זונטאג יוני 26, 2022 8:04 pm#503039
בית דין משפט התורה מהו, ודין "היימישע בית דין"
אין קרית יואל איז דא א פריוואטע פרשה פון א גט, ווי א אינגערמאן איז גרייט צו גיין אין בי"ד און ווי די הלכה איז אז דער נתבע קלויבט די בי"ד, וויל ער גיין צו בי"ד "משפט התורה". די ווייב'ס זייט האלט אבער אז די בי"ד איז נישט קיין גוטע בי"ד, און שרייט אז ער איז א מסרב לדין ווייל ער וויל נישט גיין אין א "היימישע בי"ד".
ס'פעלט נישט אויס דא צו שרייבן פריוואטע נעמען, אבער פאר מיר איז אינטערסאנט צו שמועסן צוויי זאכן
א) וואס איז די בי"ד משפט התורה? אויף זייער צעטל זעה איך אונטערגעשריבן די דיינים הרב יהושע זיידענפעלד, הרב אפרים צבי שמילאוויטש און הרב דניאל פראמעל. (שמילאוויטש קוקט מיר אויס צו זיין קרעמניצער רב, א גאר קנאישע סאטמארע איד)
ב) די צד פון די ווייב האט נישט נאר מצליח געוועהן צו באקומען א "כתב סירוב" אויף דעם מאן פון בי"ד "עזר משפט" פון הרב פינחס אליהו רבינוביץ, נאר די מוסדות אין קרית יואל (כ'מיין די זאלוינים) האבן ארויסגעגעבן א אפיציעלע צעטעל קעגן דעם מאן ווי זיי אטאקירן אים אז ער "האט גערופן ... צו א בי"ד וואס איז נישט פון די היימישע בתי דינים און איז נישט אנערקענט ביים היימישען ציבור, טראץ וואס איר האט באקומען די הוראה פון כ"ק אדמו"ר שליט"א (לכאורה מיינט דאס הגאון ר' זלמן לייב) אז איר דארפט רופן צו א היימישע בי"ד, און אזוי אויך האט איר דאס מקבל געוועהן ביים אונטערשרייבן די תקנת המוסדות." וויל איך פארשטיין דא זייט ווען איז באשאפן געווארן אזא הלכה פון "היימישע בית דין" אז אויב מ'וויל גיין צו א נישט-היימישע איז מען שוין א מסרב לדין??