Under maintenance
הויפט זייט » ווי אזוי גייט איר זיך באציען צו מיר?

ווי אזוי גייט איר זיך באציען צו מיר?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1538
זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:28 am#36813
ווי אזוי גייט איר זיך באציען צו מיר?
דאס מאל האב איך א געזעלשאפטליכע שאלה. און מיין שאלה איז נישט געוואנדען צו "אויפגעקלערטע" למיניהם. איך דירעקטיר מיין פראגע צו די קהילה פירער, צו די רבנים.

די מעשה איז אזוי. איך בין אויפגעוואקסן ווי א חסידישער איד, איך בין זייער צופרידן פון מיין לעבן. מיינע קינדער און אייניקלעך געבן מיר ב"ה פיל נחת. אבער די לעצטע צעהן יאר (בערך) באהאלט איך אין מיר א גרויסע סוד. קוים וואס איך האב עס דערציילט פאר מיין ווייב ביז עטליכע יאר צוריק. 

די זאך איז אז איך בין געקומען צו א מסקנא אז די אלע חסידישע מעשיות פון צדיקים זענען ב-ע-ל-א-נ-י! עס שטייט נישט אין די י"ג עקרים אז מ'מוז גלייבן אין חסידות, און איך גלייב טאקע מער נישט אין חסידות. דער בעל שם טוב איז ביי מיר בכלל נישט קיין ארטיקעל. אויב די מימרות וואס מ'זאגט נאך פון אים זענען אמת (איך האלט אז נישט) איז ער געוועהן אדער א שקרן אדער משוגע. 

אלנספאלס, דערווייל האב איך דאס קיינמאל נישט איבערגעזאגט פאר קיינעם. מיינע אייניקלעך דערציילן אונז איבער מעשיות פון צדיקים און איך הער אויס און שאקעל צו מיט'ן קאפ, און אמאל זאג איך אפילו "פשיהאאא!!"

איך האב שוין נישט קיין געדולד צו באהאלטען וואס איך האלט. עטץ וועטס אלע מודה זיין אז עס איז נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אין חסידישע מעשיות, אדער אז דער בעש"ט האט געהאט רוח הקודש. עס איז נישט פון די י"ג עקרים. יעצט וואס גייט געשעהן אז איך זאג פאר מיינע קינדער און אייניקלעך אז די מעשיות זענען נישט אמת. גייען ענק זאגן פאר זיי אז זיי זאלן מער נישט קומען מיר באזוכן? גייען ענק ארויסווארפן מיין בחור'ל פון ישיבה? גייען ענק מיך ארויסווארפען פון ביהמ"ד?

מוז איך דאס טאקע ווייטער האלטען פאר א סוד? אויב יא, פארוואס?
זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:31 am#36814
למשל וועלכע מעשה אויב איז דאס אמת איז ער געווען משוגע?
דרך אגב די פרעגסט דיין שאלה צי רבנים, וואס פאלט דיר ביי אז זיי ליינען קאווע שטיבל?
זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:09 am#36818
אין אונזער געזעלשאפט וואו תורת הבעש"ט איז איינס מיט תורת משה, זענט איר אן אפיקורס אז איר גלייבט נישט אין בעש"ט!
זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:21 am#36833
So you basically asking us how we would think of you. U really want our opinion in this matter?
Or is this just for a little att?

I mean come on don't be stupid. Let me ask you do you believe that Washington has freed the US from the british? if so why? Who said he even existed?

Do you believe in any other think that isn't in the 13 ani mamins? Or everything is lies?

History is not always running on prove it runs on biography of people.

So if u want my opinion. I would u that ur just stupid and need a little attention.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:44 am#36841
איינער וואס גלייבט אז וואשינגטאן האט באפרייט אמעריקא פון די בריטישע מוז אטאמאטיש גלייבן אז דער בעש"ט איז געפלויגן מיט קפיצת הדרך און אז אחיה השילוני איז געוועהן זיין רבי?!
לאמיר זיך נישט טענה'ן דא פארוואס איך גלייב עס יא אדער נישט, איך פרעג א פשוט'ע שאלה. למעשה גלייב איך נישט אין חסידות, (ווילסט זאגן וועגן איך דארף אטענטשאן - פיין, יעדער האט זיינע שוואכקייטן), איך וויל וויסן וואס גייט געשעהן אויב איך דערקלער עס אפען.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:46 am#36842
יא, וואס חאצקל זאגט איז אמת, און אויב ווייסטו וואס איז גוט פאר דיר האלט עס פאר א סוד, ווייל ס'נישט קיין גרויסע חילוק לייקענען די תורה אדער לייקענען חסידות
זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:48 am#36844
לאדיך אפ האט געשריבן:יא, וואס חאצקל זאגט איז אמת, און אויב ווייסטו וואס איז גוט פאר דיר האלט עס פאר א סוד, ווייל ס'נישט קיין גרויסע חילוק לייקענען די תורה אדער לייקענען חסידות

אויף וועלכע סמך? ווי אזוי גייט עס מיר א "עסקן" מסביר זיין?!
זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:50 am#36845
פארוואס פאלט דיר איין אז אן עסקן דארף דיך עס מסביר זיין? מ'זאגט אז דו ביזט געפערליך אויפגעקלערט, אנגעליינט, לאכסט אפ פון אלעס וואס איז הייליג ביי אונז, ביזט א לץ, א קאלטער יונג, א קל שבקלים.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:51 am#36846
דער רבי זכרונו לברכה האט אויך אזוי געהאלטען אז אלע מעשיות זענען נישט אמת
ער האט אבער געזאגט אז מדארף גלייבען אז סקען זיין אמת אויף די צדיקים
זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:56 am#36847
שיטה טייערער: איך וועל דיר ענטפערן מיט א קורצע מעשה'לע, און דערפון וועסטו שוין אלעס פארשטיין.

א איד איז אמאל געקומען צום מיטעלער ליובאוויטשער רבי און האט זיך אויפגעטאן פאר אים אז ער איז אן אפיקורס - ער גלויבט אין גארנישט. פרעגט אים דער רבי "ש"ס קענסטו שוין?"
"עה, איך גלויב דאך נישט דערין" ענטפערט דער איד.
"כאטש תנ"ך, האסטו שוין כאטש דורכגעטאן?"
"אויך נישט, איך גלויב דאך קוים אין גאט."
"דעמאלס" ענטפערט דער רבי, "ביסטו נישט קיין אפיקורס, ביסט דאך א פשוט'ער עם-הארץ. דו ווייסט נישט וואס אידישקייט מיינט און דו לייקנסט עס שוין. מילא ווען דו ביסט א תלמוד-חכם און דו לייקנסט עס, מילא, אבער דו ווייסט דאך אפילו נישט. דאן ביסטו א בלויזע עם-הארץ."

לענינו:
ווי עס שיינט מיר ביסטו אויפגעוואקסן אינעם סאטמארן היימישן לאגער(אדער ענדליך דערצו). האסט זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט צו וויסן וואס חסידות הייסט, וואס איז די לעהערע און וואס האבן די חסידי'שע רבי'ס בכלל געוואלט. דו קענסט ניטאמאל זיין קיין לייקענער אין חסידות.

מילא איבער חסידי'שע מעשיות, כבר צווחו על זה חסידי קמאה אז רוב רובם פון די מעשיות זענען אויפגעטראכטע (אויסער אויפן בעל-שם-טוב וואס חסידים האבן געזאגט אז אפילו אויב איז עס נישט געווען אמת, וואלט עס געקענט זיין אמת, אבער דאס איז א נושא פאר זיך, און לאמיר נישט פארקריכן פונעם ארגינעלן נושא.), אבער די מעשיות זענען נישט די עיקר, דער עיקר איז די לעהערע, וואס חסידות פארקויפט און וואס זי וויל אויפטון, און דאס איז זייער א טיפע נושא. הערשט נאך וואס דו וועסט זיך אריינלייגן דערין, וועסטו קענען לייקענען אדער מודה זיין.

איימסארי.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:22 am#36862
שיטה, איז דאס א rhetorical question? ס׳שיינט אז די ווייסט דעם ענטפער אויף דיין שאלה. ווי האט איינער אמאל געזאגט: ״מילא איך ווייס די גלייבסט נישט און באשעפער, אבער און רבי׳ן זי״ע גלייבסטו שוין אויך נישט??? וויי געוואלד, ביזטעך שוין אינגאנצן א פארדארבענער!״
זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:26 am#36864
אה, איך פארשטיי שוין. דער עיקר ווילסטו א תירוץ אויפ׳ן ״פארוואס?״ נו, דאס האט שוין sociology פארענטפערט פון לאנג. ודו״ק כי קצרתי.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:38 am#36869
לפענ"ד, א מענטש וואס גלייבט נישט וואס זיינע עלטערן און אור עלטערן און רבי'ס פאר אסאך דורות האבן אונז פארציילט, זאכן וואס זיי האבן אליינס מיטגעהאלטן, און איז איבערגעגאנגען מדור לדור איש מפי איש, אשר שמענו ונדעם ואבותינו ספרו לנו, איז שוין אין גאר א נידריגן מצב.
ווי אזוי מענטשן, היינטיגע קליינע קלאץ-קעפ, קענען זיך האלטן קלוגער און פארשטענדליכער פון די פריערדיגע דורות וועלכע האבן אויפגעשטעלט דורות פון אידישקייט און מ'האט איינגעזעהן זייער קלוגשאפט און שטארקייט, איז אינגאנצן בעיאנד מי.

איך זאג נישט מ'דארף גלייבן אלעס, און ווי קרעקער האט שוין געשריבן (בערך) אז סאטמאר רבי האט אויך נישט געגלייבט אין יעדע מעשה'לע, אבער לכה"פ געהאלטן אז עס קען זיין אמת, און אז די צדיקים הקודמים האבן געהאט איבערנאטורליכע כוחות פון הימל. אבער געוואלד, דו גלייבסט דאך דאס אויך נישט.

וואס איז נעקסט סטעפ? מארגן וועסטו מער נישט גלייבן אז משה רבינו איז ארויף געגאנגען אין הימל לעבעדיגערהייט?

איך וויל נישט אריינגיין אין א שמועס, איך וויל נישט ווערן אפגעקילט, אבער דו דארפסט אריינטראכטן ביז ווען האסטו יא געגלייבט דערין, און וואס האט דיר געמאכט אויפהערן גלייבן? דארט ערגעץ ליגט דער הונט באגראבן. זיי נישט קיין אויבער-חכם און האלט זיך נישט קלוגער פון דיינע עלטערן און זיידעס. ס'וועט דיר קיין שום גוטס נישט ברענגען.

און טאמער וועסטו דאס זאגן ברבים, איז בלי שום ספק אז דו וועסט ווערן ארויסגעשפיגן פון איבעראל. איז ביטע האלט עס באגראבן טיף אין הארצן, און הייב אן לערנען ספרים בענין "אמונת צדיקים".

איימסארי אויב כ'בין צו שארף, אבער ההכרח לא יגונה.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:44 am#36871
איך גיי מיר באציען צו דיר אקוראט די זעלבע ווי ביז יעצט.
איך גיי מיר נישט רוקן אויף די אנדערע זייט גאס ווען שיטה מקובצת גייט מיר אקעגן קומען.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:48 am#36872
מורינו הרב האט געשריבן:שיטה טייערער: איך וועל דיר ענטפערן מיט א קורצע מעשה'לע, און דערפון וועסטו שוין אלעס פארשטיין.

א איד איז אמאל געקומען צום מיטעלער ליובאוויטשער רבי און האט זיך אויפגעטאן פאר אים אז ער איז אן אפיקורס - ער גלויבט אין גארנישט. פרעגט אים דער רבי "ש"ס קענסטו שוין?"
"עה, איך גלויב דאך נישט דערין" ענטפערט דער איד.
"כאטש תנ"ך, האסטו שוין כאטש דורכגעטאן?"
"אויך נישט, איך גלויב דאך קוים אין גאט."
"דעמאלס" ענטפערט דער רבי, "ביסטו נישט קיין אפיקורס, ביסט דאך א פשוט'ער עם-הארץ. דו ווייסט נישט וואס אידישקייט מיינט און דו לייקנסט עס שוין. מילא ווען דו ביסט א תלמוד-חכם און דו לייקנסט עס, מילא, אבער דו ווייסט דאך אפילו נישט. דאן ביסטו א בלויזע עם-הארץ."

לענינו:
ווי עס שיינט מיר ביסטו אויפגעוואקסן אינעם סאטמארן היימישן לאגער(אדער ענדליך דערצו). האסט זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט צו וויסן וואס חסידות הייסט, וואס איז די לעהערע און וואס האבן די חסידי'שע רבי'ס בכלל געוואלט. דו קענסט ניטאמאל זיין קיין לייקענער אין חסידות.

מילא איבער חסידי'שע מעשיות, כבר צווחו על זה חסידי קמאה אז רוב רובם פון די מעשיות זענען אויפגעטראכטע (אויסער אויפן בעל-שם-טוב וואס חסידים האבן געזאגט אז אפילו אויב איז עס נישט געווען אמת, וואלט עס געקענט זיין אמת, אבער דאס איז א נושא פאר זיך, און לאמיר נישט פארקריכן פונעם ארגינעלן נושא.), אבער די מעשיות זענען נישט די עיקר, דער עיקר איז די לעהערע, וואס חסידות פארקויפט און וואס זי וויל אויפטון, און דאס איז זייער א טיפע נושא. הערשט נאך וואס דו וועסט זיך אריינלייגן דערין, וועסטו קענען לייקענען אדער מודה זיין.

איימסארי.


סקוקט אויס א שיטה רעדט ביעקר פין די מעשות אין מופתים נישט פין די תורת החיסדות.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:03 pm#36874
אויב יא, טא וואס מאכט ער א בראטל דערפון, כאילו ער באהאלט עפעס א סוד... איז דען דא א נארמאלער מענטש וואס האלט אנדערש? איז דען אלע מעשיות וואס מען דערצילט אין די גוי'שע וועלט יא אמת?

איך מיין אז עס איז א שטיקל צמצום צו מאכן אזא בראטל.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:08 pm#36876
שיטה מקובצת האט געשריבן:איינער וואס גלייבט אז וואשינגטאן האט באפרייט אמעריקא פון די בריטישע מוז אטאמאטיש גלייבן אז דער בעש"ט איז געפלויגן מיט קפיצת הדרך און אז אחיה השילוני איז געוועהן זיין רבי?!
לאמיר זיך נישט טענה'ן דא פארוואס איך גלייב עס יא אדער נישט, איך פרעג א פשוט'ע שאלה. למעשה גלייב איך נישט אין חסידות, (ווילסט זאגן וועגן איך דארף אטענטשאן - פיין, יעדער האט זיינע שוואכקייטן), איך וויל וויסן וואס גייט געשעהן אויב איך דערקלער עס אפען.

דו רעדטס שוין באלד ווי קאווע טרינקער. רח"ל.
די זאך איז אזוי. יא, ס'איז געווען א איד אין מעזיבוש, ר' ישראל איז געווען זיין נאמען. ער האט "בשעתו" מקרב געווען יודן, מחזק געווען, זיי מסביר געווען אז ג-ט וויל נאר גוטס, אא"וו.
וואס זיינע השגות און שיטה אין תורת הקבלה בנוגע וואס ער האט געלערנט מיט זיין קליינע גרופע תלמידים, איז דאך נישט קיין נפק"מ למעשה. מיר לערנען דאך נישט קבלה איצטערט.
נקוט כללא זו בידך, אויסער אמונה אין מציאת השם און תורה מסיני, איז נישט פארהאנען קיין כללים! יארן שפעטער האט רבא געהאט א כוח מבטל צו זיין - עכ"פ בשב ואל תעשה - אז מ'זאל נישט שאקלען לולב אין סוכות/שבת! וכדומה, מפני כבוד המת - לערנט אונז דעם היינטיגען דף, איז א איד פטור פון אלע מצות (עשה)!
אוודאי און אוודאי, מהלכים און השקפות וואס זענען שפעטער אפיר געקומען - אפילו לטובה - קען אוודאי בטל ווערן עד כדי כך אז מ'פארגעסט וואס די כוונה פון ר' ישראל איז געווען מתחילה. אפילו "גאטשעס" געהערט שוין פאר חסידות.
ובן בנו של ק"ו, ס'איז נישט דא קיין שום חיוב צו גלייבען אין די מעשיות. אוודאי נישט אין משוגענע מעשיות, און יא, כ'ווייס צו שווער זיך איינצוהאלטן ווען מיין 6 יעריגע קומט אהיים פארציילן אז ר' יעקב קאפל חסיד, האט מען גערופן שויתי'ניק, ווייל א גאנצען טאג האט ער געזאגט "שויתי ה' לנגדי תמיד"....
עכ"פ. נעם דיר א "חורב" "מכתב מאליהו", און זעטיג דיך אן מיט ריינע תורת ה', חכמת התורה.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:09 pm#36877
מורינו הרב האט געשריבן:אויב יא, טא וואס מאכט ער א בראטל דערפון, כאילו ער באהאלט עפעס א סוד... איז דען דא א נארמאלער מענטש וואס האלט אנדערש? איז דען אלע מעשיות וואס מען דערצילט אין די גוי'שע וועלט יא אמת?

איך מיין אז עס איז א שטיקל צמצום צו מאכן אזא בראטל.


איך וואלט דיר מייעץ געווען ווען די האסט א טאג off זאלסט קומען בייזוכען איינע פין די חרידשע געגענטער, וועסט אסאך לערנען.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:47 pm#36892
מעשעלעך וואס שטאמט פון מעשה- ביכלעך דארפסטי נישט גלייבען,אין טארמען נישט גלייבען, אבער וואס ווערט געברענגט אין הייליגע ספרים האט געקענט זיין אמת
זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:04 pm#36898
elter-zeide האט געשריבן:מעשעלעך וואס שטאמט פון מעשה- ביכלעך דארפסטי נישט גלייבען,אין טארמען נישט גלייבען, אבער וואס ווערט געברענגט אין הייליגע ספרים האט געקענט זיין אמת

ווי אזוי ביסטו מגדיר די חיליק פין א ספר אין א ביכל?
אויב עפעס איז געשריבען אויף לש''ק און פארמאגט אן הארטע דעקעל, איז א ?
זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:06 pm#36899
קאווע טרינקער האט געשריבן:[
ובן בנו של ק"ו, ס'איז נישט דא קיין שום חיוב צו גלייבען אין די מעשיות. אוודאי נישט אין משוגענע מעשיות, און יא, כ'ווייס צו שווער זיך איינצוהאלטן ווען מיין 6 יעריגע קומט אהיים פארציילן אז ר' יעקב קאפל חסיד, האט מען גערופן שויתי'ניק, ווייל א גאנצען טאג האט ער געזאגט "שויתי ה' לנגדי תמיד"....


אינטערעסאנט; פארוואס האסטו פונקט אנגעכאפט די מעשה? - איך האב געמיינט אז דו וועסט רעדן פון א ר' לייב שרה'ס וואס איז געפלויגן אין די לופטן (אגב; די ספרדים זענען אויך פול מיט די סארט מעשיות), אבער ר' יעקב קאפיל חסיד? - א שיינע מדה און הנהגה! וואס איז אזוי אויסערליך שווער דאס צו גלויבן?
זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:40 pm#36904
לאדיך אפ האט געשריבן:פארוואס פאלט דיר איין אז אן עסקן דארף דיך עס מסביר זיין? מ'זאגט אז דו ביזט געפערליך אויפגעקלערט, אנגעליינט, לאכסט אפ פון אלעס וואס איז הייליג ביי אונז, ביזט א לץ, א קאלטער יונג, א קל שבקלים.

ניין. איך לאך נישט אפ פון אלעס וואס איז הייליג. ווען עס קומט צו אידישקייט בין איך מסתמא א גרעסערע מאמין ווי א דורכשניטליכער רב אדער עסקן. איך האב מיך געווייקט ביי מורי ורבי הגה"ק רבי אביגדור מיללער זי"ע און נתבשם געווארן מאורו הבהיר, און איך בין גאר ווייט פון א לץ. איך האב גענוג און נאך געליינט חסידישע ספרים, און איך רעספעקט איינער וואס טרעפט א טעם דערין. צו מיר רעדט עס נישט. באשר די מופתים און רוח הקודש וואס מ'דערציילט אויף די רבי'ס -- איך ווייס נישט וואס איז שווער צו פארשטיין , איך גלייב נישט די מעשיות!!

קרעקער האט געשריבן:דער רבי זכרונו לברכה האט אויך אזוי געהאלטען אז אלע מעשיות זענען נישט אמת
ער האט אבער געזאגט אז מדארף גלייבען אז סקען זיין אמת אויף די צדיקים

דאס זאג איך דיר. איך גלייב נישט אז ס'קען זיין אמת, און דער רבי ז"ל - ווי הייליג ער איז געוועזן - האט נישט געקענט צולייגן נאך אן עיקר צו די י"ג עקרים אז מ'מוז גלייבן אז רבי'ס האבן געקענט מאכן מופתים.

מורינו הרב האט געשריבן:שיטה טייערער: איך וועל דיר ענטפערן מיט א קורצע מעשה'לע, און דערפון וועסטו שוין אלעס פארשטיין.

א איד איז אמאל געקומען צום מיטעלער ליובאוויטשער רבי און האט זיך אויפגעטאן פאר אים אז ער איז אן אפיקורס - ער גלויבט אין גארנישט. פרעגט אים דער רבי "ש"ס קענסטו שוין?"
"עה, איך גלויב דאך נישט דערין" ענטפערט דער איד.
"כאטש תנ"ך, האסטו שוין כאטש דורכגעטאן?"
"אויך נישט, איך גלויב דאך קוים אין גאט."
"דעמאלס" ענטפערט דער רבי, "ביסטו נישט קיין אפיקורס, ביסט דאך א פשוט'ער עם-הארץ. דו ווייסט נישט וואס אידישקייט מיינט און דו לייקנסט עס שוין. מילא ווען דו ביסט א תלמוד-חכם און דו לייקנסט עס, מילא, אבער דו ווייסט דאך אפילו נישט. דאן ביסטו א בלויזע עם-הארץ."

לענינו:
ווי עס שיינט מיר ביסטו אויפגעוואקסן אינעם סאטמארן היימישן לאגער(אדער ענדליך דערצו). האסט זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט צו וויסן וואס חסידות הייסט, וואס איז די לעהערע און וואס האבן די חסידי'שע רבי'ס בכלל געוואלט. דו קענסט ניטאמאל זיין קיין לייקענער אין חסידות.

מילא איבער חסידי'שע מעשיות, כבר צווחו על זה חסידי קמאה אז רוב רובם פון די מעשיות זענען אויפגעטראכטע (אויסער אויפן בעל-שם-טוב וואס חסידים האבן געזאגט אז אפילו אויב איז עס נישט געווען אמת, וואלט עס געקענט זיין אמת, אבער דאס איז א נושא פאר זיך, און לאמיר נישט פארקריכן פונעם ארגינעלן נושא.), אבער די מעשיות זענען נישט די עיקר, דער עיקר איז די לעהערע, וואס חסידות פארקויפט און וואס זי וויל אויפטון, און דאס איז זייער א טיפע נושא. הערשט נאך וואס דו וועסט זיך אריינלייגן דערין, וועסטו קענען לייקענען אדער מודה זיין.

איימסארי.

קודם כל, ביטע בוי נישט קיין בנין איבער מיר אויף מיין חשבון. פון ווי זאלסטו וויסן וויפיל איך האב שוין געלערנט? לאמיר א מינוט אננעמען אז איך האב טאקע נישט געלערענט גענוג חסידות. - האסטו שוין געלערנט גענוג - להבדיל - דעם קוראן צו לייקענען דערינען?!

קול דודי האט געשריבן:אה, איך פארשטיי שוין. דער עיקר ווילסטו א תירוץ אויפ׳ן ״פארוואס?״ נו, דאס האט שוין sociology פארענטפערט פון לאנג. ודו״ק כי קצרתי.

ביטע דו"ק מיר נישט דא. לאמיר הערן אן אריכות גדול...

שמעקעדיג האט געשריבן:לפענ"ד, א מענטש וואס גלייבט נישט וואס זיינע עלטערן און אור עלטערן און רבי'ס פאר אסאך דורות האבן אונז פארציילט, זאכן וואס זיי האבן אליינס מיטגעהאלטן, און איז איבערגעגאנגען מדור לדור איש מפי איש, אשר שמענו ונדעם ואבותינו ספרו לנו, איז שוין אין גאר א נידריגן מצב.
ווי אזוי מענטשן, היינטיגע קליינע קלאץ-קעפ, קענען זיך האלטן קלוגער און פארשטענדליכער פון די פריערדיגע דורות וועלכע האבן אויפגעשטעלט דורות פון אידישקייט און מ'האט איינגעזעהן זייער קלוגשאפט און שטארקייט, איז אינגאנצן בעיאנד מי.
איך זאג נישט מ'דארף גלייבן אלעס, און ווי קרעקער האט שוין געשריבן (בערך) אז סאטמאר רבי האט אויך נישט געגלייבט אין יעדע מעשה'לע, אבער לכה"פ געהאלטן אז עס קען זיין אמת, און אז די צדיקים הקודמים האבן געהאט איבערנאטורליכע כוחות פון הימל. אבער געוואלד, דו גלייבסט דאך דאס אויך נישט.
וואס איז נעקסט סטעפ? מארגן וועסטו מער נישט גלייבן אז משה רבינו איז ארויף געגאנגען אין הימל לעבעדיגערהייט?
איך וויל נישט אריינגיין אין א שמועס, איך וויל נישט ווערן אפגעקילט, אבער דו דארפסט אריינטראכטן ביז ווען האסטו יא געגלייבט דערין, און וואס האט דיר געמאכט אויפהערן גלייבן? דארט ערגעץ ליגט דער הונט באגראבן. זיי נישט קיין אויבער-חכם און האלט זיך נישט קלוגער פון דיינע עלטערן און זיידעס. ס'וועט דיר קיין שום גוטס נישט ברענגען.
און טאמער וועסטו דאס זאגן ברבים, איז בלי שום ספק אז דו וועסט ווערן ארויסגעשפיגן פון איבעראל. איז ביטע האלט עס באגראבן טיף אין הארצן, און הייב אן לערנען ספרים בענין "אמונת צדיקים".
איימסארי אויב כ'בין צו שארף, אבער ההכרח לא יגונה.

האלטסטו טאקע אז אונזער אמונה אין משה רבינו ע"האיז בערך אזוי שטארק ווי די אמונה אין חסידישע רבי'ס "כוחות"...? איך האלט מיך נישט קלוגער , איך גלייב פשוט נישט..... דיינע זיידע'ס האבן געגלייבט אז די וועלט איז פלאך, און די האלטסט דיך קלוגער ווי זיי?!

elter-zeide האט געשריבן:מעשעלעך וואס שטאמט פון מעשה- ביכלעך דארפסטי נישט גלייבען,אין טארמען נישט גלייבען, אבער וואס ווערט געברענגט אין הייליגע ספרים האט געקענט זיין אמת

איך מוז נישט האלטן אז יעדע ספר וואס די האלטסט איז הייליג איז טאקע הייליג. די מתנגדים האבען נישט געגלייבט אז ר' יעקב יוסף מפולנאי ווייסט וואס ער רעדט אינעם תולדות יעקב יוסף , און זיי זענען געוועהן כשר'ע אידן.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:15 pm#36918
נולד מאוחר האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:מעשעלעך וואס שטאמט פון מעשה- ביכלעך דארפסטי נישט גלייבען,אין טארמען נישט גלייבען, אבער וואס ווערט געברענגט אין הייליגע ספרים האט געקענט זיין אמת

ווי אזוי ביסטו מגדיר די חיליק פין א ספר אין א ביכל?
אויב עפעס איז געשריבען אויף לש''ק און פארמאגט אן הארטע דעקעל, איז א ?


מיט א הארטע דעקעל ווערט עס נישט הייליג אין א וואדי נישט מיט לשון קודש
זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:34 pm#36931
שיטה, שרייבט:
איך מוז נישט האלטן אז יעדע ספר וואס דו האלטסט איז הייליג איז טאקע הייליג.
די מתנגדים האבען נישט געגלייבט אז ר' יעקב יוסף מפולנאי ווייסט וואס ער רעדט אינעם תולדות יעקב יוסף , און זיי זענען געוועהן כשר'ע אידן.


מיש נישט אריין אלטע מחלוקת, ווייל בשעת עס ברענט א מחלוקה מאכט מען טעותים, ביסט גערעכט, די מתנגדים זענען געווען ערליכע יודן, אויך די חסידים.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:54 pm#36935
בקיצור: א שטורעם אין א גלעזל וואסער.
דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:23 am#84781
געפילטע פיש האט געשריבן:שיטה, דאס זענען די קאנסעקווענצן פון לעבן אין א געזעלשאפט, עני געזעלשאפט. פארדעם קענסטו נישט ארויסגייט נאקעט אויפן גאס

כ'האף אז דו מאכסט דיך נאר. סיריעסלי, דאס איז די סיבה?
געפילטע פיש האט געשריבן:אדער אפילו מיט גרינע שיך, כאטש גרינע שיך איז נישט נגד התורה

די גרינע שיך איז נישט קיין קאנסעקווענצן פון לעבן אין א געזעלשאפט, נאר די קאנסעקווענצן פון לעבן אין א ענג-שכל'דיגע געזעלשאפט. ואל דא אנו נדין.
געפילטע פיש האט געשריבן:פארדעם קענסטו זיך נישט פוצן די נאז אין גאס, און נישט רעדן הויך צו זיך, ווייל אין דעם געזעלשאפט טוט מען נישט אזוי. די פעקעדזש דיעל לוינט זיך, אפילו מ'קען נישט גרעפצן הויך אויפן קול.

דאס איז צוליב כבוד הבריאות.
דינסטאג פעברואר 05, 2013 7:39 pm#84883
boxcover האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:שיטה, דאס זענען די קאנסעקווענצן פון לעבן אין א געזעלשאפט, עני געזעלשאפט. פארדעם קענסטו נישט ארויסגייט נאקעט אויפן גאס

כ'האף אז דו מאכסט דיך נאר. סיריעסלי, דאס איז די סיבה?

יא, ווייל אויב לעבט מען אין א געזעלשאפט אדער קולטור ווי ס'איז נארמאל צו גיין נאקעט איז דאס נארמאל, ממילא איז די איינציגסטע סיבה צו גיין מיט בגדים איז ווייל מ'לעבט ציווישן מענטשען וואס גייען מיט בגדים.
boxcover האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אדער אפילו מיט גרינע שיך, כאטש גרינע שיך איז נישט נגד התורה

די גרינע שיך איז נישט קיין קאנסעקווענצן פון לעבן אין א געזעלשאפט, נאר די קאנסעקווענצן פון לעבן אין א ענג-שכל'דיגע געזעלשאפט. ואל דא אנו נדין.

נא דאס זאג איך, לעבן אין אונזער, חסידישע, 11211 געזעלשאפט האט געוויסע rules.
boxcover האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:פארדעם קענסטו זיך נישט פוצן די נאז אין גאס, און נישט רעדן הויך צו זיך, ווייל אין דעם געזעלשאפט טוט מען נישט אזוי. די פעקעדזש דיעל לוינט זיך, אפילו מ'קען נישט גרעפצן הויך אויפן קול.

דאס איז צוליב כבוד הבריאות.

אויך נאר אין א קולטור ווי די זאכן זענען נישט "כבוד הבריות", אינעם מיטל אלטער איז גרעפצן אין פובליק געווען נארמאל, און אין די אפריקאנע דזשונגעל איז זיך אויסרייניגען בחורים וסדקים נארמאל, און דארט איז אויפהייבן די הענט (דאס וואס הייסט ביי אונז High five) נישט מן הנימוס.
פרייטאג פעברואר 15, 2013 5:28 pm#87355
שיטה מקובצת האט געשריבן:דאס מאל האב איך א געזעלשאפטליכע שאלה. און מיין שאלה איז נישט געוואנדען צו "אויפגעקלערטע" למיניהם. איך דירעקטיר מיין פראגע צו די קהילה פירער, צו די רבנים.

די מעשה איז אזוי. איך בין אויפגעוואקסן ווי א חסידישער איד, איך בין זייער צופרידן פון מיין לעבן. מיינע קינדער און אייניקלעך געבן מיר ב"ה פיל נחת. אבער די לעצטע צעהן יאר (בערך) באהאלט איך אין מיר א גרויסע סוד. קוים וואס איך האב עס דערציילט פאר מיין ווייב ביז עטליכע יאר צוריק. 

די זאך איז אז איך בין געקומען צו א מסקנא אז די אלע חסידישע מעשיות פון צדיקים זענען ב-ע-ל-א-נ-י! עס שטייט נישט אין די י"ג עקרים אז מ'מוז גלייבן אין חסידות, און איך גלייב טאקע מער נישט אין חסידות. דער בעל שם טוב איז ביי מיר בכלל נישט קיין ארטיקעל. אויב די מימרות וואס מ'זאגט נאך פון אים זענען אמת (איך האלט אז נישט) איז ער געוועהן אדער א שקרן אדער משוגע. 

אלנספאלס, דערווייל האב איך דאס קיינמאל נישט איבערגעזאגט פאר קיינעם. מיינע אייניקלעך דערציילן אונז איבער מעשיות פון צדיקים און איך הער אויס און שאקעל צו מיט'ן קאפ, און אמאל זאג איך אפילו "פשיהאאא!!"

איך האב שוין נישט קיין געדולד צו באהאלטען וואס איך האלט. עטץ וועטס אלע מודה זיין אז עס איז נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אין חסידישע מעשיות, אדער אז דער בעש"ט האט געהאט רוח הקודש. עס איז נישט פון די י"ג עקרים. יעצט וואס גייט געשעהן אז איך זאג פאר מיינע קינדער און אייניקלעך אז די מעשיות זענען נישט אמת. גייען ענק זאגן פאר זיי אז זיי זאלן מער נישט קומען מיר באזוכן? גייען ענק ארויסווארפן מיין בחור'ל פון ישיבה? גייען ענק מיך ארויסווארפען פון ביהמ"ד?

מוז איך דאס טאקע ווייטער האלטען פאר א סוד? אויב יא, פארוואס?

u r not alone 50% or more of us dont belive in all this storys . but if u love your children (i mean the small kids) then leave it as is dont confuse them more
פרייטאג פעברואר 15, 2013 5:35 pm#87356
DotCom האט געשריבן:שיטה'לע, במחילת כבודך האלט איך אז דו מאכסט א אישו אויס א טישו, אחוץ מוצאי שבת ביי מלוה מלכה פארנעמט נישט די חסידישע מעשיות קיין שום פלאץ אינעם טאג טעגליכן סדר היום, אויב גייסטו עס זאגן פאר א רב און ער וועט וועגן דעם ארויסווארפן דיינע קינדער פון די מוסדות, דארף מען ביידע פירן צום דאקטער, דיר פארן עס בכלל זאגן און אים פאר דיר אויסהערן. מאך נישט דאס לעבן ערגער ווי עס איז.

u r 100% right i know alot of frum chassidishe people or even diyunim which they dont want to make a big issu or even telling those story's
מוצ"ש פעברואר 16, 2013 11:40 pm#87411
דיסקלעימער: אינעם שטיבל ליין איך נישט קיין ענגלישע זאצן.
מוצ"ש פעברואר 16, 2013 11:45 pm#87414
boxcover האט געשריבן:דיסקלעימער: אינעם שטיבל ליין איך נישט קיין ענגלישע זאצן.

דער זכות זאל דיר בײשטײן :P
זונטאג פעברואר 23, 2014 8:38 pm#185755
געפילטע פיש האט געשריבן:
boxcover האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:שיטה, דאס זענען די קאנסעקווענצן פון לעבן אין א געזעלשאפט, עני געזעלשאפט. פארדעם קענסטו נישט ארויסגייט נאקעט אויפן גאס

כ'האף אז דו מאכסט דיך נאר. סיריעסלי, דאס איז די סיבה?

יא, ווייל אויב לעבט מען אין א געזעלשאפט אדער קולטור ווי ס'איז נארמאל צו גיין נאקעט איז דאס נארמאל, ממילא איז די איינציגסטע סיבה צו גיין מיט בגדים איז ווייל מ'לעבט ציווישן מענטשען וואס גייען מיט בגדים.
boxcover האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אדער אפילו מיט גרינע שיך, כאטש גרינע שיך איז נישט נגד התורה

די גרינע שיך איז נישט קיין קאנסעקווענצן פון לעבן אין א געזעלשאפט, נאר די קאנסעקווענצן פון לעבן אין א ענג-שכל'דיגע געזעלשאפט. ואל דא אנו נדין.

נא דאס זאג איך, לעבן אין אונזער, חסידישע, 11211 געזעלשאפט האט געוויסע rules.
boxcover האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:פארדעם קענסטו זיך נישט פוצן די נאז אין גאס, און נישט רעדן הויך צו זיך, ווייל אין דעם געזעלשאפט טוט מען נישט אזוי. די פעקעדזש דיעל לוינט זיך, אפילו מ'קען נישט גרעפצן הויך אויפן קול.

דאס איז צוליב כבוד הבריאות.

אויך נאר אין א קולטור ווי די זאכן זענען נישט "כבוד הבריות", אינעם מיטל אלטער איז גרעפצן אין פובליק געווען נארמאל, און אין די אפריקאנע דזשונגעל איז זיך אויסרייניגען בחורים וסדקים נארמאל, און דארט איז אויפהייבן די הענט (דאס וואס הייסט ביי אונז High five) נישט מן הנימוס.

ATUB @געפילטע פיש ATUB , לשיטתך קומט אויס אז אמת טאקע אז גלייבן אין די חסידישע רבי'ס איז נישט קיין חיוב צו גלייבן, אבער די חסידישע געזעלשאפט האט א rule וואס זאגט אז מ'דארף יא גלייבן דערין. דאס איז פונקט ווי עס איז דא א rule אין אנדערע געזעלשאפטן אז מ'טאר נישט גיין נאקעט אין די גאס.
אין א געזעלשאפט וואס לאזט נישט גיין נאקעט אין גאס, וועסטו קענען אפשטעלן א בעל השקפה פון יענע געזעלשאפט און אים פרעגן פארוואס זיין געזעלשאפט האט די rule. ער וועט דיר אוודאי געבן א הסבר פארוואס עס איז דא אזא רול, און וואס די תועלת איז. מיין שאלה איז, אויב איז אמת אז איך וועל ווערן אויסגעשפיגן פון די חסידישע געזעלשאפט אויב איך בין מגלה אז איך גלייב נישט אין די חסידישע רבי'ס און זייערע מופתים, ווי אזוי וועלן די בעלי השקפה פון די חסידישע געזעלשאפט מסביר זיין פארוואס עס איז דא אזא רול? עס איז דאך נישט קעגן די תורה, און נישט קעגן דעם שלחן ערוך.
זונטאג פעברואר 23, 2014 9:08 pm#185759
עהעם, דו כאפסט אז די שמועס איז טאקע געווען אין פעברואר, אבער פון יארע 2013, שוין א יאר פארלאפן זינט דאן, מיינסט איך געדענק וואס איך האב געהאלטן א יאר צוריק? שיטתי דאשתקד ושיטתי דהשתא אינם זהים בכלל.
זונטאג פעברואר 23, 2014 9:10 pm#185760
דאס איז גוטע נייעס. אפשר אין א יאר ארום וועסטו זיין אויף מיין זייט אזוי ערליך!
מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:26 am#185874
געפילטע פיש האט געשריבן:עהעם, דו כאפסט אז די שמועס איז טאקע געווען אין פעברואר, אבער פון יארע 2013, שוין א יאר פארלאפן זינט דאן, מיינסט איך געדענק וואס איך האב געהאלטן א יאר צוריק? שיטתי דאשתקד ושיטתי דהשתא אינם זהים בכלל.

יעצט פארשטיי איך פשט אין דעם באקאנטן מדרש פליאה, "מרגליה בפומיה דחרדים, לא נזוז אפילו זוז כל שהיא משיטה הקדושה שלמדנו בבית מדרשו של רבותינו זי"ע." ס'איז מיר אלס שווער געווען, ווי אזוי קען זיין אז איינער רירט זיך קיינמאל נישט פון א שיטה, צייטן טוישן זיך און יעדער מצב איז אנדערש. דער תירוץ איז די חרדים רוקן זיך טאקע נישט. די שיטה רוקט זיך. ביג טיים.
מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:39 pm#186240
דער אגודה ווארטזאגער אבי שאפראן (נישט שאפראן מיט קמצ'ן אזוי ווי דער שאפראנער רב, נאר מיט פתח'ן) פירט שוין צענדליגער יארן א מערכה קעגן די וועלטליכע פרעסע וויבאלד זיי רופן חרדישע אידן מיט'ן נאמען "אולטרא ארטאדאקסן". היינט האט ער ווידעראמאל געשריבן א ארטיקל אויף דעם ענין מיט'ן קעפל "רוף אונז נישט אולטרא-ארטאדאקסן".

שאפראן טענה'ט אז "אולטרא" איז משמע ווי כאילו מיר זענען עפעס משוגע פרום, און נישט סתם ערליכע אידן וואס זוכן צו פאלגן די תורה. ממילא איז נישט ריכטיג צו נוצן די ווארט, ווייל עס מאכט אונז אויסקוקן ווי עקסטרעמיסטן.

לאור וואס איז נתברר געווארן אין דעם אשכול פארשטיי איך נישט מר. שאפראן'ס טענה. "אולטרא" מיינט נישט אז מיר זענען עקסטרעמיסטן, נאר אז מיר זענען נישט נאר פשוט "ארטאדאקסן". א פשוט'ער ארטאדאקסישער איד איז דאך איינער וואס איז זיך מתחייב צו גלייבן אין די י"ג עקרים און מקיים זיין דעם שלחן ערוך. עס איז קלאר אז ביי אונז איז דאס נישט גענוג צו זיין אחד מן המנין. מ'דארף גלייבן אין נאך אסאך זאכן וואס זענען קלאר נישט פון די עקרי אמונה, תרי"ג מצות אדער שלחן ערוך, ווי צום ביישפיל אין די כוחות פון די חסידישע רבי'ס.

איינער האט אמאל צאמגענומען די חרדישע "י"ג עקרים" החדשות, און ווי מ'קען זעהן איז רוב דערפון זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם פשוט'ן אפטייטש פון זיין א ארטאדאקסישער איד.
מיטוואך אפריל 27, 2016 11:06 pm#330862
כ'האב דעם יו''ט געזעהן אין א גליון אז דער צאנזער רב האט געזאגט אז ווער עס גלייבט נישט היינט אין דרך החסידות אין א אפיקורוס. מסתמא איז מען אויך א אפיקורוס אויב מ'גלייבט נישט אזעלכע ווילדע סטעיטמענטס.