Re: דאקאמענטרי "לצאת מבוסייר"
זופ מיט מאנדלעןדי ישיבה איז אין א פארשטופטע געגנט אין פראנקרייך, געאייגנט פאר שוואכערע בחורים ווי זיי נוצן אן אייגנארטיגע מהלך צוריקצוברענגען די בחורים. אין די עבר האבן זיי געהאט גרויס סוקסעס און מהאט געשיקט פון די גאנצע וועלט אהין. טוענדיג מיט בחורים האב איך שוין איינמאל געהאט געמאכט טיקעטס קיין פראנקרייך אויסצוטשעקן דעם פלאץ צו סאיז געאייגנט פאר א ספעציפישער בחור למעשה בין איך נישט געגאנגען וויבאלד מהאט געטראפן אן אנדערן אלטערנאטיוו.
אט זענען קרישקעלעך פון די ישיבה.
1.נישטא קיין וואקאציעס, ימים טובים וכדומה. פון ווען די קומסט אריין גיבסטו איבער דיין פאספארט און די באקומסט עס צוריק ווען די פארלאזט דעם פלאץ פאר אייביג, אין עקסטרעמע פעלער ווי רפואה גייט מען ארויס אבער מיט א באגלייטער פיר און צוואנציג שעה א טאג. מקען עניטיים גיין אבער נישט צוריקקומען. איך האב איינמאל מיטגעהאלטן א באזוך און סאיז מיר אינטערסאנט געווען ווי די צוויי האבן זיך נישט אפגעטשעפעט איינע פונעם צווייטן, זיי האבן געהאקט א לעבן א שטייגער ווי געגאנגען צו רעסטוראנטן און אטראקציעס אבער צוזאמען.
2. איעדע בחור מאכט א קשר מיט איינע פון די עלטערע תלמידים, יענער לערנט מיט אים און באגלייט אים פיזיש און גייסטיש.
3. נישטא קיין אינטערנעט אין די גאנצע געגנט ארום די ישיבה.
4. די הומעניטארישע געברויכן זענען לאו דוקא אויפן העכסטן שטאפל. נישטא קיין געהעריגע עסן וכדומה כאטש מהונגערט נישט.
5. ביים אריינקומען ווארפט מען אוועק די גאנצע אלטע אויסערליכע אידענטיטעט, סאטמארע בחורים טוען זיך אן קנייטש הוטן אדער קעפס און טי שוירט. אלס טייל פון די שיטה צו בויען נאר פנימיות.
6. דאס לערנען דארט איז געווענטליך נאר פאר א צייט אפשניט פון צוויי דריי יאר, דערנאך פארן זיי לערנען אין געהעריגע ישיבות אין ארץ ישראל און האבן געהעריג חתונה.
ויש עוד ועוד. כוועל צוריקקומען נאכן קוקן די דאקומענטאר.
פון ווי ווייסטו די פאקטען? קענסט א בחור ערשט האנטיג מיט די אינפארמאציע?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk