Under maintenance
הויפט זייט » "קאווע שטיבל" צייכנט אפ זעקס חדשים

"קאווע שטיבל" צייכנט אפ זעקס חדשים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1526
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:38 pm#36447
"קאווע שטיבל" צייכנט אפ זעקס חדשים
עס ווערט יעצט אפגעצייכנט זעקס חדשים זינט "קאווע שטיבל" איז געעפנט געווארן, פארגאנגענעם ר"ח אדר. 

מיר געבן אפ א שבח והודאה צום אויבערשטן פאר דער זכיה צו זיין מזכי הרבים, און מיר בעטן א תפילה אויף ווייטער, אז מיר זאלן אנגיין ווי ביז היינט צו געבן א פלאטפארמע פאר'ן ציבור מיט יושר און טאלעראנץ, על דרך התורה.

מיר ווילן אין דער געלעגנהייט באדאנקען די איבערגעגעבענע מנהלים און אחראים פאר'ן ארויסהעלפן אין דעם פענאמענאלן סוקסעס, און בעיקר קומט זיך א דאנק פאר די הונדערטער טייערע חברים וועלכע נעמען אנטייל אין די שמועסן, און מיט זייערע כשרונות טוען זיי מהנה זיין. 

ישלם ה' פעלכם, ותהי משכורתכם שלמה מן השמים. 
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:08 pm#36462
וואס גייט דא פאר? א נייע היים בלאט?
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:09 pm#36463
פליז לייג צוריק אז ווען איך דרוק אויפ'ן קאווע שטיבל לאגא זאל עס גיין צום הויפט בלאט!
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:10 pm#36464
משה רוקח האט געשריבן:פליז לייג צוריק אז ווען איך דרוק אויפ'ן קאווע שטיבל לאגא זאל עס גיין צום הויפט בלאט!
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:13 pm#36465
גלייך אונטער די לאגא איז דאך דא די "הויפט זייט" לינק!
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:20 pm#36469
ווי איז מיין לייק קנעפל?

מזל טוב!!!!!!
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:44 pm#36495
די שמועסערס האבן געקויפט נייע היטלעך? זעהט אויס אז זיי האלטן אז מען קען זיך אנטון וועלכע הוט עס שמעקט...
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:45 pm#36497
אויש שמעקי איך קען דיר נישט לייקן :like
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:02 am#36517
פארוואס נאר אין מאחורי הפרגד האבן נישט די צוויי שומרים דארט אויבן קיין שיינע היטן, מיט א גלאז משקה?? זיי פארדינען עס נישט? אדער אפשר דארט איז עס נאך נישט אפן קיין זעקס חדשים?
מען קען דן זיין צי מגייט נאך כלל, צי יעדע פרט פאר זיך איז אזוי שטארק אז........
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:15 am#36519
קאמפיאטער האט געשריבן:פארוואס נאר אין מאחורי הפרגד האבן נישט די צוויי שומרים דארט אויבן קיין שיינע היטן, מיט א גלאז משקה?? זיי פארדינען עס נישט? אדער אפשר דארט איז עס נאך נישט אפן קיין זעקס חדשים?
מען קען דן זיין צי מגייט נאך כלל, צי יעדע פרט פאר זיך איז אזוי שטארק אז........

קען נישט זיין, ווייל צימעס איז אויך נישט קיין האלבע יאר אלט, וועט מען מוזען זאגן אז זיי זענען אנדער עידזש און מ'לאזט זיי נישט אריין.
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:46 am#36540
מזל טוב! זאל דער אויבערשטער שענקען דעם הערליכן שטיבל נאך הונדערטער גאנצע און האלבע יארן.
שווער צו גלייבן אז דאס קליינע האלב-יעריגע בעיבי איז שוין געווארן אזא גרויסער בחור. אבער אז מ'קוקט צו די געוואלדיגע כוחות וועלכע ווערן דא אריינגעלייגט, איז שוין נישט קיין וואונדער.
כה לחי!
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:32 am#36565
שמעקעדיג האט געשריבן:די שמועסערס האבן געקויפט נייע היטלעך? זעהט אויס אז זיי האלטן אז מען קען זיך אנטון וועלכע הוט עס שמעקט...

דא האסטו א לייק :)
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:52 am#36572
מזל טוב מזל טוב!!
ס׳שווער צו גלייבען אז ס׳נאר זעקס חדשים. קאווע שטיבעל זעהט שוין אויס ווי א חלק פון לעבן פאר די לעצטע דרייסיג יאר.....
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:54 am#36575
האט מען טאקע אראפ גענומען די לייק קנעפעל?
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:55 am#36576
לעמיל האט געשריבן:האט מען טאקע אראפ גענומען די לייק קנעפעל?

ניין. אין הכרזות גלובאליס קען מען נישט לייק׳ען
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:56 am#36578
ראשעקאל האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:האט מען טאקע אראפ גענומען די לייק קנעפעל?

ניין. אין הכרזות גלובאליס קען מען נישט לייק׳ען

אה אוקעי גערעכט
שכויעך
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:03 am#36582
א גאנצע חצי שנה פארלאפן? די צייט לויפט דאך שוין באלד שנעלער ווי צייט :lol:

אריינטרעטענדיג אינעם צווייטן חצי וואונטשן מיר אז דאס פלאץ זאל אנהאלטן אויף א ערליכן שטייגער לאורך ימים ושנים טובים.
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:13 am#36591
שוין דורך געלאפן א גאנצע האלבע יאר? קוים אפאר וואכן צוריק האט מען באקומען דעם אימייל "Check out kaveshtiebel.com"
די צייט לויפט!
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:37 am#36606
מזל טוב. זאל זיין די ווילן אז עוד יניבון בשיבה דשנים ורענענים זאל פון דא זיין יפוצו מעינותיך צו מרבה זיין הדעת לתפארת ולשמחת כל בית ישראל.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:06 am#36770
מזל טוב. כן ירבו
זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:47 am#36777
מזל טוב! מזל טוב! זעקס חדשים איז גענוג צו ווייזן אז די סקעפטיקס האבן טועה געווען. יא, מ'קען האבן א פארום ע"ד התורה אן פייניגן און צענזורירן.
וכן יעזור ה' להלאה.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:05 am#36793
ווער האט געגלייבט אז קאווע שטיבל וועט אזוי שנעל וואקסן? יא עס איז א פאקט! גאנצע זעקס חדשים!
אוודאי דארף מען אפגעבן די מייסדים און מנהלים א הערצליכען יישר כח פאר זייער כסדרדיג׳ע איבערמידלכע ארבעט! חזקו ואמצו!
זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:20 am#36810
שמואל הלוי האט געשריבן:א גאנצע חצי שנה פארלאפן? די צייט לויפט דאך שוין באלד שנעלער ווי צייט :lol:

אריינטרעטענדיג אינעם צווייטן חצי וואונטשן מיר אז דאס פלאץ זאל אנהאלטן אויף א ערליכן שטייגער לאורך ימים ושנים טובים.

דאס זעלביגע האב איך געטראכט ווען כ'האב דאס געזען...מזל טוב פאר אלעמען און מ'זאל זיך ווייטער זעהן אויף שמחות....
זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:50 pm#36908
מזל טוב מזל טוב

כן ירבה וכן יוסיף להלאה ביתר שאת וביתר עז
זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:25 pm#36925
מזל טוב!!
א גרויסען יישר כח.