעס אויף א הערליכן אופן און מיט א צוגענגליכע שפראך.

האט מיר דערציילט א איד אז הר"ר אהרן ישראל קאהאן, בעל מחבר סידור "תפילה בכוונה" און "הוצאת שמע בני", האט אים דערציילט דאס גרויס חשיבות פון דעם בוך, און ווי עס איז א חיוב א יעדער בחור זאל דאס לערנען און חזר'ן. ער האט דערפאר געוואלט ארבעטן עס ארויסצוגעבן אין א אידישע מהדורא , כדי דער חסידישער עולם זאל אויך האבן צוטריט צו דעם אוצר. וויבאלד ליידער איז אויף אידיש גאאאארנישט דא, אפילו נישט עפעס שוואכער פון דעם.

פארן צוטרעטען צו די מלאכה האט הרב קאהאן געפרעגט איבער דעם פלאן ארק, - וואס איז אליין א גרויסער חסיד פון דעם בוך. הרב גיפס האט אים געזאגט אז עס וואלט געוועהן געוואלדיג אויב דער בוך ערשיינט אויף אידיש, אבער!! עצה טובה קמ"ל, אנטלויף דערפון!! וואס פעלט דיר אויס אז אלע הימיישע רבנים זאלן ארויסקומען מיט א איסור אויף דעם בוך - וועסט נאר פארלירן געלט און מ׳וועט באשמוצן דיין נאמען!

פארשטייט זיך אז פון דעם פלאן איז גארנישט געווארן. 

אזוי קוק מיר נעבעך אויס...

דער בוך טוט נאר ערקלערן אז עס איז דא א בורא עולם.
פאר ספיקות אין תורה מסיני און דאס גלייכן קען דער בוך ערגער מאכן וד"ל.
איך האב עס אמאהל געזאגט פארן בעל מחבר, און ער האט מודה געוועהן.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:04 am#36102
טראכט האט געשריבן:עס איז דא א איד וואס הייסט ראביי דוד סאפירמאן ער האט געגרינדערט א ארגעניזאציע וואס הייסט אני מאמין פאנדעשאן Ani Maamin Foundation מיטל ציל אפציראטעווען אידן וואס פלאגן זיך מיט כפירה ר''ל, ער האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ביכער און MP3's פין צענדליגער שעות ווי ער רעד ארום איבער אמונה, ער רעד אין זייער א גרינגען ענגליש,
איך וועל אפשר שפעטער דא ארויפלייגן א לינק פין א דרשה וואס ער האט געגעבן און ווי ער איז מסביר די שרעקליכער חורבן וואס גייט היינט פאר,

נאדער די לינק
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:20 am#36108
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס ווייזט טאקע די שפל המצב פונעם דור, נישט פון דעם רב גיפס, סך הכל האט ער פראקטיש גע'עצה'ט א איד אז אזא אינוועסטמענט וועט נישט ברענגען נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט.

גערעכט, אבער פארוואס זאל נישט רב גיפס אליין ארויסקומען מיט א שטארקע הסכמה דערויף און זיך נישט דערשרעקן פון די רשעים?

קען זיין אז די רשעים האבן יא א שטערקערע כח ווי ער.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:24 am#36109
רב בערל וויין שרייבט לעצטענס אין די "(נערישע)עמי" וועגן סטאמר רב, ס'איז א נחת. 100 מאהל בעסער ווי הערץ פרענקל

רב וויין איז זייער גוט צו הערן אבער ער איז מער היסטאריע (א אשכול וועגן איהם איז א גוטע זאך) זייט ווען איז ער אין קירוב אדער השקפה?

וואס מיינסטו מיט ״נארישע״ עמי?

און מיט וואס איז ער ״100״ מאל בעסער ווי פרענקעל? פרענקעל איז דאך געווען זייער נאנט מיטן רבין.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:00 am#36124
ידען האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס ווייזט טאקע די שפל המצב פונעם דור, נישט פון דעם רב גיפס, סך הכל האט ער פראקטיש ג'עצה'ט א איד אז אזא אינוועסמענט וועט נישט ברענגען נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט.

גערעכט אבער פארוואס זאל נישט רב גיפס אליין ארויסקומען מיט א שטארקע הסכמה דערויף און זיך נישט דערשרעקען פון די רשעים?

קען זיין אז די רשעים האבן יא א שטערקערע כח ווי ער.

זעט אויס ער האלט אז פון "אינעווייניג" קען ער מער אויפטוהן...

באמת אבער, אוודאי וואלט ער געדארפט אזוי טוהן, נאר די שאור שבעיסה איז מעכב.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:37 am#36139
ידען האט געשריבן:
רב בערל וויין שרייבט לעצטענס אין די "(נערישע)עמי" וועגן סטאמר רב, ס'איז א נחת. 100 מאהל בעסער ווי הערץ פרענקל

רב וויין איז זייער גוט צו הערן אבער ער איז מער היסטאריע (א אשכול וועגן איהם איז א גוטע זאך) זייט ווען איז ער אין קירוב אדער השקפה?

וואס מיינסטו מיט ״נארישע״ עמי?

און מיט וואס איז ער ״100״ מאל בעסער ווי פרענקעל? פרענקעל איז דאך געווען זייער נאנט מיטן רבין.

ידען, אן אחראי האט געמעקט מיין הודעה וואס דו ברענגס דא, סאו לעיטס נאט סטארט אפ.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:38 am#36142
רב וויין איז זייער גוט צו הערן אבער ער איז מער היסטאריע (א אשכול וועגן איהם איז א גוטע זאך) זייט ווען איז ער אין קירוב אדער השקפה?

היסטוריה פארענטפערט אסאך שאלות.
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:50 pm#36231
איך האב הנאה געהאט ווי ער האט געשריבען פארוואס די רבי האט געוואלט האבען א אייגענע הכשר, נישט וועגען ou איז בכלל א פראבלעם, נאר כדי אונזער אינגעלייט זאלען האבען עפעס א פרנסה, its just like a private label ,nothing wrong with ou, 
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:57 pm#36235
לויט געוויסע אנדערע גרעניצט זיך דעס מיט כפירה... ;)
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:56 pm#36312
ס' ווענדט זיך וויפיל מ' דארף גלייבן
l viewtopic.php?f=13&t=1156 l
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:03 pm#39202
נייע משכילים
לעצטנס הערט מען א סך, א ס'אנטוויקלט זיך א פרישער שטראם פון משכילים, ס'דרייען זיך ארום א סך אויפגעקלערטע אינגעלייט מיט קשיות און ענדגילטיגע תירוצים... אשר לא שיערים אבותינו נאכן קריג,
בעת די אלטע משכילים עקזיסטירן שוין כמעט נישט, אדע זענען זיי זייער ווייט פון אונזער לעבנס שטייגער, הייבט זיך אן שטיל צו וועבן א פרישער עפאכע פון היימישע משכילים אויף מאמע לשון.
טייל זאגן אז ס'איז א תוצאה פון טעכנילאגיע, אנדערע זאגן פון סתם תאות און ווייניג אמביציע אין אידישקייט ווי ס'איז נאטורליך ווען ס'האלט שוין ביים פערטן דור פון די וואס האבן אנגעהויבן אידישקייט מרצונם הטוב וכו'

וואס האט איר צו זאגן דערוועגן?
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:22 pm#39206
חאצקל האט געשריבן:לעצטנס הערט מען א סך, א ס'אנטוויקלט זיך א פרישער שטראם פון משכילים, ס'דרייען זיך ארום א סך אויפגעקלערטע אינגעלייט מיט קשיות און ענדגילטיגע תירוצים... אשר לא שיערים אבותינו נאכן קריג,

דבילה האט געמאכט א אשכול דערוועגן, ער האט עס א נאמען געגעבן "ער האט זיך אפגעשייגעצט".
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:18 am#39290
איך מיין אז אין א געוויסן זין איז נחום. ר. שילדיג אין דעים.
יעצט איך רעד נישט היינט צוטאגס ווען קיינער הערט עים שוין נישט,איך רעד פאר 3 יאר ציריק ווען די גאנצע גאס האט עים נאך געהערט .
אוי האט ער געשימפט אויף די רבנים דעמאלטס אין ער האט געמאכט די עולם קאלט צו אלעם הייליגן!!
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:31 am#39300
zurich האט געשריבן:איך מיין אז אין א געוויסן זין איז נחום. ר. שילדיג אין דעים.
יעצט איך רעד נישט היינט צוטאגס ווען קיינער הערט עים שוין נישט,איך רעד פאר 3 יאר ציריק ווען די גאנצע גאס האט עים נאך געהערט .
אוי האט ער געשימפט אויף די רבנים דעמאלטס אין ער האט געמאכט די עולם קאלט צו אלעם הייליגן!!

האסט פארגעסן פון אלתר משה ג"ב? (כ'פרעג נאר סתם לדבריך, אני כלעצמי האלט אינגאנצן נישט אז האטליינ'ס איז א פראבלעם)
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:33 am#39301
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:דבילה האט געמאכט א אשכול דערוועגן, ער האט עס א נאמען געגעבן "ער האט זיך אפגעשייגעצט".

צוזאמענגעשטעלט.
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:28 am#39344
DotCom האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:איך מיין אז אין א געוויסן זין איז נחום. ר. שילדיג אין דעים.
יעצט איך רעד נישט היינט צוטאגס ווען קיינער הערט עים שוין נישט,איך רעד פאר 3 יאר ציריק ווען די גאנצע גאס האט עים נאך געהערט .
אוי האט ער געשימפט אויף די רבנים דעמאלטס אין ער האט געמאכט די עולם קאלט צו אלעם הייליגן!!

האסט פארגעסן פון אלתר משה ג"ב? (כ'פרעג נאר סתם לדבריך, אני כלעצמי האלט אינגאנצן נישט אז האטליינ'ס איז א פראבלעם)

נע וואס פארגלייכסטו די צוויי ?? נחום איז טאקע גוט משוגא אבער א קלוגער. מיט אזאפטיגער ברייטע שפראך. וועים ס'איז גאר געשמאק צו הערן בעת אלתר מ איז בארינג ביז גאר !!!
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:34 am#39352
איך מיין אז דער נאמען פון אשכול דארף געטוישט ווערן.

די גאנצע נושא איז א פארצווייגטע נושא. אויפן שפיץ גאפל קען מען זאגן, אז צווישן אידן זענען אלעמאל געווען אזעלכע וואס האבן געקלערט און געהאלטן אנדערש ווי דער תורה'דיגע מהלך. דערפון האט זיך פארמירט אלע שטרעמונגען וואס עס זענען געווארן, ווי משכילים, רעפארעם, וכדומה. אויך היינט פארמירט זיך שטילערהייט א נייע גרופע און עס וועט נאך נעמען אפאר יאר, אבער איין טאג וועט ווערן א שיינע מאוומענט דערפון וואס וועט (האפנטליך נישט) רייסן שטיקער פון כלל ישראל.

גאט זאל באהיטן.
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:48 am#39408
חאצקל האט געשריבן:לעצטנס הערט מען א סך, א ס'אנטוויקלט זיך א פרישער שטראם פון משכילים, ס'דרייען זיך ארום א סך אויפגעקלערטע אינגעלייט מיט קשיות און ענדגילטיגע תירוצים... אשר לא שיערים אבותינו נאכן קריג,
בעת די אלטע משכילים עקזיסטירן שוין כמעט נישט, אדע זענען זיי זייער ווייט פון אונזער לעבנס שטייגער, הייבט זיך אן שטיל צו וועבן א פרישער עפאכע פון היימישע משכילים אויף מאמע לשון.
טייל זאגן אז ס'איז א תוצאה פון טעכנילאגיע, אנדערע זאגן פון סתם תאות און ווייניג אמביציע אין אידישקייט ווי ס'איז נאטורליך ווען ס'האלט שוין ביים פערטן דור פון די וואס האבן אנגעהויבן אידישקייט מרצונם הטוב וכו'

וואס האט איר צו זאגן דערוועגן?

קודם כל, א אינגערמאן וואס האט קושיות הייסט נאכנישט קיין משכיל, אפשר ווען ער באקומט תירוצים וואס זענען קעגענזייטיג צו וואס ער איז אויפגעוואקסן.

די ווארט משכיל לכשעצמו איז נישט קיין נעגאטיווע נאמען, אויף נעים זמירות ישראל שטייט שוין ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו, די גמרא זאגט שוין אויף דעם "א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה שנאמר ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו', אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו?".
משכיל קומט פון די שורש פון שכל, איינער וואס ארבעט אויף באקומען מער שכל איז א משכיל.

סא ווער הייסט א משכיל וואס די לוחמי ההשכלה ובראשם די חתם סופר זי"ע?
ס'זייער שווער צו זאגן היינטיגע צייטן. ווען השכלה האט זיך געשטעלט אויף לערנען דקדוק, האט מען מחרים געווען דקדוק און אויסגעלאזט דקדוק רש"י'ס, וועסטו זאגן אז איינער וואס לערענט היינט דקדוק הייסט א משכיל? ווען משה מענדלסאן האט ארויסגעגעבן זיין ביאור איז מען ארויסגעקומען קעגן דעם זייער שארף, אבער היינט איז שוין יעדע ספר כמעט איבערגעטייטשט אויף לשונות העמים, איז גאנץ מסורה/ארטסקרול משכילים?

די פאקט איז אז השכלה האט דעמאלס געשניטן שטיקער איז מען ארויס קעגן דעם בחרב ובחנית, ווען אסאך פון די ראשי המשכילים וואלטן געלעבט מיט הונדערט יאר פריער אדער שפעטער וואלטן זיי געווען גרויסע רבנים און ראשי ישיבות פון די שענסטע און בעסטע וואס מיר פארמאגן.

אסאך ראדיקאלן פון אונזער "סיסטעם" האבן מיר צו פארדאנקען די השכלה, די מושג פון נאכגיין מסורה בלינדערהייט, דער דערהער פון א מנהג שטות איז אינגאנצן פארגעסן געווארן, די לשונות העמים פאביע, די חכמת הגוים פאביע, די חדש אסור מן התורה פענאמענאן, ועוד הרבה.

יעדע אינגערמאן וואס גייט היינט אין קאלעדזש זיך לערנען אקאונטינג אדער ספעשעל עד וואלט בזמן החת"ס געווען א פולקאמער משכיל, דער פראבלעם איז נאר אז זאכן וואס ער האט געזאגט אלס א הוראת שעה זענען געווארן א הוראה לדורות.

צו ענטפערען דיין שאלה, יא, היינט איז דא אסאך יונגעלייט וואס זענען משכיל אינעם ארגינעלען דוד המלך'דיגער זיך פון ווארט, זיי זענען מיד פון די מצות אנשים מלומדה, פון די גיין מיט קאפ אין וואנט מענטאליטעט, זיי ווילן פארשטיין מער וועגן זייער רעליגיע, ווילן וויסן וואס דער באשעפער וויל פון אונז, וואס אונזער תפקיד איז, וואס אנדערע שטראמען פון אידישקייט זאגן, און ווילן מקיים זיין דעם תורה עם דרך ארץ.

די יונגעלייט ווערן ע"פ רוב נישט קיין שוואכערע אידן, פונקט פארקערט, ס'ווערט נאר שטערקער ביי זיי, אפשר פון אידישקייט 11211 ווערן זיי שקצים, זיי הייסן אויפגעקלערטע, אנגעלייענטע, אפשר וועט ער אוועקמאכן געוויסע זאכן וואס ביי יהדות 11211 איז דאס מעיקרי האמונה, אבער זיין קשר צו גאט בלייבט פונקט אזוי שטארק, אויב נישט שטערקער.
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:32 am#39426
געפילטע פיש האט געשריבן:קודם כל, א אינגערמאן וואס האט קושיות הייסט נאכנישט קיין משכיל, אפשר ווען ער באקומט תירוצים וואס זענען קעגענזייטיג צו וואס ער איז אויפגעוואקסן.

די ווארט משכיל לכשעצמו איז נישט קיין נעגאטיווע נאמען, אויף נעים זמירות ישראל שטייט שוין ויהי דוד לכל דרכיו משכיל ויהוה עמו, די גמרא זאגט שוין אויף דעם "א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו?".
משכיל קומט פון די שורש פון שכל, איינער וואס ארבעט אויף באקומען מער שכל איז א משכיל.

סא ווער הייסט א משכיל וואס די לוחמי ההשכלה ובראשם די חתם סופר זי"ע?
ס'זייער שווער צו זאגן היינטיגע צייטן. ווען השכלה האט זיך געשטעלט אויף לערנען דיקדוק, האט מען מחרים געווען דיקדוק און אויסגעלאזט דיקדוק רש"י'ס, וועסטו זאגן אז איינער וואס לערענט היינט דיקדוק הייסט א משכיל? ווער משה מענדעלסאן האט ארויסגעגעבן זיין ביאור איז מען ארויסגעקומען קעגן דעם זייער שארף, אבער היינט איז שוין יעדע ספר כמעט איבערגעטייטשט אויף לשונות העמים, איז גאנץ מסורה\ארטסקרול משכילים?

די פאקט איז אז השכלה האט דעמאלס געשניטן שטיקער איז מען ארויס קעגן דעם בחרב ובחנית, ווען אסאך פון די ראשי המשכילים וואלטן געלעבט מיט הונדערט יאר פריער אדער שפעטער וואלטן זיי געווען גרויס רבנים און ראשי ישיבות פון די שענסטע און בעסטע וואס מיר פארמאגן.

אסאך ראדיקאלן פון אונזער "סיסטעם" האבן מיר צו פארדאנקען די השכלה, די מושג פון נאכגיין מסורה בלינדערהייט, דער דערהער פון א מנהג שטות איז אינגאנצען פארגעסן געווארן, די לשונות העמים פאביע, די חכמת הגוים פאביע, די חדש אסור מן התורה פענאמענאן, ועוד הרבה.

יעדע אינגערמאן וואס גייט היינט אין קאלעדזש זיך לערנען אקאונטינג אדער ספעשעל עד וואלט בזמן החת"ס געווען א פולקאמע משכיל, די פראבלעם איז נאר אז זאכן וואס ער האט געזאגט אלס א הוראת שעה זענען געווארן א הוראה לדורות.

צו ענטפערען דיין שאלה, יא, היינט איז דא אסאך אינגערלייט וואס זענען משכיל אינעם ארגינעלען דוד המלך'דיגער זיך פון ווארט, זיי זענען מיד פון די מצות אנשים מלמודה, פון די גיין מיט קאפ אין וואנט מענטאליטעט, זיי ווילן פארשטיין מער וועגן זייער רעליגיע, ווילן וויסן וואס דער באשעפער וויל פון אונז, וואס אונזער תפקיד איז, וואס אנדערע שטראמען פון אידישקייט זאגן, און ווילן מקיים זיין דעם תורה עם דרך ארץ.

די אינגערלייט ווערן ע"פ רוב נישט שוואכערע אידן, פונקט פארקערט, ס'ווערט נאר שטערקער ביי זיי, אפשר פון אידישקייט 11211 ווערן זיי שקצים, זיי הייסן אויפגעקלערטע, אנגעלייענטע, אפשר וועט ער אוועקמאכן געוויסע זאכן וואס ביי יהדות 11211 איז דאס מעיקרי האמונה, אבער זיין קשר צו גאט בלייבט פונקט אזוי שטארק אויב נישט שטערקער.

ווי גוט איר זאגט. איך האב שוין געברענגט דא ערגעץ אין שטיבל וואס הגרחמ"ד ווייסמאנדל האט געטייטש: אלקים משמים השקיף על בני אדם לראות היש משכיל דורש אלקים. פרומע טפשים בלי דעת האב איך גענוג אויף מיין קראנקן וועלטל, זאגט גאט. איך זוך דעם משכיל מיט אביסל אויפגעקלערטקייט וועם מען קען נישט פארקויפן יעדע לאקשן תורה, און דאך איז ער דורש אלקים.
זונטאג יאנואר 08, 2017 4:16 pm#359284
איך קלער אפשר איז כדי ארויפצוברענגען דעם אלט פארגעסענעם אשכול
פרייטאג יאנואר 27, 2017 3:23 pm#360935
Re: ער האט אפגעשייגעצט!
א מענטש וואס מ׳האט ערצויגען אין א חינוך פון אבסאלוטיזם, האט א גרויסע פראבלעם מיט אן ענטפערלאזע וועלט. אלס איז שווארץ און ווייס, און ווען ער האט קשיא׳ס, זעט ער נישט קיין וועג זיך צו ספראווען דערמיט, און ער מאכט זיך עפעס א תירוץ און ער האלט זיך פעסט דערמיט. פאר דערפאר פאלט ער שנעלער אוועק פון אידישקייט צוליעב די קשיא׳ס. ביי שלום דין האב איך באמערקט אט די ערשיינונג. ער האט אריינגעטאנצט קיין סקווער אויף אלע פיהר, מיט איהר עקסטרעמיזם. ווען די קשיא׳ס זענען געקומען האט ער אויך נישט געקענט לעבען דערמיט און ווארטען אויף די תירוצים, צו לעבען מיט תירוצים וואס קענען נישט שטייען קעגען מאטעמאטישע סארט ראיה פאדערונגען. דעריבער וואלט איך גע׳עצה׳ט אז מ׳זאל דוקא נישט לערנען הרב סאפירמאנ׳ס בוך.

נאר וואס יא? לדעתי, און אזוי האב איך געשריבען אין מיין שמועס מיט א צומישטע יונגערמאן אין דער וועקער, דארף ער זיך צוגעוואוינען צו א סיסטעם פון קשיא׳ס און פלפולים. ער זאל זיך צוגעוואוינען אז וואס איז היינט א קשיא איז מארגען דער אנהייב פון דער שמועס. ער זאל זיך אויסלערנען אז ס׳איז דא א ברייטער וועלט מער ווי זיין קשיא, און ער וועט אנקומען דערצו. די בעסטע מיטל פאר דעם איז לערנען בעיון, פרעגען קשיא׳ס וואס טוהן איהם באנק, און זוכען א תירוץ ווייל ער דארף עס האבען. נישט אלס א הכנה צו דאווענען, נישט ווייל א וואוילער בחור לערנט, נאר ווייל ער דארף וויכטיג א תירוץ.

אין די הקדמה פון עמוד העבודה פון הרב ברוך מקוסוב, זאגט ער א טייטש אין וואס חז"ל דרשנ׳ן אויף דער פסוק אין ירמיה, אותי עזבו ותורתי שמרו. זאגען חז"ל הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו. זאגט ער פשט עפ"י וואס דער רמב"ם מוטשעט זיך אין הל׳ תשובה צווישען ידיעה און בחירה. זאגט ער אז דער מקשה האט צוויי ברירות, אדער אננעמען ידיעה און אוועק ווארפען בחירה, אדער פארקערט. אויבענויף דארף מען זאגען אז כבוד ה׳ פאדערט אז ער זאל ענדעריש ארויסווארפען בחירה, כדי נישט גרינג צו שעצען די געטליכע כוחות הידיעה. ווען ער לייקענט דער אויבישטער׳ס ידיעה, מאכט ער איהם פאר א בעל חסרון רח"ל. זאגט דער עמוד העבודה אז פונדעסטוועגען איז בעסער ער זאל ארויסווארפען ידיעה און בלייבען מיט בחירה. פארוואס? ווייל אן בחירה וועט ער גארנישט לערנען, ער וועט לאזען אלס אין דער אויבישטער׳ס הענט. ווען ער לערנט אבער, וועט ער איינזע׳ען אז נישט יעדער קשיא איז א פירכא, מ׳קען מארגען פארענטפערען און טראכטען א נייעם מהלך, שהמאור שבה יחזירנו למוטב. דאס איז אותי עזבו, מיין כבוד לאזט אפ, ותורתי שמרו, לערנט׳ס ווייטער. פארוואס? ווייל המאור שבה יחזירנו למוטב.
והן הן הדברים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש יאנואר 28, 2017 3:43 pm#360945
מורינו הרב האט געשריבן:אויך היינט פארמירט זיך שטילערהייט א נייע גרופע און עס וועט נאך נעמען אפאר יאר, אבער איין טאג וועט ווערן א שיינע מאוומענט דערפון וואס וועט (האפנטליך נישט) רייסן שטיקער פון כלל ישראל.

ווילאנג מ'וועט לאזן @שבת אחים און @מושב זקנים שרייבן דא אפשר וועט ווערן א מאוומענט.
מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:16 pm#360954
Re: ער האט אפגעשייגעצט!
לדעתי איז עס פארקערט.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk