פרייטאג יוני 24, 2022 12:03 pm#502905
וויענער רב'ס שפיל מיט פייער
ס'איז פאר יעדן באקאנט אז הגה"צ רבי אשר אנשיל כ"ץ שליט"א רב דקהל עדת יראים וויען איז א רב וואס איז א שטאפל העכער ווי רוב רובם אדמו"רים ורבנים. און די סיבה פאנגט זיך אן ביים יסוד אז ער איז נישט קיין רב וואס איז ארויפגעצווינגען געווארן אויף דעם כלל צוליב דעם וואס ער איז געווען א זון אדער אייניקל פון א רבי, נאר ער איז אויסגעקליבן צוליב זיינע גרויסע מעלות אלץ א תלמיד חכם, ירא שמים, דרשן מופלג, און אן איידעלער איד וואס איז נוח לשמים ולבריות.
דער וויענער רב איז טאקע א רב וואס יעדער פילט באקוועם מיט אים און ווייסט אז ער האט א הארץ פון גאלד, און ער האלט זיך באמת פאר אן עבד פאר כלל ישראל, און געט אוועק שעות פון זיין טאג צו העלפן יעדן איד וואס ווענדט זיך צו אים.
לדאבונינו איז אבער דער וויענער רב פארכאפט אין קיצוניות, און כאטש ער האט א שכל הישר, האט ער אבער נישט קיין שכל הרחב, און ווען עס קומט צו די נושא פון אינטערנעט זאגט ער זאכן וואס וואלטן געפאסט נאר פאר די ארויפגעצווינגע מנהיגים רשעי ישראל.
אין אט די נושא פירט זיך וויענער רב צו נוצן א טאקטיק צו נוצן איין מענטש קעגן אן אנדערן מענטש, און העצן משפחה מיטגלידער קעגן אנדערע משפחה מיטגלידער, און ארבייטערס קעגן ארבייטסגעבער, און מיט אזא סארט משפחה טעראר האפט ער צו צווינגן אידן נאכצופאלגן די וועג וואס ער האלט אז אזוי דארף זיך א איד פירן.
ביי די כינוס כלל ישראל לנשים האט מען נאכגעזאגט בשם דעם קאלובער רבי'ן אז רוב גיטין היינטיגע צייטן קומען פון טעכנאלאגיע. אבער וואס דער קאלובער רבי האט נישט דערציילט איז אז נישט די עצם טעכנאלאגיע איז די גורם פאר רוב גיטין, נאר די ווילדע מלחמה און העצע פון מאן קעגן ווייב און ווייב קעגן מאן, איז וואס ברענגט די גרעסטע חורבנות אין אידישע שטיבער.
יא, אוודאי ברענגט דער אינטערנעט אליין חורבנות. קודם כל איז אמת אז דער אינטערנעט איז א טשעלענדזש, פונקט ווי יעדע טעכנאלאגיע, און יא ס'ברענגט שוועריגקייטן און חורבנות. יעדע טעכנאלאגיע האט בשעתו געברענגט חורבנות. נישט קיין ספק אז משפחות זענען חרוב געווארן צוליב דעם באַן, און צוליב קארס, און צוליב דעם טעלעפאן, און צוליב ווידיא, און צוליב ביכער, און צוליב היימישע צייטונגען, וכו' וכו'.
ס'איז אויך נישט קיין ספק אז דער אינטערנעט האט יוניק טשעלענדזשעס פון גרינג קענען צוקומען צו שמוץ און אדיקשאן צו שמוץ, וואס יעדע נארמאלע סאסייעטי דארף זיך ספראווען דערמיט.
און אויך איז קלאר אז ווען דו ציסט אויף א דור וואס קען זיך נאר האלטן אויף איגנאראנץ און אמעראצעס, און די מינדעסטע אינפארמאציע קען צושאקלען אלע יסודות, גייט דער אינטערנעט צעשאקלען די יסודות פון אסאך מענטשן.
און מיט דעם אלעם איז ברור כשמש אז די מערסטע אנגעצויגנקייט און מחלוקת אין אידישע שטיבער צוליב דעם אינטערנעט איז צוליב דעם וואס מאן און ווייב זענען נישט אויף די זעלבע פעידזש, און מ'האקט און מ'העצט איינער קעגן צווייטן אויף א שרעקליכן אופן. און די זעלבע חורבנות אין חינוך הבנים, וואס מ'מאכט קארטונס צו שפעטן פון טאטעס און מאמעס און מ'טיילט דאס פאר קינדער, און דאס ווערט געמאכט דורך די ארגאניזאציע השומרים מיט די שטיצע פון כמעט אלע היימישע רבנים, און איז אינדארסירט געווארן ברבים ביים כינוס כלל ישראל לנשים דורך נחמי' גאטליב.
איז ווען מ'רעדט פון חורבנות אין אידישע שטיבער, ווי מאן און ווייב האבן זיך פיינט, ווי קינדער זענען מזלזל אין זייערע עלטערן וואס תוצאותיה מי ישורנה, זענען די גרעסטע גורמים אין דעם טאקע די העצערס קעגן אידישע קינדער וואס באנוצן זיך מיט אינטערנעט.
דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט מעורר זיין! דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט טרעפן עצות און תחבולות וויאזוי צו מינימיזירן די ריזיקע פון אינטערנעט! אוודאי דארף מען טון אויף כל מיני פראנטן. אבער ווען מ'נוצט מענטשן קעגן מענטשן, און דער מהלך איז צו העצן איין איד קעגן דעם אנדערן, קומטס נישט וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז דו קעירסט פאר גאנצע אידישע שטיבער און אז א מאמע איז ביזי מיט'ן ספארטפאון און שמייכלט נישט גענוג צו אירע קינדער.
דער וויענער רב האט גענומען דעם שרעקליכן און שעדליכן מהלך אלץ דער "סענטער פּיעס" פון זיין מערכה קעגן דעם אינטערנעט. אין זיינע דרשות העצט ער כסדר אז ווייבער זאלן לייגן עמאציאנעלע טעראר אויף זייערע מענער אז זיי מוזן פאלגן וויענער רב'ס סטאנדארטן. ער העצט עלטערן אז זיי זאלן לייגן דרוק אויף זייערע פארהייראטע קינדער, און ביים כינוס כלל ישראל האט ער פארלאנגט אז מיידלעך אין אפיסעס זאלן ארויסגיין אין א מערכה קעגן זייערע ארבייטס געבער.
יא, אזוי ווי איר הערט. ער האט האט מעורר געווען מיידלעך אז ווען זיי ארבייטן אין א אפיס זאלן זיי זיכער מאכן אז דער אינטערנעט איז אויסגעהאלטן לדעתו. דאס איז אוודאי זיין פלאץ מעורר צו זיין, און מיידלעך און ווייבלעך דארפן טאקע נזהר זיין. און כ'וואלט אויך פארשטאנען אז ער זאל זאגן אז אויב דער אינטערנעט איז נישט אויסגעהאלטן זאל מען זאגן פאר'ן באלעבאס אז מ'קען נאר ממשיך זיין צו ארבייטן אין דעם פלאץ אויב מ'מאכט עס בעסער. קיינער איז נישט מחוייב צו ארבייטן אויף א פלאץ וואס קומט נישט נאך זיינע אדער אירע סטאנדארטן, און אויב זי וויל אינטערנעט מיט א געוויסן פילטער, מעג זי עס אוועקשטעלן אלץ א תנאי אין ארבייטן אויף דעם פלאץ.
אבער כדרכו איז וויענער רב געגאנגען ווייטער, און צוגעגאסן אויל צו זיין שפיל מיט פייער. ער האט געזאגט אז א פרוי וואס ארבייט אויף א פלאץ וואו דער אינטערנעט איז נישט אינגאנצן כהוגן לדעתה, זאל אויסגעפינען ווער דער מורה דרך פון איר באלעבאס איז, און אים גיין פאר'מסר'ן צו אים (!!), און אויב דאס העלפט נישט זאל זי ארויסגיין פון דעם פלאץ.
אין אנדערע ווערטער, אויב וויענער רב וואלט געקעירט פאר דעם ווייבל, וואלט ער דאך איר גע'עצה'ט צו סטראשען אז זי וועט פארלאזן דעם פלאץ אויב דער באלעבאס שטעלט זיך נישט צו. אבער וויענער רב האט שוין לאנג פארגעסן פון דעם ווייבל, ער וויל דא צופיקסן דעם באלעבאס, און כדרכו צו נוצן איין מענטש קעגן דעם אנדערן, האט ער דא א ווייבל וואס ער קען איר נוצן אלס א פערפעקטע שטעקן קעגן איר באלעבאס!! גיי רעד צו זיין רב, צו זיין דיין, מאך א שטינק און א סקאנדאל קעגן דיין באלעבאס!
יא, העץ מענער קעגן זייערע ווייבער, העץ ווייבער קעגן זייערע מענער, העץ קינדער קעגן זייערע עלטערן, העץ עלטערן קעגן זייערע ערוואקסענע קינדער, העץ ארבייטער קעגן זייערע ארבייטסגעבער, און נאכדעם שריי און וויין אז עס קומען פאָר חורבנות, אז שטיבער צעפאלן, אז דער עולם איז פארביטערט, און אז די חורבנות פונעם אינטערנעט זענען שרעקליך.
וויענער רב איז א ביישפיל פון שנאה מקלקלת את השורה. אן איידעלער ערליכער רב, וואס צוליב זיין פארמאכטקייט און שמאלע קאמף קעגן אן אמת'ע פראבלעם איז ער אריינגעקראכן אין גאר שעדליכע טעריטאריע, צו צערייסן משפחות און צערייסן נארמאלע קשרים אין די געזעלשאפט. ער שפילט מיט פייער, און גיסט כסדר צו נאך אויל צום פייער.
זאל השי"ת אים חונן דעת זיין, און אונז אלע חונן דעת זיין, צו פירן אן אמת'ע אויסגעהאלטענע לעבן לויט די טשעלענדזשעס און נסיונות פונעם דור.