Under maintenance
הויפט זייט » שראבעריי פארמעסט

שראבעריי פארמעסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15364
דינסטאג יוני 21, 2022 6:49 pm#502690
שראבעריי פארמעסט
דער עולם איז אויף (אדער שלאפט) מיט דעם אז קאווע שטיבל שלאפט. די אלטע צייטן ווען דער שטיבל האט געלעבט זענען פאריבער. היינט צוטאגס איז עס א שטיבל פאר אפאר חברה וואס שרייבן דא כסדר און נאך אפאר חברה וואס קומען אריין פון צייט צו צייט. מ'דארף דאס אויפלעבן, שרייט דער עולם. אבער דער עולם איז אובד עצות וואס צו טאן אז דער שטיבל זאל ווען מער ווייברענט.

איך האב אן עצה דערצו. שמעו נא רבותי דיינים מומחים.

קאווע שטיבל זאל פראקלאמירן א שראבעריי פארמעסט. דער פארמעסט וועט פארקומען יעדע שטיק צייט. אפשר איינמאל א חודש אדער איין מאל יעדע צוויי וואכן.

דער פארמעסט וועט צוגיין אזוי:

יעדער זאל שרייבן אן ארטיקל איבער אן אפגעשמיסטער טאפיק. ס'קען זיין עניני דיומא, זכרונות פון אמאל, עתידות, פרשות השבוע, וכו'. יעדער וואס וויל זיך באטייליגען אינעם פארמעסט וועט שרייבן אן ארטיקל. אלע ארטיקלען אויף דעם טאפיק וועט מען נאכדעם שטעלן פאר א וואלן, און יעדער וועט שטימען וועלכע ארטיקל איז דאס בעסטע. דער געווינער וועט זיין דער מלך השרייבער ביז צו די קומענדיגע וואלן.

לאמיר דאס אביסל צולייגן אויף קליין געלט:

וועד הנושאים

דער וועד הנושאים וועט באשליסן דעם טאפיק. ווען ס'איז דא עפעס א ווערטפולע געשעעניש ביי כלל ישראל, וועט דאס זיין דער טאפיק. לדוגמה, מחשבות אויף כינוס נשי כלל ישראל, ברלנד, קאנטרי, וכדומה.

ווען עס איז נישט דא קיין ספעציעלע געשעענישן, קען דער טאפיק זיין אנדערע זאכן. לדוגמה, זכרונות פון חדר, א טאג אין מיין עלטערנ'ס שטוב, ווי אזוי גייט דער וועלט אויסקוקן הונדערט יאר ארום, וועלכער אמאליגער צדיק האט געהאט דאס גרעסטע השפעה אויף דיר, וכדומה.

וועד הבחירות

בחירות האב איך געזאגט? טפוי! חס ושלום! מיר באטייליגען זיך נישט אין קיין בחירות חלילה. שוין, זאל זיין א באורד אוו עילעקשאנס. דער באורד וועט זיין ממונה אנצופירן די וואלן. זיי וועלן דארפן אויפקומען מיט א פלאץ צו שטימען (האט קאווע שטיבל אזא אפציע?), ווער עס איז שטים בארעכטיגט (נאר מעמבערס וואס שרייבן כסדר? יעדער? נאר מעמבערס וואס זענען שוין מעמבערס 30 טעג? נאר מעמבערס וואס שרייבן זיך איין צו וועלן?), און ווי אזוי אריינצוגעבן אן ארטיקל פארן פארמעסט (עפענען אן עקסטערע אפטיילונג אויף קאווע שטיבל פארן שראבעריי פארמעסט? יעדער קען לייגן אן ארטיקל ווי ער וויל, אבער מ'דארף אנצייכענען אז ס'איז אן ארטיקל פארן פארמעסט?).

פארשטייט זיך אז מ'וועט אריינרופן מארק עלייעס צו גנב'נען די וואלן, מייק לינדעל מיט סידני פאול אויפצודעקן די שווינדלערייען און דערקלערן אז דער עכטער געווינער איז דער מלך אפילו מ'זעהט ליידער מיט די פליישיגע אויגן אז דער גנב איז מלך, אפילו מיט האגע שאוועס האב איך שוין גערעדט און ער'ט מנדב זיין די מאשינעריי.

מלך אדער מלכים

דער געווינער וועט באקומען א טיטל, לאמיר זאגן "בעסטער שרייבער". מ'קען אויך מאכן אז ס'זאלן זיין קלענערע געווינער ווי בעסטע ראיונות, בעסטע שפראך, וכדומה.

געווינער וועלן באקומען א טיטל וואס זיי וועלן האלטן ביז צו די קומענדיגע וואלן, ווי אויך באקומען א פערמאנענטע שטערן (גאלד פארן הויפט געווינער, זילבער פאר די אנדערע געווינער?) וואס וועט ווערן צוגעטשעפעט צו זייער נאמען, להראות העמים והשרים אז דער מעמבער איז א שרייבער שאין דגמתו. מיט די צייט וועלן זיך מעמבערס אנזאמלען כוכבים עד אין מספר, וואס זיי וועלן קענען ווייזן פארן שדכן ווען זייערע קינדער וועלן זיין אין מסכת שידוכים, לאמר איך בין נישט עפעס סתם א שמויגער, איך בין א 437'גער קאווע שטיבל שטערן טראגער און איך בין ראוי פאר א מחותן וואס דרייווט א לעקסאס מיט אן ארטסקרול גמרא אויפן דעשבארד.

מיר האבן אסאך טעלענט אויף קאווע שטיבל, אבער עס ווערט נישט אויסגענוצט. מיטן געבן פארן עולם א סיבה צו שרייבן, וועט האפנטלעך דער עולם נוצן זייערע כשרונות ליהנות בו בני אדם.
דינסטאג יוני 21, 2022 6:58 pm#502691
הונדערט פראצענט גערעכט. איין קלייניגקייט, מען שרייבט ׳שרייבעריי פארמעסט׳ און נישט ׳שראבעריי פארמעסט׳. די געדאנק איז מורא׳דיג שיין.
דינסטאג יוני 21, 2022 7:30 pm#502695
יהורם האט געשריבן:הונדערט פראצענט גערעכט. איין קלייניגקייט, מען שרייבט ׳שרייבעריי פארמעסט׳ און נישט ׳שראבעריי פארמעסט׳. די געדאנק איז מורא׳דיג שיין.


לפי כללי הכתיבה ביסטו גערעכט. אבער משום כמה סיבות האב איך עס געטוישט:

1. "שרייבעריי" האט צופיל יודן
2. ס'זאגט זיך נישט גוט. פראביר זאגן שרייבעריי מיט א צירי בתחילתו ובסופו
3. והוא העיקר, אז אן ארטיקל זאל האבן א טעם, מוז עס נישט ווערן געשריבן לפי כללי הכתיבה. פארקערט, עפעס אריגינעל, אן אייגענער חידוש, גיבט צו מער טעם. אויב וויל מען אז דער עולם זאל זיך באטייליגען אינעם פארמעסט, איז רעכט צו לאזן וויסן אז ווי לאנג דער ארטיקל איז ליינבאר, איז עס גוט, אפילו עס שטומט נישט הונדערט פראצענט מיט די כללי הכתיבה.
מיטוואך יוני 22, 2022 1:58 am#502717
יהורם האט געשריבן:הונדערט פראצענט גערעכט. איין קלייניגקייט, מען שרייבט ׳שרייבעריי פארמעסט׳ און נישט ׳שראבעריי פארמעסט׳. די געדאנק איז מורא׳דיג שיין.

יהורם: (גאון). אינדערהעים אין די מארמארוש. אדער אין מארראקעש האט מען יא געשריבן שראבן מיט אן אל"ף. מ'האט גערעדט גראב און פראסט. און מ'האט געשריבן גראב און פראסט. און זיך געווינטשן אויף א גראבן און פראסטן אופן. ווען מ'האט געוואלט אנווינטשן פאר א יונגע קאפל אז זיי זאללן האבן קינדער בקרוב, האט מען געזאגט..."דו זאלסט ווישן דר*ק"...!
מיטוואך יוני 22, 2022 3:53 am#502729
Re: שראבעריי פארמעסט
כ'האלט שטארק דערפון, אבער ס'איז דא איין גרויסע פראבלעם, נישט יעדע שרייבער קען שרייבן אלע סארט מיני ארטיקלען, איינער איז גוט אין נאוועל, א צווייטער אין סייענס זאכן, א דריטער אין תורה'דיגע ענינים, א פערדע אין קאמעדי, א.א.וו.

אבער יא ס'קען זיין אז דאס איז די איינציגסטע וועג, און יעדער וועט האבן א צייט ווען ער וועט קענען אריינקומען קלאר.

כ'האף אז די הנהלה דא וועט טאקע זיין דערביי, כ'וועל עס שטארק "עפרישיעטן". שכוח פון פאראויס!
מיטוואך יוני 22, 2022 7:38 am#502733
berlbalaguleh האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:הונדערט פראצענט גערעכט. איין קלייניגקייט, מען שרייבט ׳שרייבעריי פארמעסט׳ און נישט ׳שראבעריי פארמעסט׳. די געדאנק איז מורא׳דיג שיין.

יהורם: (גאון). אינדערהעים אין די מארמארוש. אדער אין מארראקעש האט מען יא געשריבן שראבן מיט אן אל"ף. מ'האט גערעדט גראב און פראסט. און מ'האט געשריבן גראב און פראסט. און זיך געווינטשן אויף א גראבן און פראסטן אופן. ווען מ'האט געוואלט אנווינטשן פאר א יונגע קאפל אז זיי זאללן האבן קינדער בקרוב, האט מען געזאגט..."דו זאלסט ווישן דר*ק"...!

Oh yeah :lol:
מיטוואך יוני 22, 2022 8:52 am#502734
בעל בעמיו האט געשריבן:2. ס'זאגט זיך נישט גוט. פראביר זאגן שרייבעריי מיט א צירי בתחילתו ובסופו

די ערשטע איז נישט קיין צירי נאר א פתח יי. אזוי ווי ביי, אייז, זיין, צייט, קיין, דיין, מיין, זיין, זייט, ווייט, ווייס, מייל, טייך, רייך, ניין (9), זייל, גלייך, פיינט, צווייג, פייג, און נאך טויזנטע פון די מערסט גענוצטע ווערטער אין אידיש. פון מיר אויס טויש אלעס אויף א, אבער דאס מיינט מאכן א נייע שפראך.
מיטוואך יוני 22, 2022 9:47 am#502737
בעלי, שיס נישט ארויס נאר א איידיע, נאר שטעל אוועק די פאזישאנס ווער ס'זאל טוהן וואס?
מיטוואך יוני 22, 2022 10:55 am#502743
ששון ושמחה האט געשריבן:בעלי, שיס נישט ארויס נאר א איידיע, נאר שטעל אוועק די פאזישאנס ווער ס'זאל טוהן וואס?

שמחה'לע, איך בין נישט דער עוסק בצרכי ציבור באמונה, דער צוויי-אין-צוואנציג-יעריגער עסקן וואס פלאנט צו זיין ראש הקהל ביי די דריי אין זיבעציג, דער וויכטיגמאכער וואס פירט אן דעם חברת תהילים פאר די קינדער שבת צופרי. איך בין דער חכם מכל אדם וואס גייט מיט א קורץ רעקל און האמבורגער הוט, האט א גרויס בייכל און רייכערט א לילקע לשם תאווה וגאווה, וואס לייגט נישט צו קיין פינגער אין קאלט וואסער אבער שיסט עצות, חכמה ותבונה אנשטאט געבן א פיאסטער.

אויב פארלאזטו דיך אויף מיר, וועט דער פראיעקט קיינמאל נישט צושטאנד קומען. ווארים, איך בין דער מקור העצלנות. איך בין היום כאן ומחר אויף מיין יאכט אויפן וואסער ווי איך פארגעס פון די יושבי תבל ושכני ארץ. איך האלט נישט פונעם קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא; מיין קאנסטיטוציע פארלאנגט א שטארקע סעפארעשאן אוו קריינא און פרוונקא.

במקום שאין פיש, שמחה'לע, שאַרץ דיר ארויף די ארבעל, טוה דיך אן דעם בלויען העמד, און נעם דיך צו דער ארבעט. דערקלער דיך ראש מערכות הפארמעסט, אישי דעם הער @מנהל, נעם צאם אפאר חברה וואס די גלייכסט, מאך זיכער אז דע חברה זענען נישט אזאלעכע וואס וועלן מיט די צייט האבן מחשבות זרות דיך צו ווארפן איבערן דראנג און איבער נעמען דיין פאזיציע. פיל אן די פאזיציעס פונעם וועד הנושאים און באורד אוו עילעקשאנס, און בסייעתא דשמיא וועט דער זאך זיך נעמען פארן.

אוודאי וועל איך דיר שטיין צו די רעכטע האנט און לינקע פיס. איך וועל דיך באווארפן מיט עצות און באגיסן מיט קריטיק. ווען אימער די וועסט דיך אנשטויסן אין א דעד ענד, וועל איך דארט זיין פאר דיר מיט עצו עצות. ווען עס וועט זיין מחלוקת, וועל איך קומען צו פליען מארבע כנפות תבל צו גיסן אויל אויפן פייער און זאלץ אויף די וואונדען. איך וועל אייביג זיין גרייט צו זיין דער שלוש אין יעדן מחלוקה, און איך וועל אפילו מפרסם זיין מיין פעי פעל ווי מ'קען שיקן שוחד. אבער דעטס איט. אין כוחי אלא בפעדער. שווערע ארבעט איז נישט פאר מיר.

אלזא, אונזערע ראלעס זענען קלאר: די שמחה'לע וועסט זיין דער סאלדאט אויפן שלאכט פעלד, און איך וועל זיין דער עקספערט וואס רעדט ווי אן אלץ-ווייסער אבער האט קיינמאל נישט צו געלייגט א פינגער אין קאלט וואסער.

מזל טוב פאר דיין נייער פאזיציע, הרב ששון ושמחה — ראש מערכות הפארמעסט. הצלחה וברכה.
מיטוואך יוני 22, 2022 11:00 am#502744
פאר די ווערסט פארשווינדען אפאר יאר נאכאמאל, וויל איך דיר זאגען אז אויפן יאכט קענסטו מיר מיט נעמען. איך וועל זיין אייער רוסישע קאר סערוויס דרייווער, אייער בוטלער. אלעס נאר צו הערן דברי כבושים ודבריו תורה פון אייך.
מיטוואך יוני 22, 2022 7:16 pm#502763
ס׳קוקט אויס ATUB @בעל בעמיו ATUB האט פארלוירן זיין דזשאבּ לעצטענס, מ׳דארף אים מאכן א גאופאנדמי ער זאל קענען ווייטער פארבלייבען דא מיט זיינע דרשות און עצות
מאנטאג יוני 27, 2022 1:04 pm#503094
וואס טיצעך? מיינע פינגערס קיצלען שוין. ברענג מער פרטים, יאללא!
מאנטאג יוני 27, 2022 1:24 pm#503095
עס זעט נישט אויס ווי עס וועט עפעס ווערן דערפון, די מנהל איז ביזי, ער האט אפילו געזיכט לעצטנס א מאחורי פארהערער, און קיינער האט זיך נישט אנגערופן,
קיינער ווערט נישט באצאלט דא, סאו קיינער האלט נישט ביים אריינלייגן קיין פינגער און קאלט וואסער
מאנטאג יוני 27, 2022 1:29 pm#503096
סוי וואס וועט יעצט זיין מיט מיין סאפער אין פריזער? איך האב געוואלט זיין אויסגערעכנט צו האבן צייט.
מאנטאג יוני 27, 2022 1:33 pm#503097
מען מעג שרייבן אזוי אויך שיינע ארטיקלען, עס מוז נישט קומען דוקה מיט א שיינע שטערנדל מעדאל
מאנטאג יוני 27, 2022 1:39 pm#503099
די אמת איז אז אויב שרייבט מען שיין, און מען עפענט שיינע אשכולות, קען מען באקומען א שריפטשטעלער טיטל

איך וואלט נאר מציע געווען אז מען זאל מאכן ראנגען פון שריפטשטעלערס, נישט פשט אז די האסט א שריפטשטעלער טיטל, ביסטו שוין מסודר, קענסט שוין גיין שלאפן, האסט שוין דערגרייכט די ציל, אזוי ווי מען זעט אז עס געשעט צו געוויסע פרישע שריפטשטעלערס

מען וואלט געקענט מאכן ראנגען, ווי למשל א איין שטערנדל שריפטשטעלער, און א צוויי שטערנדל שריפטשטעלער, וכ'
א גאלדענע, זילבענע וכ'

@בעל בעמיו שלאגט עס פאר מיט א פארמעסט מיט וואלן וכדומה, אבער אפילו דאס וועט נישט צושטאנד קומען, וואלט עס נאכאלטס געווען א געראטענע זאך צו מאכן ראנגען,