Under maintenance
הויפט זייט » האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??

האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15388
זונטאג יולי 03, 2022 4:57 am#503428
האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??
איז מיר איינגעפאלן אזא פראגע, אונז זעה מיר דאָך אז אַסאך פיליזאפישע ביכער רעדן וועגן די מיסטישע בעלי חיים וואס פלעגן עקזיסטירן די "דיינעסאורס" וועס פלעגן באלעבאטעווען אויפ'ן וועלט און זינט דאן זענען זיי אַלע אויסגעשטארבן (עקסטינקט) דאס איז אלעס לויט די "גויישע" היסטאריע, האבעך אמאל געפרעגט איינער פון מיינע מחנכים וואס דאס איז און פארוואס מען רעדט נישט דערװעגן עכ"פ אין היסטאריע, האט ער מיר געזאגט אז עס איז כפירה, פארוואס? ווייל עס שטייט נישט אין די תורה! זייט דעמאלטס וואונדער איך מיך פארוואס אויב עס שטייט נישט אין די תורה מיינט עס איז כפירה?? אפשר איז עס געווען בעפאר די מבול און עס האט אויסגעשטארבן אזויווי אסאך חיות עופות ודגים וואס מ'זעט גיין א גאנג, איי עס שטייט נישט אין די תורה? רוב חיות שטייען נישט אין די תורה! אויב איינער קען אריין קומען מיט א ענטפער אָדער חקירה, תבוא עליו ברכה.
זונטאג יולי 03, 2022 7:17 am#503430
ליין די ארטיקל וועגן דעם אין פה-סח
l viewtopic.php?f=4&t=8569 l


אשכול וועגן די ארטיקל
m https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=8579 m
זונטאג יולי 03, 2022 7:31 am#503432
יישר כח!
זונטאג יולי 03, 2022 1:06 pm#503454
צוויבל קניפער: איך האב נישט געליינט דעם לינק וואס חת"ם סופר האט צוגעברענגט. אבער ס'איז דאך זייער פשוט. דינאסאורס ווערן יא דערמאנט אין די תורה. אין חומש פ' בראשית זאגט דער פסוק..."את התנינים הגדולים"... מיין רבי ע"ה (תרתי משמע) אין חדר האט געטייטשט..."די גרויסע פיש"...אבער די ריכטיגע טייטש איז די גרויסע סערפענטס... דאס מיינט מען דיינאסאורס. וועלכע זענען צוזאמען מיט אנדערע משונה'דיגע ברואים פארשווינדן געווארן ביים מבול...!
זונטאג יולי 03, 2022 8:33 pm#503495
איין פראבלעם, די תורה לויטעט מכל החי מכל בשר, אלעס האט איבערלעבט די מבול.
זונטאג יולי 03, 2022 8:44 pm#503498
Re: האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??
וויזלטיר
זונטאג יולי 03, 2022 8:48 pm#503499
Re: האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??
היסטאריע האט געשריבן:איין פראבלעם, די תורה לויטעט מכל החי מכל בשר, אלעס האט איבערלעבט די מבול.
דאכט זיך אז די תורה גייט אז די דיינאסארסעס זענען געווען מישלינגען וואס די פארדארבנע דור המביל האט צוזאמענגעשטעלט (אגב שוין לאנג וואס איך דמיון אז דאס גייט פאר אין עריא 51...), ממילא האט עס נישט געהאט קיין זכות קיום.

און דאס וואס ר' בערל האט שפעקעלירט אז 'התנינן הגדולים' זענען די דיינארסארסער'ס, וואס דאס איז שוין זיכער מעשה הקב''ה, קען מען אפשר אויך זאגן אז עס איז אויסגעראטן געווארן נאטורליך נאך פאר די מביל. און אפשר איז דאס פשט אין די מדרש אז שחטן הקב''ה לתנינן הגדולים...
דינסטאג יולי 05, 2022 12:28 am#503616
לפי די שפעקולאציעס פון כרם זית, וועט מען (אפשר) סערוווירן דינאוזאור פלייש ביי די גרויסע סעודה וואס דער אייבישטער וועט מאכן פאר די צדיקים. נאר אויב זיי האבן א דין פון פיש, וועט מען אויך סערווירן יין המשומר, צווישן די פיש און פלייש פונ'ם שור הבר.

האט אמאל איינער פון די צדיקים געזאגט אויף א געוויסן אנדער'ן צדיק מיט וועים ער איז נישט געווען שוה בשוה...יענער צדיק פסל'ט אפ א יעדן. קומט אויס אז ער איז דער איינציגער צדיק. און אויב נאר ער וועט טרונקען פון יין המשומר (נישט קיין פילטער) וועט ער שיכור ווערן...!