מיליאנער האט געשריבן:me smart האט געשריבן:
די מיידל האט באשילדיגט קרישבסקי אז ער האט איר געבעטן זנות. יעצט קיינער דא האט נישט געשריבן אז עס איז "זיכער" אמת אז ער האט דאס טאקע געבעטן. סך הכל האט מען געשריבן (נאך וואס יעדער האט ארויסגעברענגט פארוואס זיי נעמען עס "נישט" אהן) אז עס קען יא "מעגליך" זיין אז עס איז באמת געווען. איך בין נישט קיין קאורט ווי עס גילט דער איניסענט אנטיל פראווען גילטי. דעם פראז לויטעט נאר אז א געזעץ אינפארסירער קען נישט שטראפן איינעם אהן אויפווייזן א שילד. מיינט דאס דען אז איינער וואס האט א חשד מעג מען עס נישט אויסשמועסן אנטיל פראוון גילטי? איינער וואס איז יצא עליו קול אז ער איז א גנב וואלסטו אים נאכאלטס געבארגט צען אלפים, ווייל איניסענט אנטיל פראוון גילטי? אז עס איז דא שמועות, מעג די המון עם עס אויסשמועסן און ארויסברענגען די צדדים לכאן או לכאן.
יעצט ווען מען איז דן לאמיתו של דברים איז בלויז נוגע אויב ער האט עס באמת יא געטון אדער נישט. קיין דיל טוישט נישט די מציאות.
אויב איך באקום א ספידינג טיקעט און די פראקואר מאכט מיט מיר א דיל, ער וועט עס מאכן פאר א פארקינג טיקעט, איך וועל צאלן $200 און ער גיבט מיר נישט קיין פוינטס, און איך נעם אהן דעם דיל, מיינט עס יעצט מיטאמאל אז איך האב נישט געספידט?.. איך האב בלויז געפארקט ביי א פאמפ?
קאם אן.. די ווייסט אויך וואס א דיל מיינט. עס איז מעשים בכל יום אין געריכט, ביידע זייטן ווילן נישט שלעפן די זאך ווייטער, מחמת כל מיני סיבות, די געריכט אליין זיכט אויך נישט צו ציען די זאך עד שיבא שילו. מאכט מען א דיל ער איז זיך מודה אין א קלענערע טשארדזש (נישט קיין נפק"מ אויב ער האט עס פאקטיש געטון אדער נישט) מען גיבט א קלענערע שטראף, און שלום על ישמאעל.
דאס ווייזט נישט גארנישט אויף די עצם נידון דא.
צו האט קרישבסקי באמת געבעטן זנות פון די מיידל צו נישט???
קיין שום זאך איז נישט קלאר געווארן דא.
עס קען ווייטער זיין אז קרישבסקי האט יא געבעטן זנות (מערק ווי איך שרייב "עס קען זיין") נאר אנשטאט שלעפן די זאך און מאכן אויספארשונגען און דערגיין די אמת האט ער מסכים געווען צו שליכטן די זאך. זי האט אויך מסכים געווען צו דעם, אבער דאס ווייזט נישט אז עס איז נישט געווען.. סך הכל שפירט זי אז זי האט באקומען וואס זי וויל, און זי זיכט אויך נישט אראפציקומען צאלאזע מאל אין קאורט. (ער האט איר דאך נישט למעשה באצווינגען צו וואס, די באשולדיגונג איז נאר אויף בעטן זנות, און עס איז מעגליך אז די געלט סומע און די סעטעלמענט באפרידיגט איר)
עס ווינדערט מיר אז די פארלאנגסט גאר פון איר אז זי זאל ארויסקומען ברבים מיט איר נאמען.. און כאילו דאס אז זי טוט דאס נישט ווייזט אויף עפעס. קודם כל, מען וואלט געמעגט הערן די טענה פון דיר פאר די קאורט דיל, ווייל די סברה איז דאך גלייך גילטיג... האסט נישט געמוזט ווארטן עס צו ניצן נאר נאך וואס די האסט נישט קיין שום אנדערע טענות און מען האלט שוין נאכן געריכט.
אבער סיריעסלי? איינער קומט צו צו א מיידל און בעט איר פאר זנות מוז זי נאך ארויסקומען ברבים און מפרסם זיין איר נאמען? זי גייט צו די פאליציי און פארטיג! דאס פעלט איר נאך אויס יעצט אז די גאנצע שטאט זאל וויסן פינקטליך ווער זי איז? זי דארף יעצט ריזאקירן העצע ברייוון אדער סיי וואס? און אז זי טוט עס נישט, ווייזט עס גאר אויף עפעס?
מיין פוינט איז אז אונז האלטן ביי אלף, די ספק בלייבט פינקט ווי פריער און גארנישט איז אויסגעקלארט געווארן. מען קען ווייטער צירוקגיין אין זיך טענה'ן יעצט ביז איבערמארגן אויב עס מאכט סענס פאר אזא הייליגע צדיק ווי קרישבסקי צו בעטן א מיידל פאר זנות, אבער דאס האבן מיר שוין געטון אין די פריערדיגע 18 בלאט פון דעם אשכול און עס האט נישט קיין זינען איבערצוקייען די זעלבע זאכן נאכאמאל.
מען האט זיך נאר געראכטן אז עס וועלן אפירקומען ביים געריכט פרישע אינפערמאציע, מען וועט מעגליך קלאר אויפווייזן זיין אומשילד. אבער למעשה איז מען נישט אנגעקומען דערצו, און די אמת וועט לכאורה בלייבן פארהוילן פאר אייביג. איך זע נאכאלטס נישט וואו עס קומט דא אריין א אנטשולדיגונג
איך כאפ נישט די ויכוח דא, יעדער האלט ביי זיך אין הארץ אז די באשולדיגונג איז פאלש, אפילו me smart האט זיך באווארענט אז ער זאגט נאר אז די מעשה
קען האבן געשען, און אזוי אויך איז ער איז שוין אראפגעגאנגען פון זיין נאכאנאנדיגע האמערן אז ס'מאכט גאר מער סענס די זנות מעשה פון אלע אנדערע מעגליכע מעשיות און יעצט האלט די ניגון אז ס'איז א אייניגע ספק. סאו וואס פונטקליך טענה'ט מען זיך? אויב ווילסטו אויפווייזן אז די מעשה האט
געקענט האבן פאסירט דאן זע איך נישט אז איינער זאל קריגן, צו ס'איז א אומדערהערטע זאך אז קרישבסקי זאל טון אזא זאך? אויך נישט, ס'איז בכלל נישט שלא כדרך הטבע. די מציאות איז אבער אז קיינער אינקלודעד דו גלייבט נישט דעי ספעציפישע מעשה.
דו גלייכסט צו די מעשה צו א פשוט'ע דיעל פון א פארקינג טיקעט? דא איז נישט געווען די מעשה אז מ'האט אים געכאפט ביי א פארברעכן און די פראסעקיוטער איז איינגעגאנגען אויף א דיעל, דא איז געווען א מעשה אז א מיידל האט אים גערופן אין קאורט, די מיידל איז געגאנגען אלארמירן די פאליציי אז מ'זאל ארעסטירן דעם מענטש, און פלוצלינג ווען ס'קומט צו סיריעס ביזנעס און מ'דארף האבן הארטע באווייזן אויף אויף איר געשיכטע גייט זי פלוצלינג איין אויף א נארישע דיעל? ווי האט זיך פארלוירן איר אייפער? פלוצלינג וויל זי פטור ווערן פון דעי קעיס?
איז יעצט גייסטו ענטפערן א שיינע תירוץ פארוואס ס'קען יא זיין און וואס די מיידל האט קודם געוואלט און נאכדעם באשלאסן, אין אנדערע ווערטער
ס'קען נאך אלס זיין אז קרישבסקי איז שולדיג. מזל טוב.
ניין, די מעשה מאכט נישט קיין סענס. פינטל. צו ס'האט געקענט האבן פאסירט? זיכער! ס'איז א זאך וואס איז רחוק מן המציאות? בכלל נישט! אבער סענס? סענס איז נישט א זאך וואס האט געזעצן אדער רולס, קאמען סענס איז א רעלאטיוו מציאות, ס'דא א בילד וואס א מענטש האט ביי זיך אין מח און אויב גייט עפעס קעגן די בילד איז עס קעגן קאמאן סענס. א מענטשליכע מח זאגט אז ס'איז גאר מאדנע און אינטרעסאנט אז א זעכציג יעריגע איד (אן קיין טעלעפאן און אן קיין געלט אין טאש) זאל פון איין סעקונדע אויפן צווייטן בעטן א מיידל אויפן גאס פאר זנות. ס'איז אנדערש ווי די נארמע. און א מענטשליכע מח פארלאנגט אז אויב איינער פארציילט א מעשה וואס גייט קעגן קאמאן סענס זאל יענער ברענגען מינימאלע באווייזן. אדער זאל זי כאטש ארויסקומען מיט איר נאמען. צו זי מוז? ניין, זי מוז נישט אבער ס'נישטא קיין איין איינציגע סיבה איך זאל געבן די מינימאלסטע שט פאר איר געשיכטע.
איך דארף יעצט גלייבן מאדנע זאכן נאר ווייל יענער האט געזאגט, און נאר ווייל ס'קען במציאות פאסירן? ווילאנג ס'איז נישטא באווייזן איז עס נישט פיפציג פיפציג נאר די באשולדיגער איז בחזקת שקרן. נישט אלס דין תורה, נישט אלס דינא דמלכותא, נאר אלס יומען ביאינגס.
די ווילסט איך זאל גלייבן דיין געשיכטע אן קיין איין איינציגע באווייז נאר בלויז ווייל ס'האט געקענט פאסירן במציאות? אויב וואלסטו פארציילט א מעשה וואס קען נישט פאסירן בדרך הטבע דאן ביזטו נישט קיין שקרן, דו ביזט א מענטל העלט פאציענט, טאקע ווייל דו פארציילסט א מעשה וואס האט געקענט פאסירן ביסטו דשאסט א שקרן.
ניין מי סמארט, דארפסט זיך נישט אנטשולדיגן פאר קרישבסקי ווייל דו האסט בכלל נישט אראפגעלייגט קיין גוטע קעיס קעגן אים, איינער וואס האט געליינט דיינע תגובות האט נישט געזען קיין איין סיבה די באשולדיגונג זאל אויסקוקן אמת, אדער כאטש מאכן סענס, די איינציגסטע זאך וואס אונז האמיר געזען איז אז די מעשה האט געקענט געשען און אויך אז דו אליין זאגסט אויך נישט אז די מעשה איז אמת נאר סך הכל אז מ'ווייסט נאך אלס נישט וואס איז דארט פארגעגאנגען, (ווי כאילו איינער קריגט זיך אז ער ווייסט יא קלאר וואס דארט איז פארגעגאנגען) און פארשטייט זיך אויך אז דו באהאנדלסט אים מיט די זעלבע מהלך ער פירט זיך, און אויך דיין פסק הלכה והוא העיקר אז ער טאר מער נישט האלטן קיין דרשות, און אז מ'טאר מער נישט לערנען שדי חמד, ווייל איינער האט זיי באשולדיגט.
איך בין פיניש בלי''נ.