Under maintenance
הויפט זייט » איז טאקע דא א גיהנם???

איז טאקע דא א גיהנם???

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15233
מוצ"ש אפריל 09, 2022 9:14 pm#497820
איז טאקע דא א גיהנם???
"גיהנם". דאס איז די פלאץ וואס יעדער האט מורא פון, אפילו די גרעסטע צדיקים פלעגן וויינען אז זיי וועלן דארטן אנקומען פריער אדער שפעטער, און הגם אז ביי די תלמידי בעש"ט האט מען ווייניגער עוסק געווען אין דעם ווייל עס קען ברענגען צו עצבות, דאך אבער גלייבט מען אין דעם באמונה שלימה, און עס איז גאר די עלעפטע אני מאמין וואס יעדע איד איז מחויב צו גלייבן.
"אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו".

יעדער האט זיך אין זיין מחשבה שוין פון קינדווייז אהן א בערך'דיגע בילד וויאזוי עס זעט דארטן אויס אינעם גיהנם, איינער האט די בילד פון א ברענעדיגע הייסע פייער, איינער האט זיך גוט אויסגע'משל'ט די כף הקלע וכדומה, בקיצור ס'איז בכלל נישט קיין פאן דארטן, ווער רעדט נאך ווען מען קוקט אריין אינעם ראשית חכמה ווי ער לייגט אראפ די גיהנם של שלג און של אש!! ס'כאפט א פחד!!!

מיר איז אייביג שווער געווען די עצם עקזיסטענץ פונעם גיהנם, און לאמיר עס מסביר זיין מיט א הקדמה קצרה:

דער באשעפער האט באשאפן א גאנצע וועלט מיט מענטשן, אין אלעס וואס איז דא אין איר, פארוואס? וואס האט אים אויסגעפעלט די גאנצע זאך? שטייט אין די ספרים, אז היות די באשעפער איז כל כלו טוב און ער איז תכלית הטוב, און דרך הטוב להטיב, און ער האט דאך נישט געהאט צו וועמען משפיע צו זיין טוב, האט ער באשאפן נשמות וואס ער וועט צו זיי קענען משפיע זיין טוב, אבער סתם צו געבן פאר נשמות גוטס איז נישט געווען קיין מהלך ווייל עס וואלט געווען נהמא דכסיפא, עס איז נישט די זעלבע צו באקומען א טובה, ווי באקומען באצאלט פאר עפעס וואס מען האט זיך ערליך פארדינט, ממילא האט ג-ט ברוך הוא באשאפן א וועלט מיט תאוות און נסיונות, און געגעבן פאר די אידן רמ"ח עשין און שס"ה לאווין, אזוי וועט ער קענען געבן נאך די הונדערט און צוואנציג די פארדינטע שכר פאר די נשמות וואס האבן זיך עס פארדינט.

(איי שטעלט זיך די קשיא, ער איז דאך א כל יכול, קען ער דאך מאכן אז נהמא דכסיפא זאל יא גאר טעיסטן גוט, און א"כ מה לו להצרה הזאת פון באשאפן די וועלט? איך האב אמאל געהערט א תירוץ אויף דעם וואס איך האב נישט פארשטאנען, אדרבה איך ווארט נאך אויף א ציפרידנשטעלדן ענטפער, די עולם איז מכובד..)

יעצט כדי אז די אידן זאלן טאקע היטן די מצוות, און נישט זיך אנפייפן אויף די סיסטעם, און נאכגיין שרירות לבם, האט מען געמוזט איינשטעלן א גיהנם, א פלאץ פון ליידן, וואס ווער עס וועט נישט פאלגן, וועט אנקומען דארטן,

יעצט לכאורה איז עס בלויז א סטראשע מיטל, אז מען זאל יא זיך האלטן גוט, ווייל ווי געזאגט אויבן איז נישט די ציל צו געבן יסורים, עס איז דאך נאר דרך הטוב להטיב, נאר עס איז בלויז געמאכט צו שטופן די עולם זיך צו האלטן גוט,

למעשה אויב מען מעג זאגן, איז עס גאנץ א שטארקע פלאפ, לויט די בלו פרינט וואס איך האב פריער פארגעלייגט, וויאזוי וואלט די וועלט געדארפט אויסקוקן?
די גוים זאלן אלע זיך ברעכן און זיין וואויל, און ערליך איינהאלטן די שבע מצות בני נח, און די אידן זאלן אלע זיין צדיקים, קיינמאל עובר זיין עבירות, און אויב יא, זאל מען גלייך תשובה טון, אזוי אז לכה"פ רוב וועלט זאל אנקומען גלייך אין גן עדן אריין, ווי די באשעפער וועט קענען גראד ערפילן זיין לאנג ערווארטעטע וואונטש פון געבן גוטס,
למעשה... א פייג.. רוב וועלט לאכט זיך אויס פון ג-ט, אפילו די גלויביגע זענען אנגעפיקעוועט מיט עבירות, איך מיין אז מען קען זאגן מיט א רוהיגע געוויסן אז די גיהנם איז פול, נא... איז דאך אלעס א פלאפ, דער באשעפער מוז גיין טאג טעגליך קעגן זיין רצון פון להטיב און געבן צרות יגון ואנחה פאר די אלע רשעים, נא.. וואס גייט דא פאר?

בין איך אויפגעקומען מיט א טעאריע, און איך וויל הערן וואס די עולם האט צו זאגן אויף דעם:

בעצם איז נישטא קיין גיהנם!!! וואס? כופר! יא, די באשעפער וויל און האט געהייסן גלייבן אז עס איז יא דא אזא פלאץ בלויז כדי אז מען זאל יא זיין גוט אין זיך פארדינען די ערליך פארדינטע שכר, אבער אז איינער איז כל ימיו געווען א רשע גייט אים דען די באשעפער שטראפן? עס איז דאך קעגן זיין טבע, העכסטנס איז ער אים מוחל אין גיבט אים נאך א שאנס, דאס וואלט די תכלית הטוב געטון, נישט אזוי?
אבער מאכן א נשמה בראטן פאר גארנישט, וואס האט ער פון דעם? איי וועט מען גלייך שרייען, עס איז בלויז אויסצולייטערן די נשמה, גיוו מי א ברעיק, די כל יכול האט נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי אויסצולייטערן א פארפלעקטע נשמה, בלויז מיטן גיין קעגן זיין "דרך הטוב להטיב",

איך ווארט אז די עולם זאל זיך אנרופן ווייל כ'בין אליינס נאכנישט קלאר אין אלעס, און אדרבה לאמיר עס דורכקאכן בדיבוק חברים.
מוצ"ש אפריל 09, 2022 9:18 pm#497821
מורה פון גיהנום? כ'קען נישט איינער אזאנס און איך קען אסאך ערליכע פרומע אידן
מוצ"ש אפריל 09, 2022 9:25 pm#497822
ליפא האט געשריבן:מורה פון גיהנום? כ'קען נישט איינער אזאנס און איך קען אסאך ערליכע פרומע אידן

איך קען יא אסאך אזעליכע, נישט אז זיי ציטערן יעדע רגע פון גיהנם, אבער סובקאנטשעסלי, און די בעק פון די מח גיבט דאס מוטיוואציע,
און אדרבה לויט ווי די טענה'סט אז מען האט אפילו נישט מורא, דאן מאכסטו נאר שווערער די קשיא,
וואס איז די תכלית פון גיהנם, אויב קיינער האט ניטאמאל מורא דערפון?
מוצ"ש אפריל 09, 2022 9:27 pm#497823
עצי שטים האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:מורה פון גיהנום? כ'קען נישט איינער אזאנס און איך קען אסאך ערליכע פרומע אידן

איך קען יא אסאך אזעליכע, נישט אז זיי ציטערן יעדע רגע פון גיהנם, אבער סובקאנטשעסלי, און די בעק פון די מח גיבט דאס מוטיוואציע,
און אדרבה לויט ווי די טענה'סט אז מען האט אפילו נישט מורה, דאן מאכסטו נאר שווערער די קשיא,
וואס איז די תכלית פון גיהנם, אויב קיינער האט ניטאמאל מורה דערפון?

מורה? אפשר מיינסטו מורא? דאס יא. כ׳בין צומישט
מוצ"ש אפריל 09, 2022 9:30 pm#497824
ספעלינג מיסטעיק, גערעכט מורא..
מוצ"ש אפריל 09, 2022 9:40 pm#497825
קום אריין קלאר.....
די רעדסט פין גיהנם ספעציפיש אדער בכלל פין שכר ועונש?

אויך, מען קען פרעגען פונקט פארקערט, וואס דארף מען גן עדן, דער כל יכול קען מאכן אז מען זאל פילען גוט אין גיהנם, צו ווי מען איז.
ואין קץ לדברי הבל.

בכלל איז דיין טעאריע אהן קיין יסוד, פארוואס זאל דער רשע נישט באקומען אן עונש? עפעס שרייבסטו נישט. אויב די ווילסט טענה'ן אז ער האט נישט קיין בחירה וכדומה, זעה איך נישט די זאלסט דאס זאגן.
מוצ"ש אפריל 09, 2022 10:09 pm#497829
היסטאריע האט געשריבן:קום אריין קלאר.....
די רעדסט פין גיהנם ספעציפיש אדער בכלל פין שכר ועונש?

אויך, מען קען פרעגען פונקט פארקערט, וואס דארף מען גן עדן, דער כל יכול קען מאכן אז מען זאל פילען גוט אין גיהנם, צו ווי מען איז.
ואין קץ לדברי הבל.

בכלל איז דיין טעאריע אהן קיין יסוד, פארוואס זאל דער רשע נישט באקומען אן עונש? עפעס שרייבסטו נישט. אויב די ווילסט טענה'ן אז ער האט נישט קיין בחירה וכדומה, זעה איך נישט די זאלסט דאס זאגן.

איך רעד פון גיהנם און "עונש" ספעציפיש, גן עדן און שכר האט מען דאך שוין אויסגעשמועסט אז דאס איז דאך געווען די גאנצע תכלית פון באשאפן מענטשן

איך רעד נישט פון בחירה דאס איז א באזינדערע שמועס, איך רעד נניח אז די רשע האט יא געהאט א בחירה, אבער וואס איז די ציל פון גיהנם? די עבירות זענען שוין אפגעטון, נו.. וואס וועט ג-ט האבן פון טיילן פעטש? געבן יסירים איז די ערגסטע זאך פאר א "כלו טוב" צו טון,

איך פארשטיי נישט אינגאנצן וואס באדערט דיר, זיי דיך ביטע בעסער מסביר
מוצ"ש אפריל 09, 2022 11:06 pm#497833
‏דא הא׳מיר אביסל פרובירט צו פארענטפערן די קשיא וואס דו פרעגסט בנוגע אוועקשטעלן בכלל דעם געדאנק פון ״נהמא דכיסופא״ פאר א כל יכול. (ועיין בכל האשכול שם.)

אינעם קאנטעקסט פונעם אלגעמיינעם פראבלעם פון שלעכטס והגדרת שכר ועונש בכלל, וואס רירט שוין אָן אויף הגדרת ״כל יכול״ וואס איז אפשר א תירוץ אויפ׳ן געדאנק פון הכרח הענין של ״נהמא דכיסופא״ כנ״ל, הא׳מיר אראפגעברענגט דעם טעאלאגישן פראבלעם פון גיהנום דערין.

ולעצם שאלת כותרת האשכול עיין מכאן ולהלן ובכל האשכול שם.
מוצ"ש אפריל 09, 2022 11:24 pm#497836
איך פערזענליך גלייב אַז איך וועל אַרויפקומען אויבן און ג-ט וועט מיר באַגעגענען מיט אַ וואַרימען שמייכל, ער וועט מיך אַרום נעמען און האַלזן פאַר אַ צען פופצן מינוט און איין צי.
מוצ"ש אפריל 09, 2022 11:45 pm#497837
נאר צען פופצן מינוט?? און וואס וועט זיין נאכדעם??
מוצ"ש אפריל 09, 2022 11:51 pm#497838
Re: איז טאקע דא א גיהנם???
לפענ"ד איז פארהאן אזא זאך ווי גיהנם, און ס'איז אויף דער וועלט, וואו מ'זעהט טאקע וויפיל מ'ליידט זיך אן. וויבאלד ס'אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, איז טאקע קיינער נישט פטור פון יסורים, צער אדער סתם עגמת נפש, כ'האב נאך דערווייל נישט געפונען דעם מענטש וואס זאל גוט גיין אין איין צו פון זיין געבורטס ביז'ן שטארבן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
זונטאג אפריל 10, 2022 12:00 am#497839
E9CFF005-C9D3-4A44-B408-02CF338FDA85.jpeg

במשנתה של קריסטיִן דע פּיִזאַן.
זונטאג אפריל 10, 2022 12:39 am#497841
מיין קשיא גייט נאך מער. פארוואס איז בכלל פאראן אזא זאך ווי עבירות? ר' חנניא בן עקשיא זאגט דאך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, הערט גוט: ער האט געוואלט מזכה זיין די אידן, און דערפאר האט ער אונז געגעבן די תורה און מצוות! אויב אזוי וואלט ער געקענט געבן נאר רמ"ח מ"ע, אדער אפילו תרי"ג מצוות עשה - אן קיין איין ל"ת - און בכדי עס זאל זיין א עולם הנסיון זאל דער מענטש האבן שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוות, און טאמער ער שטרענגט זיך פארט אן און איז עס מקיים, באקומט ער שכר, עס איז מער נישט קיין נהמא דכסופי... טאמער טוט ער עס נישט, באקומט ער נישט די גוטע שכר, און פארטיג! וואס פעלט אויס עבירות, עונשים, גיהנם, יסורים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, בפרט אז אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער ווערט למעשה נכשל, צי מיט גראבע עבירות אדער לכה"פ מיט אבק גזל, לשה"ר, עריות, וכו'. מה לי לצרה הזאת?
זונטאג אפריל 10, 2022 1:14 am#497842
גלייבטס מיר עס לוינט זיך נישט צו וויסן דער אמת אויב עס איז דא א גהינום. איך האב אינסייד אינפארמאציע איבער דעם ענין, איך גיי עס שרייבן אין קליין. געדענק! איך האב דיר געווארנט! עס לוינט זיך נישט צו וויסן...

רוב וועלט גייט טאקע נישט אין גהינום, עס איז גענוג מען זאל פשוט מיינען עס עקזיסטירט. די פראבלעם איז, יעדער וואס ווערט געוואור די סוד וועט שוין נישט מורא האבן. דעריבער איז דא א קליינע גהינום ספעציעל פאר אונז אלע וואס ווייסן דעם אמת... וועלקאם טו די אינסיידערס קלאב....
זונטאג אפריל 10, 2022 2:08 am#497847
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:לפענ"ד איז פארהאן אזא זאך ווי גיהנם, און ס'איז אויף דער וועלט, וואו מ'זעהט טאקע וויפיל מ'ליידט זיך אן. וויבאלד ס'אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, איז טאקע קיינער נישט פטור פון יסורים, צער אדער סתם עגמת נפש, כ'האב נאך דערווייל נישט געפונען דעם מענטש וואס זאל גוט גיין אין איין צו פון זיין געבורטס ביז'ן שטארבן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

סאו די האלטסט אז עס איז טאקע נישטא קיין גיהנם אויף "יענע וועלט"?
זונטאג אפריל 10, 2022 2:10 am#497848
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין קשיא גייט נאך מער. פארוואס איז בכלל פאראן אזא זאך ווי עבירות? ר' חנניא בן עקשיא זאגט דאך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, הערט גוט: ער האט געוואלט מזכה זיין די אידן, און דערפאר האט ער אונז געגעבן די תורה און מצוות! אויב אזוי וואלט ער געקענט געבן נאר רמ"ח מ"ע, אדער אפילו תרי"ג מצוות עשה - אן קיין איין ל"ת - און בכדי עס זאל זיין א עולם הנסיון זאל דער מענטש האבן שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוות, און טאמער ער שטרענגט זיך פארט אן און איז עס מקיים, באקומט ער שכר, עס איז מער נישט קיין נהמא דכסופי... טאמער טוט ער עס נישט, באקומט ער נישט די גוטע שכר, און פארטיג! וואס פעלט אויס עבירות, עונשים, גיהנם, יסורים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, בפרט אז אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער ווערט למעשה נכשל, צי מיט גראבע עבירות אדער לכה"פ מיט אבק גזל, לשה"ר, עריות, וכו'. מה לי לצרה הזאת?

פרעגסט דאך אייזן שטארק, איך זוך אויך א תירוץ אויף דעם קשיא!
זונטאג אפריל 10, 2022 2:20 am#497849
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:גלייבטס מיר עס לוינט זיך נישט צו וויסן דער אמת אויב עס איז דא א גהינום. איך האב אינסייד אינפארמאציע איבער דעם ענין, איך גיי עס שרייבן אין קליין. געדענק! איך האב דיר געווארנט! עס לוינט זיך נישט צו וויסן...

רוב וועלט גייט טאקע נישט אין גהינום, עס איז גענוג מען זאל פשוט מיינען עס עקזיסטירט. די פראבלעם איז, יעדער וואס ווערט געוואור די סוד וועט שוין נישט מורא האבן. דעריבער איז דא א קליינע גהינום ספעציעל פאר אונז אלע וואס ווייסן דעם אמת... וועלקאם טו די אינסיידערס קלאב....

האסט מיר געמאכט לאכן,
אבער צו נעמען דיינע ווערטער ערנסט, נא איינמאל אונז ווייסן שוין איבער אונזער ספעציעלע גיהנם, האבן אונז דאך שוין מורא, נו... דארף מען שוין נישט קיין גיהנם פאר אונז אויך נישט...

אופס... אונז ווייסן דאס שוין אויך, נו האבן אונז דאך שוין נישט מורא...מיז מען יא מאכן א גיהנם פאר אונז...
וחוזר חלילה...
זונטאג אפריל 10, 2022 5:06 am#497858
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין קשיא גייט נאך מער. פארוואס איז בכלל פאראן אזא זאך ווי עבירות? ר' חנניא בן עקשיא זאגט דאך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, הערט גוט: ער האט געוואלט מזכה זיין די אידן, און דערפאר האט ער אונז געגעבן די תורה און מצוות! אויב אזוי וואלט ער געקענט געבן נאר רמ"ח מ"ע, אדער אפילו תרי"ג מצוות עשה - אן קיין איין ל"ת - און בכדי עס זאל זיין א עולם הנסיון זאל דער מענטש האבן שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוות, און טאמער ער שטרענגט זיך פארט אן און איז עס מקיים, באקומט ער שכר, עס איז מער נישט קיין נהמא דכסופי... טאמער טוט ער עס נישט, באקומט ער נישט די גוטע שכר, און פארטיג! וואס פעלט אויס עבירות, עונשים, גיהנם, יסורים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, בפרט אז אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער ווערט למעשה נכשל, צי מיט גראבע עבירות אדער לכה"פ מיט אבק גזל, לשה"ר, עריות, וכו'. מה לי לצרה הזאת?


שכר ועונש איז נישט קיין דבר והפיכו. שכר איז פאר אנשטרענגן, און דורך דעם איז מען זוכה צו נהנה מזיו השכינה בעלמא דאתי, אן נהמי דכסופא. עונש איז א העדר פון הנאה און שכר, און מ'עסט נאר בושה ברויט, כעין זה. ס'ווערט אנגערופן צוויי זאכן, אבער ס'נישט צוויי פארקערטע זאכן אזוי ווי א קוש און א פאטש, ס'איז סך הכל הנאה און העדר הנאה.

ממילא איז נישט שייך צו פרעגען זה לעומת זה, טוה נישט די מצות און נעם נישט שכר, ווייל נישט נעמען שכר איז די עיקר עונש ווען מ'איז נישט זוכה צו נהנה זיין מזיו השכינה, און טאקע דערפאר ווייל מ'האט זיך נישט איינגעקויפט כיסופא'לאזע ברויט אויף דעם וועלט.

דאס איז שכר ועונש, ס'איז נישט א באקס וואס ציעט ארויס שכר אדער עונש. ס'איז א חשבון פון דער סך הכל, אזוי ווי פאר חושך איז גענוג מ'זאל אויסלעשן די לייטס, מ'דארף נישט אריינשטעקן א שווארצע באלב ס'זאל ווערען פינסטער.

דאס איז נוגע שכר ועונש וואס איז בעיקר אויף יענע וועלט. וואס איז נוגע גוטס און שלעכטס אויף דעם וועלט איז דאך אלעס נאר א דמיון. דארט ווי מ'מוטשעך זיך איז אלס נישט עסען נהמי דכסופא, דארט ווי ס'גייט צו גוט איז צופיל נהמי דכסיפא, עכ"פ, מ'איז ביזי עדזשאסטען אלעס ביז מ'גייט ארויף נעקסט לעוועל אנגעטוהן מיט א קיטל.

קוק עס אן אזוי, די שכר ועונש מיינט נישט קיין סך פאר א מענטש אויף דעם וועלט. ס'פיינע התעוררות אז מ'זאל זיין וואויל און פרובירן זיך האלטן אין פלאץ. אבער קיינער גייט נישט פארקויפן זיינע שבת נאכמיטאג שלאף טאמער מ'אפערט עם די זכות פון תורה אין א כולל אין קרית ספר. אפאר טאלער וועט מען געבן, אבער די אלע לעכטיגע הבטחות פון יענע וועלט בדרך כלל רירט נישט קיין סך אויב מ'וויל נאר קומען ווייזען חביבות מצות און שכר. די זעלבע פארקערט, די עונשים דערשרעקן די מענטש אבער ס'מוז נישט מיינען אז סוף טאג איז עס קובע אין א מענטש למעשה, און מ'דארף נישט קיין ראיות צו דעם ווייל די ראשית חכמה אין שאנק אינדערהיים, האלט נישט צירוק א מענטש אין א שוואכע מינוט אין די קאריביען. אויף דעם וועלט איז שכר ועונש א התעוררות, און חוץ אז די מענטש ליידט צרות צרורות, וועט די התעוררות שנעל אויסוועפן. די זעלבע פארקערט, אז ס'גייט איינעם גוט וועט ער לויבן און דאנקען, אבער נאר צו דאנקען אויף מופתים ביי יענעם גיבט מען נאכנישט קידוש. די ווארט איז אז שכר ועונש איז באמת נישט אויף דעם וועלט, און די ראלער קאוסטער פון דעם וועלט איז נאר דאס, א ווינט מיט אביסל אפס ענד דאונס. די עיקר איז אבער נאר הנאה אויף יענע וועלט.
זונטאג אפריל 10, 2022 7:42 am#497861
למעשה, צי השי"ת איז אדורכגעפאלן מיט זיין פלאן צו נישט, דאס קענען מיר נישט פארשטיין, אבער איין זאך איז זיכער - עס איז דא א גיהנם. עס זענען דאך דא אזויפיל רשעים אויף דער וועלט, אזויפיל שלעכטסקייט און אכזריות, איך מיין אז יעדער איז מסכים אז זיי פארדינען ערליך א פארציע גיהנם, און איך בין זיכער אז ווען נישט די פחד פון גיהנם אדער אנדערע עונשים וואלט געווען פיל ערגער, ממש א הפקר וועלט, מענטשן האלטן זיך איין פון אסאך שלעכטס צוליב דעם, און טאקע די רשעים ווי היטלער און פוטין זאלן פארברענגען אין גיהנם לעולמי עד, אך און וויי אויב דו גייסט מיר קומען זאגן אז עס עקזיסטירט נישט קיין גיהנם פאר די רוצחים... זענט עטץ מסכים מיט מיר?
זונטאג אפריל 10, 2022 8:06 am#497862
ליפא האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:מורה פון גיהנום? כ'קען נישט איינער אזאנס און איך קען אסאך ערליכע פרומע אידן

איך קען יא אסאך אזעליכע, נישט אז זיי ציטערן יעדע רגע פון גיהנם, אבער סובקאנטשעסלי, און די בעק פון די מח גיבט דאס מוטיוואציע,
און אדרבה לויט ווי די טענה'סט אז מען האט אפילו נישט מורה, דאן מאכסטו נאר שווערער די קשיא,
וואס איז די תכלית פון גיהנם, אויב קיינער האט ניטאמאל מורה דערפון?

מורה? אפשר מיינסטו מורא? דאס יא. כ׳בין צומישט

דו ביסט דער וואס האט געשריבן מורה...!!
:lol: :lol:
זונטאג אפריל 10, 2022 8:44 am#497863
שמעקעדיג האט געשריבן:למעשה, צי השי"ת איז אדורכגעפאלן מיט זיין פלאן צו נישט, דאס קענען מיר נישט פארשטיין, אבער איין זאך איז זיכער - עס איז דא א גיהנם. עס זענען דאך דא אזויפיל רשעים אויף דער וועלט, אזויפיל שלעכטסקייט און אכזריות, איך מיין אז יעדער איז מסכים אז זיי פארדינען ערליך א פארציע אין גיהנם, און איך בין זיכער אז ווען נישט די פחד פון גיהנם אדער אנדערע עונשים וואלט געווען פיל ערגער, ממש א הפקר וועלט, מענטשן האלטן זיך איין פון אסאך שלעכטס צוליב דעם, און טאקע די רשעים ווי היטלער און פוטין זאלן פארברענגען אין גיהנם לעולמי עד, אך און וויי אויב דו גייסט מיר קומען זאגן אז עס עקזיסטירט נישט קיין גיהנם פאר די רוצחים... זענט עטץ מסכים מיט מיר?


מיר הערן דיין pain, ווי אויך די ווייטאג פון אלע ברואים. ס'איז גיהנום אויף דעם וועלט, זאל נאר זיין א גיהנום פאר אלע רשעים. איז די לעבן דען נישט העלל?

אבער דאס מיינט נאך אלס נישט גיהנום. גיהנום וואס מיר רופן גיהנום, איז בעסיקלי צרות, און יענער זאל גיין און גיהנום מיינט אז ס'זאל יענעם אנכאפן ציפיקע צרות. גיהנום פון חז"ל מיינט לעתיד אין א רוחניות'דיגע וועלט, ס'קען גאר זיין אז מ'איז שטאלץ ווען מען באקריגט גיהנום אויף יענער וועלט ס'איז די וועג צו קומען צום שכר הגדול נהנה זיין מזיו השכינה, און די גאר גרויסע רשעים (whatever it means) באקומען דאס אויכנישט, און זענען נישט זוכה צו נהנה זיין מזיו השכינה. דאס איז די גיהנם פון חז"ל און די שארפע מוסר ספרים. ס'קומט נישט צו סטראשענען, ס'איז מעורר אויף די עבודה פון די מענטש, ואדרבה, זיי ברענגען ארויס די תכלית איז צו צוקומען צו די שכר פון נהנה, און עונשים מיינט פשוט די העדר. איינער וואס שלאפט גוט אויב ער "פארגעסט" אלע אנדערע זאכן וואס שטייט אין ספר אורחות צדיקים, קען דאס אויך "פארגעסן". ווילאנג ער מיינט נישט אז גיהנום איז א horror movie, וואס דעמאלט ווערט ער פעסט צודרייט.

סך הכל: שכר ועונש מיינט עכט שכר און העדר שכר פון יענע וועלט, און אויף דעם איז נישט דא קיין קשיות פון עונשים. שכר ועונש אויף די וועלט מיינט צרות און גליק, און אויף דעם פרעגט מען צדיק ורע לו רשע וטוב לו וואס דאס איז א סוגיא פאר זיך. ס'איז צווי אנדערע זאכן, מ'קען נישט פרעגען פון איינעם אויפן צווייטען.
זונטאג אפריל 10, 2022 10:25 am#497869
לויט ווי @וואלווי ערקלערט, אז עונש איז בלויז העדר שכר, שטעלט זיך די קשיא, וואס איז א נפק"מ פון א רשע ווי היטלער מיט א קליינע רשע? ביידע באקומען די זעלבע עונש, דהיינו "גארנישט"?
זונטאג אפריל 10, 2022 10:27 am#497871
מי אני האט געשריבן:‏

ולעצם שאלת כותרת האשכול עיין מכאן ולהלן ובכל האשכול שם.

כ'האב פראבירט צו טרעפן דארטן די תירץ, ולא עלתה בידי,
אפשר ביסטו אונז מסביר אויף מאמע לשון א שיינע תירץ?
זונטאג אפריל 10, 2022 10:37 am#497873
מי אני קען נישט קיין מאמע לשון, נאר טאטע לשון... :lol:
זונטאג אפריל 10, 2022 10:51 am#497875
עצי שטים האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:‏ולעצם שאלת כותרת האשכול עיין מכאן ולהלן ובכל האשכול שם.

כ'האב פראבירט צו טרעפן דארטן די תירץ, ולא עלתה בידי,
אפשר ביסטו אונז מסביר אויף מאמע לשון א שיינע תירץ?

די שאלה בהכותרת איז "איז טאקע דא א גיהנם?" און אינעם לינק צייכן איך צו צו די וואס האבן אפגעלערענט דעם רלב"ג (און אנדערע) וואס האבן גע'ענטפערט "ניין".

ובזה גייט דאס טאקע אריין אין פארענטפערן דעם פראגע:
עצי שטים האט געשריבן:לויט ווי @וואלווי ערקלערט, אז עונש איז בלויז העדר שכר, שטעלט זיך די קשיא, וואס איז א נפק"מ פון א רשע ווי היטלער מיט א קליינע רשע? ביידע באקומען די זעלבע עונש, דהיינו "גארנישט"?
והיינו, דארט צייכן איך אויך צו צום שוועריקייט וואס דער רלב"ג האט זיך געספראוועט מיט לגבי שכר לעתיד. מיינענדיג, אז טאמער באדייט "שכר" דאס התקשרות פונעם שכל האדם שקנה המושכלות בשכל הפועל ששם שורש אלו החכמות, דאן איז דאך נישטא ביי דעם קיין געהעריגע מדריגות און איינער וואס האט קונה געווען ווייניגער איז פונקט אזוי מקושר ווי איינער וואס האט קונה געווען אסאך מער? ער איז אבער מבאר באריכות אז די התקשרות איז יא במדריגה. אבער טאמער עונש באדייט פשוט דאס אבדון פונעם נפש ללא, דאן איז דאך לכאורה נישטא אין דעם קיין מדריגות און איינמאל מ'קומט אָן דערצו דאן איז די אבדון פונעם "קליינעם" רשע דאס זעלבע ווי די "גרויסע". ויש לעיין.
שמעקעדיג האט געשריבן:מי אני קען נישט קיין מאמע לשון, נאר טאטע לשון... :lol:

די פסוק זאגט (משלי ב ג) כִּי אִם לַבִּינָה תִקְרָא, און די גמרא בברכות נז. דרש'נט די ווארט "אִם" מלשון "אֵם", א מאמע, ע"ש. נו, "לַבִּינָה" מיט'ן כולל איז עולה "גהנם"... :D
זונטאג אקטאבער 23, 2022 5:13 am#510495
Re: איז טאקע דא א גיהנם???
וואלווי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין קשיא גייט נאך מער. פארוואס איז בכלל פאראן אזא זאך ווי עבירות? ר' חנניא בן עקשיא זאגט דאך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, הערט גוט, ער האט געוואלט מזכה זיין די אידן, און דערפאר האט ער אונז געגעבן די תורה און מצוות! אויב אזוי וואלט ער געקענט געבן נאר רמ"ח מ"ע, אדער אפילו תרי"ג מצוות עשה - אן קיין איין ל"ת - און בכדי עס זאל זיין א עולם הנסיון זאל דער מענטש האבן שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוות, און טאמער ער שטרענגט זיך פארט אן און איז עס מקיים, באקומט ער שכר, עס איז מער נישט קיין נהמא דכסופי... טאמער טוט ער עס נישט, באקומט ער נישט די גוטע שכר, און פארטיג! וואס פעלט אויס עבירות, עונשים, גיהנם, יסורים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, בפרט ווען אין אדם צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, יעדער ווערט למעשה נכשל, צי מיט גראבע עבירות אדער לכה"פ מיט אבק גזל, לשה"ר, עריות, וכו'. מה לי לצרה הזאת?


שכר ועונש איז נישט קיין דבר והפיכו. שכר איז פאר אנשטרענגן, און דורך דעם איז מען זוכה צו נהנה מזיו השכינה בעלמא דאתי, אן נהמי דכסופא. עונש איז א העדר פון הנאה און שכר, און מ'עסט נאר בושה ברויט, כעין זה. ס'ווערט אנגערופן צוויי זאכן, אבער ס'נישט צוויי פארקערטע זאכן אזוי ווי א קוש און א פאטש, ס'איז סך הכל הנאה און העדר הנאה.

ממילא איז נישט שייך צו פרעגען זה לעומת זה, טוה נישט די מצות און נעם נישט שכר, ווייל נישט נעמען שכר איז די עיקר עונש ווען מ'איז נישט זוכה צו נהנה זיין מזיו השכינה, און טאקע דערפאר ווייל מ'האט זיך נישט איינגעקויפט כיסופא'לאזע ברויט אויף דעם וועלט.

דאס איז שכר ועונש, ס'איז נישט א באקס וואס ציעט ארויס שכר אדער עונש. ס'איז א חשבון פון דער סך הכל, אזוי ווי פאר חושך איז גענוג מ'זאל אויסלעשן די לייטס, מ'דארף נישט אריינשטעקן א שווארצע באלב ס'זאל ווערען פינסטער.

דאס איז נוגע שכר ועונש וואס איז בעיקר אויף יענע וועלט. וואס איז נוגע גוטס און שלעכטס אויף דעם וועלט איז דאך אלעס נאר א דמיון. דארט ווי מ'מוטשעך זיך איז אלס נישט עסען נהמי דכסופא, דארט ווי ס'גייט צו גוט איז צופיל נהמי דכסיפא, עכ"פ, מ'איז ביזי עדזשאסטען אלעס ביז מ'גייט ארויף נעקסט לעוועל אנגעטוהן מיט א קיטל.

קוק עס אן אזוי, די שכר ועונש מיינט נישט קיין סך פאר א מענטש אויף דעם וועלט. ס'פיינע התעוררות אז מ'זאל זיין וואויל און פרובירן זיך האלטן אין פלאץ. אבער קיינער גייט נישט פארקויפן זיינע שבת נאכמיטאג שלאף טאמער מ'אפערט עם די זכות פון תורה אין א כולל אין קרית ספר. אפאר טאלער וועט מען געבן, אבער די אלע לעכטיגע הבטחות פון יענע וועלט בדרך כלל רירט נישט קיין סך אויב מ'וויל נאר קומען ווייזען חביבות מצות און שכר. די זעלבע פארקערט, די עונשים דערשרעקן די מענטש אבער ס'מוז נישט מיינען אז סוף טאג איז עס קובע אין א מענטש למעשה, און מ'דארף נישט קיין ראיות צו דעם ווייל די ראשית חכמה אין שאנק אינדערהיים, האלט נישט צירוק א מענטש אין א שוואכע מינוט אין די קאריביען. אויף דעם וועלט איז שכר ועונש א התעוררות, און חוץ אז די מענטש ליידט צרות צרורות, וועט די התעוררות שנעל אויסוועפן. די זעלבע פארקערט, אז ס'גייט איינעם גוט וועט ער לויבן און דאנקען, אבער נאר צו דאנקען אויף מופתים ביי יענעם גיבט מען נאכנישט קידוש. די ווארט איז אז שכר ועונש איז באמת נישט אויף דעם וועלט, און די ראלער קאוסטער פון דעם וועלט איז נאר דאס, א ווינט מיט אביסל אפס ענד דאונס. די עיקר איז אבער נאר הנאה אויף יענע וועלט.
לעכטיגע דיבורים! נאך איינער איז תופס די טיפקייט?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג יאנואר 15, 2023 3:26 pm#515674
איך וויל צוצייכענען צו די פתיחת האשכול אז אין תנ"ך ווערט עולם הבא דערמאנט אבער עונש אויף יענע וועלט ווערט נאר דערמאנט אין אביגיל'ס ווערטער צו דוד (דארט איז אויך דא אנדערע פירושים) וואס דאס שטימט מיט שמן למאור'ס פארשלאג אז עונש בעולם הבא איז נאר אן אמונה הכרחית און נישט במציאות.
אדער אין מי אני'ס ווערטער "א שקר קדוש"
זונטאג יאנואר 15, 2023 6:35 pm#515690
נפה האט געשריבן:איך וויל צוצייכענען צו די פתיחת האשכול אז אין תנ"ך ווערט עולם הבא דערמאנט אבער עונש אויף יענע וועלט ווערט נאר דערמאנט אין אביגיל'ס ווערטער צו דוד (דארט איז אויך דא אנדערע פירושים) וואס דאס שטימט מיט שמן למאור'ס פארשלאג אז עונש בעולם הבא איז נאר אן אמונה הכרחית און נישט במציאות.
אדער אין מי אני'ס ווערטער "א שקר קדוש"

די ערשטע פסוק וואס דו ברענגסט איז פון די איינציגסטע פסוקים אין גאנץ תנ"ך ווי עס ווערט בכלל מרומז די ענין פון עפטערלייף. עס שטייט נישט שכר אדער עונש, בלויז אז די רוח גייט צוריק צום באשעפער וואס האט עס באשאפן.

די צווייטע פסוק רעדט זיך על פי פשטות פון די וועלט, עיין רד"ק.
מאנטאג יאנואר 16, 2023 3:45 pm#515751
איך האב געשריבען אז עס איז דא אנדערע פירושים.
וואס איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען אז אפילו אויב מען רעדט פון די גיהנום איז עס סך הכל ווערטער פון אביגיל (וואס איז אגב געווען א נביאה) צו דוד וואס דאס קען מיינען סתם אן אנגענומענע זאך צווישען די המון עם.
ועיין אבן עזרא בראשית כז יג וזה משפט דברי הנשים
מיטוואך יאנואר 18, 2023 3:35 pm#515853
די שאלה איז אבער פארוואס איז אמונה פון גיהנום הכרחי?
פארוואס זאל א מענטש מער מורא האבן פון גיהנום נאכן שטארבען ווי פון עונש בעולם הזה וואס שטייט ארויס אין פסוק?
ואי תימא אז גיהנום דארף מען פאר שנים כשני אחאב, אדער ווייל דער מענטש וועט זאגן שב שני הוא כפנא וכו', קענסטו נאך אלץ בלייבען מיט דער פחד פון די יום הדין הגדול והנורא וואס שטייט יא אין פסוק?
מיטוואך יאנואר 18, 2023 5:40 pm#515857
נפה האט געשריבן:ואי תימא אז גיהנם דארף מען פאר שנים כשני אחאב, אדער ווייל דער מענטש וועט זאגן שב שני הוא כפנא וכו', קענסטו נאך אלץ בלייבען מיט דער פחד פון די יום הדין הגדול והנורא וואס שטייט יא אין פסוק?

וועלכע יום הדין? וועלכע פסוק רעדסטו פון?

בפשטות פעלט אויס אמונה אין א גיהנם נאכן שטארבן, ווייל די עונשים בעולם הזה וואס עס שטייט אין פסוק ווערן דאך נישט אייביג מקויים, איז כדי מען זאל נאכאלטס האבן מיט וואס צו ווארענען און סטראשענען דעם עולם, מוז מען גלייבן אין עפעס א עונש בעולם הבא כדי צו קענען זאגן אז 'אויף יענע וועלט' וועסטו יא כאפן.
מיטוואך יאנואר 18, 2023 10:51 pm#515887
עס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין פסוק אז עס גאט זיך אנטפלעקן באחרית הימים און באשטראפען די עוברי עבירה למשל ישעיה ב, ישעיה סו טו, מלאכי ג יט, ועוד אטו כי רוכלא וכו'
און דאס איז דאך ווען עס וועט זיין אן התגלות און די עונשים וועלן יא מקוים ווערן
דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 11:43 am#515906
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט איז:

פארוואס גיהנום מעג מען אויסמאלעווען כלערליי שרעקעדיגע דעסקריפשענס און פייניגונגען און גן-עדן זאגט מען נאר ס'איז עפעס וואס מ'קען זיך נישט פארשטעלן.. עפעס מער רוחניות'דיג..

אויב גיהנום קען מען דעסקרייבן אין מענטשליך-פארשטאנדיגע טערמינען פארוואס מעג מען זיך נישט מצייר זיין גן-עדן אלס א פלאץ פון גוטע וויין, מיידלעך, טשעקוזיס און אָווער-נייט קוגל? אזוי ווי די מוסלעמענער? (נאר דארט איז עס אפשר קעבּאַבּ?)

בבלי ע"ז סה, א:
רבא אמטי ליה קורבנא לבר שישך ביום אידם אמר ידענא ביה דלא פלח לעבודת כוכבים אזל אשכחיה דיתיב עד צואריה בוורדא וקיימן זונות ערומות קמיה א"ל אית לכו כה"ג לעלמא דאתי א"ל דידן עדיפא טפי מהאי א"ל טפי מהאי מי הוה א"ל אתון איכא עלייכו אימתא דמלכותא אנן לא תיהוי עלן אימתא דמלכותא א"ל אנא מיהא מאי אימתא דמלכותא איכא עלי עד דיתבי אתא ההוא פריסתקא דמלכא א"ל קום דקבעי לך מלכא כי נפיק ואזיל א"ל עינא דבעי למיחזי לכו בישותא תיפקע א"ל רבא אמן פקע עיניה דבר שישך אמר רב פפי איבעי ליה למימרא ליה מהאי קרא בנות מלכים ביקרותיך נצבה שגל לימינך בכתם אופיר אמר ר"נ בר יצחק איבעי ליה למימרא ליה מהכא עין לא ראתה אלהים זולתך יעשה למחכה לו.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 2:02 pm#515912
וואטש די 9 מינוטיגן ענטפער פון רבי טובי' זינגער איבער די נושא פון גיהנם ביי אידן:

m https://www.youtube.com/watch?v=wKomgAB ... MiY8ozNxaO m

---
איך זע אז ATUB @קאסא גראנדע ATUB האט דאס שוין געברענגט אויבן. ואתכם הסליחה.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 3:02 pm#515913
כהאב נישט קיין צייט יעצט נאכצוברענגן אלע מאמרים בתורה ובחז"ל איבער די נושא פון גיהנום.
די ערשטע אין פרשת בראשית (ד,ז) הֲל֤וֹא אִם־תֵּיטִיב֙ שְׂאֵ֔ת וְאִם֙ לֹ֣א תֵיטִ֔יב לַפֶּ֖תַח חַטָּ֣את רֹבֵ֑ץ וְאֵלֶ֙יךָ֙ תְּשׁ֣וּקָת֔וֹ וְאַתָּ֖ה תִּמְשׇׁל־בּֽוֹ׃

איך גיי מיר נישט באציען דא צו נארישע אפיקורסישע געדאנקן פון אזאלכע וואס ווילן טון כל מה שישר בעניהם און זיך מחזק זיין אז עס וועט זיי נישט שאטן.
איך וועל אויף דעם קעפל צוריקפרעגן א קשיא
איז טאקע דא א וועלט?
איז טאקע דא א קאר?
איז טאקע דא א טראק?
איז טאקע דא א מענטש?
איז טאקע דא א "קאווע שטיבל"?
דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 3:28 pm#515914
שמן למאור האט געשריבן: ער רירט דא בכלל נישט אהן מיין קשיא איבער וויאזוי גיהנם מאכט בכלל סענס פאר א כל יכול וואס איז א גוטער. און אז זיין גאנצע פלאן פון דרך הטוב להטיב גייט נישט ווי געפלאנט נאך וואס רוב וועלט קומט למעשה אהן צו גיהנם.

עס איז ליידער דא גאנצעטע שטעט און ארץ ישראל וואס זענען פריי אינגאנצן, און עס איז בכלל נישטא דארטן קיין עצירת גשמים אדער א הינגער.


איך זע אז איך האב פארפאסט די אשכול. איך וועל דיך פראבירן צו ענטפערן בקוצר מילים, בעזהשי"ת.

פון די נוסח פון דיין פתיחת האשכול איז ניכר אז דו האסט נאך א 15 יעריגער ג-ט. נעם דאס נישט אלס אן אפענס, ווייל איך האב ביז לעצטענס אויך געהאט די ג-ט. און איך וואלט געזאגט אז רוב מנין ובנין אידן האבן א ג-ט פון די אויגן פון א 15 יעריגער בחור.

א געזונטער מענטש איוואלווד זיך כסדר. שטעל דיך פאר מיר זען אויס ווי ChatGPT, וואס פארמאגט נאר די דאטא ביז '21 - עס איז דא מענטשן וואס זייער דאטע גייט נאר ביז די 15 יאר.

מ'דארף אויסוואקסן די קינדערישע ג-ט, מ'דארף אויסוואקסן דער ג-ט וואס איז here to get you, א ג-ט וואס קען קוים ווארטן דו זאלסט שטארבן און דערנאך וועט ער דיך בארבעקיוען פאר אייביג.

--

א מענטש האט אמאל געפרעגט דעם אייבערשטען וויאזוי קענסטו צוקוקן צו די הונגער און אלע רציחות, וויאזוי לאזטו עס צו. האט אים דער אייבערשטער צוריק געפרעגט: וויאזוי קענסטו עס צו לאזן? איך האב ענק געגעבן גענוג עסן און סופלייס, און ענק מאכן אלעס חרוב..

--

ווען דו פארסט אויף א 2 וועי הייוועי און דו זוכסט צו אריבערכאפן די שטאט-פארענדע קאר אין פארענט פון דיך, אויב טיסטו דאס בשעת דו פארסט ארויף אויף א בארג, ווען דו קענסט נישט זען קלאר די גאנצע ראוד, ביסטו אן אכזר, ווייל דו גייסט זיכער הרג'נען איינעם. אבער אויב טיסטו דאס אויף א גראדע וועג, אדער אפילו אויף א בארג, און דו האסט מענטשן וואס פליען העכער דיך מיט א העליקאפטער און קענען דיך פיטערן מיט אינפארמעשען איבער די מצב אין פראנט פון דיך, דאמאלט מעג דער מענטש אריבערכאפן די קאר.

ביי ביידע מעשיות איז עס איז די זעלבע מענטש, די זעלבע קאר און די זעלבע אקט, איינמאל איז עס רציחה און איינמאל איז עס לכתחילה - דער ענטפער איז עס ווענד זיך וואס דיין וויזיע איז. לויט דעם קענסטו עס בעסער פארשטיין.

--

דו פרעגסט אז: עס דא ליידער דא גאנצעטע שטעט און ארץ ישראל וואס זענען פריי אינגאנצן, און עס איז בכלל נישטא דארטן קיין עצירת גשמים אדער א הונגער. וואס האסטו געמיינט, דער אייבערשטער גייט צונעמען די בחירה? אויב מענטשן וואלטן פארשטאנען אלעס אין די בריאה, אויב מענטשן וואלטן געזען אלעס וואלט מען פארשפארט אלע פארמעסיס אין דער וועלט - אויס יסורים, אויס וועלט, אויס אלעס.

אויב יעדער מענטש וואס וואלט גענומען סייקאדעליקס וואלט געזען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, וואלט געווען אויס בחירה.

צדיק ורע לו, שכר ועונש, בחירה חפשית, און גלגול איז פון די מערסטע מיסטעריעס אויף דער וועלט. און כל זמן שהנשמה בקרבך גייסטו דאס נישט משיג זיין על מכונו.

עס ווענט זיך וויפיל דו וועסט זיך עקטיולייזען, לערנען ספרי מחשבה אדער ספרי קבלה, וועט זיך דיך דאס אביסל קלארער ווערן. דו קענסט נישט זיצן ביים וואסער, דריקן א קנעפל און עקספעקטן צו באקומען אן ענטפער וואס דער מענטש מיטשעט זיך שוין אפאר טויזענט יאר.

לויט וויפיל דו וועסט אינוועסטן אין דעם, אזויפיל וועט דיך עס קלארער ווערן.

--

איין זאך וואס איך קען דיך זאגן - איך קען דיך דאס נישט אויפווייזן, סא פרעג מיך נישט פון וואו איך נעם עס - ווייל דאס איז מיין הכרה, מיין אמת, און דאס איז אז: ג-ט האט נאכקיינמאל קיין שלעכטס נישט געטון: מִפִּ֤י עֶלְיוֹן לֹ֣א תֵצֵ֔א הָרָע֖וֹת וְהַטּֽוֹב. עס איז נישטא אזא זאך ווי שלעכטס און גוטס, מיר זענען א וויקטעם פון אונזערע אייגענע מוח. אונזערע אייגענע מעשה.

זיי וויסן אז דו פארסט יעצט ארויף אויף א בארג, דיין וויזיע איז אפגעהאקט, דו קומסט אריין אינמיטן א מעשה, דיין גוף האט זיך אנגעהויבן פאר 30 יאר צוריק, אבער דיין מציאות, דיין קאנשעסנעס עקזעסטירט שוין פאר טויזענטער יארן. דו קענסט נישט אריינפרעגן אויף א מעשה וואס שפילט זיך אויס as we live. דו מעגסט און דו קענסט פרעגן, אבער בעפאר די ערווארטסט אן ענטפער ברויכסטו אריינעמען דיינע לימיטעשענס, דיין אפגעהאקטע וויזיע, און באגרעניצטע סענסעס וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו קאמפערהענדן די סוגיא על מכונו.

--

ווי אנדערע האבן שוין געשריבן געפינט זיך די גיהנם אויף דער וועלט. I for one, קען נישט משיג זיין וויאזוי א מענטש קען מאכן א קשר מיט זיין קריעטער, ווען מען האט אים אויסגעלערנט אז דער באשעפער גייט אים הענגן אויף זיין צינג און אים בראטן אויף מערדערליכע קוילן. ווער וואלט געוואלט דינען אזא ג-ט? די ערוואקסענע ג-ט ווייסט אז דער ראשית חכמה דיסקריפציע אויף גיהנם איז געווען וויאזוי מען האט מעניש געווען מענטשן אין זיין דור. מענטשן קענען נישט אויסוואקסן די די 15 יעריגער ג-ט, נישט קיין וואונדער מענטשן קענען נישט דאווענען.

קיין שום לעבעדיגער מענטש האט נאכנישט געזען די גיהנם אדער גן עדן. סא יעדער סארט דיסקריפציע אויף די זאכן איז א מעטעפאר.

ווען א מענטש וואלט אנשטאט עוסק געווען בענין אהבת ה', די משונה'דיג ליבשפאט וואס הקב"ה האט מיט זיינע מענטשן, די אינסופי'דיגע גרויסקייט פון הקב"ה, וואלט א מענטש געטראכט פון באשעפער תמידי.

--

ווי מער form דו קוקסט אן די וועלט אלץ מער יסורים און קשיות גייסטו האבן, ווייל אלעס דארף אריינפיטן אין דיין form באקס, אלעס דארף מאכן סענס לויט דיין טול באקס. ווי מער formless דו קוקסט אן די וועלט אלס מער קענסטו זען די הארייזן, ווען דו הייבסט אן משיג זיין אז דו ווייסט גארנישט, דו זעסט גארנישט, דאס איז די ערשטע שלב פון זיך קענען עקטיולייזן.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 5:29 pm#515917
מפי עליון לא תצא הרעות והטוב, כלומר שכנסת ישראל מצדקת על הדין של הכל ומאמרת שכל הטוב והרע שמתרחש בעולם הוא מפני המעשים של האדם וכי הבורא אינו מביא על האדם טובות ורעות אלא לפי מעשיו. זה מציין שכל דבר מתרחש עם סיבה וכי האדם אחראי על התוצאות של מעשיו. זה מרמז כי הבורא הוא צדיק הבורא אינו מביא על האדם טובות ורעות אלא לפי מעשיו.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:08 pm#515920
טשעסטער האט געשריבן:כהאב נישט קיין צייט יעצט נאכצוברענגן אלע מאמרים בתורה ובחז"ל איבער די נושא פון גיהנום.
די ערשטע אין פרשת בראשית (ד,ז) הֲל֤וֹא אִם־תֵּיטִיב֙ שְׂאֵ֔ת וְאִם֙ לֹ֣א תֵיטִ֔יב לַפֶּ֖תַח חַטָּ֣את רֹבֵ֑ץ וְאֵלֶ֙יךָ֙ תְּשׁ֣וּקָת֔וֹ וְאַתָּ֖ה תִּמְשׇׁל־בּֽוֹ׃

איך גיי מיר נישט באציען דא צו נארישע אפיקורסישע געדאנקן פון אזאלכע וואס ווילן טון כל מה שישר בעניהם און זיך מחזק זיין אז עס וועט זיי נישט שאטן.

אין חז"ל ווערט עס טאקע גאר אסאך מאל דערמאנט, אין תנ"ך, כמעט וואס נישט. די פסוק וואס דו ברענגסט קען מען לערנען אז עס מיינט בעולם הזה. אזוי ווי די רמב"ן זאגט טאקע:
לפתח ביתך חטאתך רובץ להכשילך בכל דרכיך.

און בכלל, אוודאי שטייט עס, ווייל עס איז דאך אן אמונה הכרחי.

אבער צו דיינע גאונ'ישע פרחות...
טשעסטער האט געשריבן:איך וועל אויף דעם קעפל צוריקפרעגן א קשיא
1) איז טאקע דא א וועלט?
2) איז טאקע דא א קאר?
3) איז טאקע דא א טראק?
4) איז טאקע דא א מענטש?
5)איז טאקע דא א "קאווע שטיבל"?

1) עעם. יא, איך וואוין אויף דער וועלט.

2) איך אליין בין ממש א מינוט צוריק געזעצן אין מיין קאר.

3) ממש אפאר מינוט צוריק האב איך געזען א טראק מיט מיינע אייגענע אויגן.

4) איך בין אליין א מענטש.

5) ממש די יעצטיגע מינוטן שרייב איך אויף קאווע שטיבל!

יעצט לאמיר דיר פרעגן, דו וואוינסט אין גיהנום? ביסטו לעצטנס געווען דארטן? האסטו אמאל געזען די גיהנום? אפשר ביסטו גאר אליין גיהנום? אדער אפשר גאר זיצטו ממש די יעצטיגע מינוטן אין גיהנום???
דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:46 pm#515924
פרייוויליג האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: ער רירט דא בכלל נישט אהן מיין קשיא איבער וויאזוי גיהנם מאכט בכלל סענס פאר א כל יכול וואס איז א גוטער. און אז זיין גאנצע פלאן פון דרך הטוב להטיב גייט נישט ווי געפלאנט נאך וואס רוב וועלט קומט למעשה אהן צו גיהנם.

עס איז ליידער דא גאנצעטע שטעט און ארץ ישראל וואס זענען פריי אינגאנצן, און עס איז בכלל נישטא דארטן קיין עצירת גשמים אדער א הינגער.


דו פרעגסט אז: עס דא ליידער דא גאנצעטע שטעט און ארץ ישראל וואס זענען פריי אינגאנצן, און עס איז בכלל נישטא דארטן קיין עצירת גשמים אדער א הונגער. וואס האסטו געמיינט, דער אייבערשטער גייט צונעמען די בחירה? אויב מענטשן וואלטן פארשטאנען אלעס אין די בריאה, אויב מענטשן וואלטן געזען אלעס וואלט מען פארשפארט אלע פארמעסיס אין דער וועלט - אויס יסורים, אויס וועלט, אויס אלעס.

אם סארי, אבער אויב איז טאקע אמת וואס דו זאגסט אז אויב וואלט די באשעפער איינגעהאלטן דאס וואס ער שרייבט אין זיין תורה
דער באשעפער האט געשריבן:השמרו לכם פן יפתה לבבכם וסרתם ועבדתם אלהים אחרים והשתחויתם להם וחרה אף ה' בכם ועצר את השמים ולא יהיה מטר והאדמה לא תתן את יבולה ואבדתם מהרה מעל הארץ הטבה אשר ה' נתן לכם.
וואלט געווען אויס בחירה, דאן זאל ער עס נישט שרייבן אין זיין תורה. פארוואס שרייבט ער אז ער גייט טון זאכן, און דערנאך קען ער עס נישט טון ווייל דאס וועט אוועקנעמען די בחירה?

פרייוויליג האט געשריבן:ווי אנדערע האבן שוין געשריבן געפינט זיך די גיהנם אויף דער וועלט. I for one, קען נישט משיג זיין וויאזוי א מענטש קען מאכן א קשר מיט זיין קריעטער, ווען מען האט אים אויסגעלערנט אז דער באשעפער גייט אים הענגן אויף זיין צינג און אים בראטן אויף מערדערליכע קוילן. ווער וואלט געוואלט דינען אזא ג-ט? די ערוואקסענע ג-ט ווייסט אז דער ראשית חכמה דיסקריפציע אויף גיהנם איז געווען וויאזוי מען האט מעניש געווען מענטשן אין זיין דור. מענטשן קענען נישט אויסוואקסן די די 15 יעריגער ג-ט, נישט קיין וואונדער מענטשן קענען נישט דאווענען.

די האסט כנראה נישט ארויס די ציל פון דעם אשכול דא, מען טוט דא נישט אדורך קיין קאנעקשן מיט געפילן צו גאט, מען טוט דא אדורך דעם פאקטישן מציאות צו עס איז דא א גיהנום צו נישט. דאס אז מען זאל נישט לייגן קיין געוויכט דערויף האבן שוין די תלמודי בעש"ט אויסגעלערנט. אבער דאס אז מען וועט צוטיילן גרויסע צער פאר די רשעים, איז א זאך וואס קיינער לייקנט נישט. פולע מאמרי חז"ל זענען פול דערמיט, צואה רותחת, די מעשה פון די שווארצע וואל ביי די לאך פון קורח, מצננן לו גיהנום, ועוד ועוד...

די נושא דא איז, צו איז דאס בלויז אן אמונה הכרחי. היות גאט איז דאך כלו טוב, קען ער דאך ממש נישט מאכן באשעפענישן אדער נשמות ליידן.
מאנטאג יאנואר 23, 2023 12:07 pm#516105
שמן למאור האט געשריבן:די נושא דא איז, צו איז דאס בלויז אן אמונה הכרחי. היות גאט איז דאך כלו טוב, קען ער דאך ממש נישט מאכן באשעפענישן אדער נשמות ליידן.

יעצט ליין איבער מיין תגובה, וועסטו זען ווי מיין גאנצע תגובה איז א דירקעטער ענטפער צו די קשיא.
מאנטאג יאנואר 23, 2023 12:33 pm#516107
שמן למאור האט געשריבן:אם סארי, אבער אויב איז טאקע אמת וואס דו זאגסט אז אויב וואלט די באשעפער איינגעהאלטן דאס וואס ער שרייבט אין זיין תורה
דער באשעפער האט געשריבן:השמרו לכם פן יפתה לבבכם וסרתם ועבדתם אלהים אחרים והשתחויתם להם וחרה אף ה' בכם ועצר את השמים ולא יהיה מטר והאדמה לא תתן את יבולה ואבדתם מהרה מעל הארץ הטבה אשר ה' נתן לכם.


אויב ליינסטו אונזערע היסטאריע אנגעהויבן פון יהושע און שופטים ביז נאך די שואה, שטעלט זיך ליידער אלעס ארויס מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט.

ווען איך רעד פון בחירה רעד איך באופן כללי ווען א מענטש זינדיגט זעט ער נישט אלץ די באלדיגע רעזולטאט. אויב א מענטש וואלט געטון עפעס און געזען אויפן פלאץ די תוצאות, וואלט נישט געווען קיין בחירה. ווען דער מענטש האלט שוין ביי ועצר את השמים ולא יהיה מטר איז שוין דאן זייער ביטער. ווען הקב"ה זאגט ראה אנכי נותן לפניכם ברכה וקללה, זאגט ער נישט דאמאלט וואס די ברכה אדער די קללה איז, נאר צום סוף פסוק זאגט ער עס, פארוואס זאגט ער נישט דא וואס די ברכה וקללה איז? נאר די עצם קיום המצות איז די ברכה, און די עצם העברת ה' איז די קללה, עס איז דא עפעס וואס דער מענטש קען באלד זען, אז ווען ער טוט מצות איז ער אין די realm פון ברכה, און אזוי אויך פארקערט.

סא ווען דו רעדסט פון אמונה הכרחיות, איז רוב זאכן געשעט נאר מאליה, דער מענטש אליין איז די גורם, ווייל ער האט בכח אלעס אליין צו טון. און לגבי די עצם עונש איז אונזערע היסטאריע די גרעסטע עדות.

הקב"ה זאגט איך זאג דיר נאר וואס דיין סוף גייט זיין, אבער הבחירה הוא ביד האדם.

דאס אודאי שטעלט נישט אפ די קשיות פון צדיק ורע לו, און די קשיות פון אנוס בשכלו וכו' וכו' אבער אויב פארשטייט מען עס נישט, מאכט דאס אויך נישט אויס די צד פון ועצר השמים, און הברכה והקללה, וואס יעדער מענטש קען דאס זען.
מאנטאג יאנואר 23, 2023 5:18 pm#516120
לשיטתך, איז די שפע וואס איז דא היינט איז בזכות פון בעל שם מיט די גר"א און אלע אמאליגע צדיקים, און די ארעמקייט וואס איז געוועהן יענע צייטן איז צוליב שבתי צבי וכת דיליה פון אפאר הונדרעט יאר פריער, און אויף דעם ואס ס'דא אזויפיל פרייע היינט, גייען די קומענדיגע דורות ליידן, אפילו אויב זיי וועלן אלע ווערן בעלי תשובה...... בקיצור די צדיקים ליידן אויף די רשעים'ס עבירות און די רשעים מאכן א לעבן אויף די צדיקים'ס מצוות......
יעצט איז מיר שוין פארענטפערט צדיק ורע לו רשע וטוב לו.....