מאנטאג יוני 27, 2022 7:15 pm#503125
וואס איז דיין אינטערנעט פילטער סטאנדארט?
אלץ אן אפצווייג פון דעם שמועס איז אינטערעסאנט אויסצושמועסן וואס יעדער האלט בשיטה איז א ריכטיגער פילטער, און וואס יעדער טוט למעשה.
לדעתי איז דער אינטערנעט א געבענטשטע טעכנאלאגיע וואס ברענגט אבער אויך נסיונות אין אידישקייט און אין מענטשליכקייט. לדעתי איז א גרויסער פראבלעם פונעם אינטערנעט דער גרינגער צוטריט צו שמוץ, וואס אין א רגע כמימרא, קען מען אנקומען צו גרויליגע חזיר'יי. דער צווייטער פראבלעם, און אפשר דער ערגסטער פראבלעם, איז סאשעל מידיע, ווי פעיסבוק, וואטסעפפ, טוויטער, וכו' יו-טוב אין א וועג אויך, וואס פאר'הרג'עט די טייערע צייט וואס א מענטש האט אויף דעם עולם. דער דריטער פראבלעם איז די ריבוי הדעות און צוטריט צו אינפארמאציע.
כ'וועל אנפאנגען מיט'ן דריטן פראבלעם. אונזערע רבנים זעען דער גרעסטער פראבלעם אלץ די צוטריט צו אינפארמאציע. זיי פארשטייען אז כדי מ'זאל גלייבן וואס זיי פארקויפן פונעם ציבור, דער גאנצער אויסשטעל און היערארכיע פון אונזער געזעלשאפט, דער מהלך אין הלכה ומנהג, אונזער קולטור וכו', מוז מען זיין אפגעהאקט פון אינפארמאציע. איך זע נישט אז דאס זאל זיין א פראבלעם פאר מיר. איך וויל נישט דינען א גאט וואס מ'פארלירט די רגע וואס מ'עפענט די אויגן. פארקערט, אברהם אבינו הכיר את בוראו טאקע דורך ארויסקוקן פון די ד' אמות פון וויאזוי ער איז אויפגעצויגן געווארן. מיין אידישקייט און מיין גאט האט נישט מורא פון אינפארמאציע.
דער צווייטער פראבלעם הנקרא סאשעל מידיע איז לדעתי א געפערליכער פראבלעם, סיי מחמת האדיקות בה, און סיי מחמת די נארישקייטן מיט וואס מ'זעט זיך אן און מ'פארברענגט די צייט אויף שטותים והבלים. ועוד יותר מ'ווערט אן עבד נרצע פאר די בעלי בתים פון די וועבסייטס און עפפס וועלכע זיצן טאג און נאכט און פלאנען תחבולות שונות ומשונות וויאוזי אונז צו האלטן פארשקלאפט צו זייער סייט און אונז צו פיטערן די אדווערטייזמענטס און מודעות וואס אנדערע באצאלן כדי אונז צו מאניפולירן. בקיצור, ס'איז א געפערליכער פראבלעם.
דער ערשטער פראבלעם איז לדעתי אן ערנסטער פראבלעם. א מענטש טאר נישט האבן גרינגער צוטריט צו שמוץ. ער זינדיגט דערמיט בעיני האלוקים והאדם, און עס רייסט אונטער זיין משפחה לעבן. די תורה לאזט נישט און א מענטש טאר עס נישט טון פאר זיך אדער פאר בני ביתו.
די עצה פאר'ן ערשטן פראבלעם איז לדעתי אז מ'זאל האבן א פילטער וואס בלאקירט אלע שמוציגע סייטס. כ'פסק'ן דאס נישט הלכה למעשה, ווייל לדעתי דארף א מענטש זיך נישט אינגאנצן פורש זיין פון יעדן מעגליכקייט פון חטא, אבער א מענטש דארף יא נעמען שריט אז בטעות, אדער אז אין א ספאנטאנע שוואכע מינוט זאל ער נישט נכשל ווערן. דערפאר, לדעתי איז גענוג אז ס'זאל נישט זיין גרינג אנצוקומען צו בלאקירטע וועבסייטס, און א מענטש איז נישט מחוייב צו מאכן אוממעגליך אזא זאך.
וועגן דעם פראבלעם פון סאשעל מידיא דארף א מענטש האבן גבולים וויפיל צייט ער קען פארברענגען אויף די סייטס אין איין טאג, און בלאקירן די סייטס דורכאויס צייטן ווען ער ארבייט, לערנט, איז מיט די ווייב און קינדער, וכו'. דאס הייסט סיי ער זאל האבן א סקעדזשועל דורכ'ן טאג ווען די סייטס זענען בלאקירט, און סיי ער זאל האבן א טיים לימיט וויפיל צייט ער קען פארברענגען אויף די סייטס, און די רגע וואס ער אריבער דעם לימיט, לאמיר זאגן א האלבע שעה, זאלן זיי ווערן בלאקירט.
וואס טו איך הלכה למעשה? איך בין גענצליך בלאקירט פון שמוציגע סייטס, און לגבי סאשעל מידיא בין איך אויך בלאקירט רוב שעות פונעם טאג. א טיים לימיט האב איך נאך נישט איינגעפירט. חוץ מזה איז דלתי האינטערנעט פתוחים לרווחה, און כ'בין ב"ה נהנה פון דעם גרויסן חסד ה' פון האבן צוטרירט צו אזויפיל אינפארמאציע איבער יעדער נושא איבער דער וועלט און אין אידישקייט.