רזי שמות בני אדם
ס'האט צעטוהן מיט די ערשטע אות פון די נאמען [וואס מ'רופט אהים], און וועלעכע נקודה ס'האט.
יעדע אות ברענגט ארויס אנדערע תכונות. לדוגמא: אל"ף הייסט א אפענע אות, [אפען צו אלע זייטען] א מענטש וואס האט נישט ליב צו זיין אין די באקס, אליף מיינט א פירער וכו'
יעדע נקודה איז א אנדערע ספירה [קמץ-כתר, פתח-חכמה, וכו']. דוגמא: אֶלעזר, סגו"ל איז חסד, האט אסאך אהבה אין זיך וכו'
אבער די דאטום ווען ער איז געבוירען איז אויך משפיע
מענטשען וואס טרעפען אין זיך סתירות'דיגע תכונות קענען עס פארשטיין לויט דעם
לדוגמא: יְהושע [נקודה שו"א, גבורה] פארמאכטקייט, אבער אויב איז ער געבוירען אין סוף ניסן אדער אנהייב אייר האט ער אויך די תכונה פון אֵש וואס ציהט אויף פארקערט
מערסט אקוראט איז די חשבון פון די לוח ווען מ'איז געבוירען
כ'האב אמאל מיטגעהאלטען ווי א מבין אין חדשים פרעגט איינעם: ווי אזוי הייסטו? יענער האט נישט געהאלטען ביים ענטפערען. זאגט עם די מבין: אה, די ביסט געבוירען אין תמוז. [תמוז מענטשען זענען פארמאכטע מענטשען לויט עם]
פארשטייט זיך ווי שטערקער די כח הדמיון איז אלס מער "פארשטייט מען עס"