Under maintenance
הויפט זייט » חילוקים צווישן אידישע און ענגלישע כינוס כלל ישראל לנשים

חילוקים צווישן אידישע און ענגלישע כינוס כלל ישראל לנשים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15369
דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:59 am#502808
חילוקים צווישן אידישע און ענגלישע כינוס כלל ישראל לנשים
אז מ'אבזערווירט די חילוקים צווישן די צוויי כינוסים וואס האבן זיך אפגעשפילט היינט און נעכטן קען מען זען אסאך נקודות ווי אונזער היימישע סאסייעטי איז פארפארן פון פשוט'ע נארמאלקייט, וואס מ'טרעפט נאך ביי די ענגליש רעדענדע ציבור.

איך האב נאר געזען געציילטע בילדער פון די היינט נאכטיגע ענגלישע כינוס, און מסתמא אז מ'וועט הערן מער וועט מען קענען מאכן נאך אבזערוואציעס.

קודם כל איז די צוגאנג צו פרויען. ווער איז דאס א פרוי, וואס זאגט זי, וואס מיינט זי פאר מיר?

ביי די אידישע כינוס איז די גאנצע צוגאנג געווען ווי כאילו מ'מאכט א כינוס פאר 5 יעריגע קינדער. פארשטייט זיך אז ביי א חומש סעודה פלאנען עס נישט די קינדער, נאר מ'דארף עס פלאנעווען פאר זיי. די זעלבע די פרויען. זיי קענען גארנישט פלאנען און זיי קענען גארנישט טון. זיי קענען גארנישט זאגן, טראכטן, הייסן, און פלאנען. אלעס דארפן מענער טון פאר זיי. זייער ווארט איז נישט קיין ווארט, זייער דעה איז גארנישט ווערד.

נאר מענער האבן געמעגט רעדן צו די פרויען, ווייל וואס איז א פרוי ווערד אז זי זאל קענען און מעגן רעדן פאר 20,000 פרויען? דאס איז שטרענג רעזערווירט פאר מענער. ביי די ענגלישע האבן יא פרויען גערעדט, און פרויען האבן בכלליות געהאט א שטערקערע ראלע אינעם פראגראם.

די קאמפיין פאר די כינוס ביי די אידיש שפראכיגע האט גערעדט א מענערישע שפראך און האט זיך בכלל נישט גערעכנט מיט פרויען און א פרויערישע מעסעדזש. אין ענגליש איז עס אינגאנצן געווען געגעירט פאר פרויען, זייער שפראך, זייערע נושאים, פרויערישע גרעפיקס, וכו'.

די ענטערטעינמענט ביי די אידיש שפראכיגע האט זיך בכלל נישט גערעכנט מיט די פרויען. אלעס געווען פון מענער און דורך מענער. ביי די ענגלישע איז געווען פרויען שפילערס און רעדנערס וכו'.

דוכט זיך מיר אז ביי די אידישע האבן די פרויען געמוזט זיצן אינגאנצן איינגעמאכט. גארנישט געטארט זאגן אדער רעאגירן. זיי האבן נישט געקלאטשט ביי די דרשות וכו'. ביי די ענגלישע איז געווען אנדערש.

ביי די אידיש שפראכיגע איז ניטאמאל געווען א מעמד קבלת מלכות שמים, ווייל די פרויען דארפן זיצן כדומם כל פנים השדה און טארן זיך נישט עקספרעסן. ביי די ענגלישע איז יא געווען.
דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:30 pm#502829
די גאנצע שפראך איז געווען מער ערוואקסן די צווייטע נאכט.
מען האט גערעדט דורך אדאלטס צו אדאלטס. גמרות, פערזענליכע מעשיות, א רעאליסטישער מעסעדזש.

די ערשטע נאכט האט מען געברענגט וואקסמאן צו רעדן איבער די אידישע מאמע. יעדעם מאכן עמאשענאל,
און נאכדעם מאכן פילן גילטי. ווי שלעכט מען איז אויב מען האט טמא'נע אינטערנעט.
סתם מאניפיולעשן און בכלל נישט א לימוד וואס העלפט פראקטיש.
סתם קאפ אין וואנט, גענצליך נישט relatable.
דאנערשטאג יוני 23, 2022 5:26 pm#502848
מיין ווייב איז געווען נעכטן און זייער הנאה געהאט, מיין שוועגערין איז געווען ביי די אידישע און זייער נישט הנאה געהאט.
דאנערשטאג יוני 23, 2022 5:56 pm#502852
צו אידיש רעדנדע באגייט מען זיך קינדעריש, טאקע צוליב די אינטערנעט, די מענער דרייען זיך אין אזעלכע פלעצער ווי אייוועלט פארברענגן, איז ערווארטעט אז די ווייבער ווערן מושפע צו קינדערישקייט...
דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:13 pm#502865
Re: חילוקים צווישן אידישע און ענגלישע כינוס כלל ישראל לנשים
איך מיין אז עס איז שוין העכסט צייט צייט צו עפענען א ענגלישע ״קאווע שטיבל״ און לאזן אלע קינדערישע גערעדעכטס אין די אידישע…
פרייטאג יוני 24, 2022 9:30 am#502894
בעסער מיינט נישט גיט, די ליטווישע איז אפשר טאקע געווען ״מער נארמאל״ אבער נאך אלץ ווייט פון נארמאל, וד״ל
פרייטאג יוני 24, 2022 10:24 am#502898
מיין בעה"ב האט אויסגעהערט ביידע, און געזאגט די צווייטע נאכט אז עס איז אסאך בעסער.
פרייטאג יוני 24, 2022 10:50 am#502902
היסטאריע האט געשריבן:מיין בעה"ב

:lol:
זונטאג יוני 26, 2022 1:47 am#502980
להשלמת הענין איז אינטערסאנט צו אראפצוברענגען א שטיקל כלי יקר די וואך פרשת שלח. וואס שטימט זייער אריין אין די שמועס.

ד"א לכך פרט ”אנשים”, לפי שארז"ל (ילקו"ש פנחס תשעג כז): האנשים היו שונאים את הארץ ואמרו נתנה ראש ונשובה מצרימה (במדבר יד, ד), והנשים היו מחבבות הארץ, ואמרו: תנה לנו אחזה (במדבר כז, ד), וע"כ אמר הקב"ה: לפי דעתי שאני רואה בעתיד, היה יותר טוב לשלוח נשים המחבבות את הארץ, כי לא יספרו בגנותה, אבל לך לדעתך שאתה סבור שכשרים המה ואתה סבור שהארץ חביבה עליהם, תשלח אנשים. וזהו, שלח לך- לדעתך- אנשים, אבל לדעתי היה יותר טוב לשלוח נשים, כאמור.