Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "הקריה" מדי חודש בחודשו

"הקריה" מדי חודש בחודשו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1543
זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:55 pm#36936
"הקריה" מדי חודש בחודשו
הקריה ווערט ארויסגעשיקט פריי כמעט חודש'ליך פאר אלע תושבי ק''י
מיט גאר ניצבארע אינפארמאציע
עס דעקט די וויליזש נייעס אין כמעט אלע גרויסע נייעס אין קרית יואל

חודש תמוז-אב
m http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/94R ... a-Reih5772 m
זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:58 pm#36938
דאס וואס ס'איז באשריבן איבער אויספלאסטערן די שארקאט צווישן מירון פילמאר און אוהעל, אינאיינעם מיט בילדער, איז א גרויסע שטיק שקר.
מ'האט בלויז פארראכטן די שטיינערנע געיט פון א שכן.
זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:54 pm#37037
שוין, אויך פאליטיק?
זונטאג אוגוסט 19, 2012 6:32 pm#37047
מורינו הרב האט געשריבן:שוין, אויך פאליטיק?

ס'איז א שטיק פאליטיק
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:26 am#45359
שמואל הלוי האט געשריבן:דאס וואס ס'איז באשריבן איבער אויספלאסטערן די שארקאט צווישן מירון פילמאר און אוהעל, אינאיינעם מיט בילדער, איז א גרויסע שטיק שקר.
מ'האט בלויז פארראכטן די שטיינערנע געיט פון א שכן.

למעשה זעה איך אז נאכן פארריכטן די געיט ביים שכן, ארבעט מען יעצט פעסט אויפן נייעם שארקאט, אלזא וויל איך דא ברבים איבערבעטן די באהערדע פון די ווילידזש אוו קרית דזשויל.
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:52 am#45364
מחול לך מחול לך מחול לך, פארגעס נישט אונז אפצוגעבן דיין וואוט דעם קומענדיגן זומער!
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:15 pm#45928
קלאר האט געשריבן:הקריה ווערט ארויסגעשיקט פריי כמעט חודש'ליך פאר אלע תושבי ק''י
מיט גאר ניצבארע אינפארמאציע
עס דעקט די וויליזש נייעס אין כמעט אלע גרויסע נייעס אין קרית יואל

חודש תמוז-אב
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/94R ... a-Reih5772

איך האב אויך אלץ געוויסט אז עס איז בחנם, אבער לעצטענס ווען איך בין געווען אין קרית יואל, האב איך עס געזען אין געשעפטן פאר געלט.
גראדע האב איך עס געקויפט, ווייל עס האט אויסגעקוקט זייער אינטערסאנט( עס איז געווען עקסטערע ביילאגעס פון די נייע פארק, אום די בהמד אין שכונת ברך משה), אבער איך זעה אז היינט צוטאגס קאסט עס שוין געלט.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:26 pm#45935
לויט ווי איך ווייס שיקט מען עס נאך אלס ארום פריי אן אפצאל.
ווי האסטו געזען בעטן געלט דערפאר?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:38 pm#45944
Valero
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:57 pm#45962
אפשר איז עס סתם געליגן דארט אזוי ווי ס'ליגט אין כמעט אלע גראסערי'ס די דבר יום ביומו צעטלעך?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 4:23 pm#46036
עס איז געווען פארקויפט אין וועלערא פאר איין דאלער פאר אויסלענדישע מענטשן אבער תושבי ק"י באקומען עס נאך אלס פאר אומזינסט אויף די פאסט
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:05 pm#46042
town1 האט געשריבן:עס איז געווען פארקויפט אין וועלערא פאר איין דאלער פאר אויסלענדישע מענטשן אבער תושבי ק"י באקומען עס נאך אלס פאר אומזינסט אויף די פאסט

מן הסתם מיינסטו אויסשטעטעלישע מענטשן. (אריין אין ווערטער וואס איך האב מיך דא אויסגעלערנט אשכול)
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 2:38 pm#50710
תשרי תשע''ג
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 5:20 pm#50757
פון דורכמישן די "הקריה" זעט עס מיר אויס ווי א בלויזער פראפאגאנדע בלעטל. האט עס צומאל אויך שיינע, אינפארמאטיווע ארטיקלען?
מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:20 pm#50861
נישט פאר איינער וואס וואינט נישט אין קר"י, אבער אפילו סתם איז כמעט וואס נישטט עפעס אינפארמאטיוו, אמאל האבן זיי געהאט איבער וואסער און אמאל איבער פייערלעשער.
זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:53 pm#51298
פון די איין סעמפעל וואס מען זעט דא זעט עס אויס אז די "הקריה" איז די זעלבע זאך ווי די "דער איד" נאר אן די וועלטליכע נייעס,
ביידע זענענן אויסגאבעס להגדיל הפארטיי, דער איד מאכט א הכנסה דערפון דערפאר שרייבט וועכטליכע נייעס און ער פארקויפט עס פאר געלט הקריה ווערט געשיקט אומזינסט,
מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:21 pm#51633
דער בלאט איז נישט להגדיל הפארטיי?
פרייטאג מערץ 15, 2013 10:11 am#97342
פרייטאג מערץ 15, 2013 12:55 pm#97377
הקריה טבת-שבט
m http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/124 ... Hakirya137 m

ספעציעלער ביילאגיע קרית יואל מאפילה לאורה
m http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/124 ... 2Hurricane m
מיטוואך אפריל 10, 2013 5:00 pm#103436
מאנטאג יאנואר 06, 2014 3:52 pm#173955
די לעצטיגע האט איינער א לינק?
דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:31 pm#174365
מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:24 pm#186110
מוצ"ש אפריל 26, 2014 11:48 pm#197292
זונטאג אפריל 27, 2014 1:33 am#197317
טאון 1 . ייש"כ פאר דעם הערליכן באריכט וואס דו האסט געברענגט פון "הקריה". ס'איז ממש בבחינת "בשורה טובה תדשן עצם". ווען איך וואלט געווען א שרייבער וואלט איך באשריבן אין א לענגערן ארטיקל איבער מיין נישט געפלאנטן באזוך און פארברענגען א שב"ק (נחמו, תשע"א) אין די קריה נאמנה, עיר התורה והחסד, קרית יואל , יצ"ו. נאר אלס נישט פראפעסיאנאל'ער שרייבער וועל איך פרובירן איבערגעיבן א ביסל וועיגן דעם השתלשלות הדברים.
מיין משפחה איז יענעם שבת איינגעשטאנען אין די וואודרידזש געיגנט, וואו איך האב געפלאנט אנצוקומען. נאר אינמיטן וועיג וואו איך בין געפארן פרייטיג נאכמיטאג האט זיך געמאכט פארשידענע סיבות פון שטערונגען און עיכובים. איינס פון זיי איז געוועין אז איך האב באקומען א "פלעט טייער", פארנדיג אויפ'ן טרוועי. ווען מיין קאר איז שוין געוועהן גרייט פארצוזעצן די נסיעה, האט זיך געמאכט א שרעקליכער טרעפיק. וואס אנדעים האב איך נאך געהאט גענוג צייט אנצקומען קיין וואודרידזש פאר'ן זמן כניסת השבת. אין מיין פארלעיגנהייט האב איך געקאלט חברים פון מאנסי. נאר אזוי ווי איך בין שוין געוועין כמעט ביים עק פון טרוועי, האבן זיי מיך אריבער געסוויטשט צו חברים פון קרית יואל. רעדנדיג מיט דעים עסקן האט ער מיך געפרעיגט אויב איך קען דעם וועיג ביז קר"י. ווען איך האב איהם געענטפערט אז איך קען דעם וועיג ביז'ן שטעיטל אבער אין שטעיטל אליין קען איך מיך נישט אויס, האט ער מיך אפגעווארט ביים עק פון שטעיטל, ווען דער שבת פייפער האט שוין געפיפן. ער האט מיר געהייסן איהם נאכפאהרן. אנקומענדיג, האט ער מיך תיכף ארויפגעפיהרט אין זיין דירה, און מיר געגעיבן א צימער. ער האט מיר אויכעט אוועקגעגעיבן זיין שטריימל, און פאר זיך האט ער גענומען דאס רעגן שטריימל. (איך האב געפרעיגט איינעם פון זיינע קינדער. האט מיר דאס יונגל אויסגעזאגט דעם "סוד".) ער איז אויך ארומגעלאפן צו די שכנים, כדי מיר צו פארשאפן א בעקישע אויף מיין סייז. ס'איז איבעריג צו זאגן אז אין ביהמ"ד (אין די עצי תמרים געיגנט) האט מיך א יעדער אויפגענומען מיט גרויס התקרבות און געגעיבן א ברייטן שלום עליכם. ביי די סעודת שב"ק האט מיך די גאנצע משפחה געמאכט פיהלן כאילו איך בין דער גאסט אויף וועים מ'האט שוין געווארט א לאנגע צייט. שב"ק' אינדערפריה, נאך די מקוה און קאווע האב איך מיך באטייליגט אין א שיעור, פארגעלערנט דורכ'ן מרא דאתרא, שליט"א. און צענדליגער אידן זענען צו געקומען און זיך אינטרעסירט אין מיין מצב, און מיך איינגעלאדנט צו די סעודת שב"ק. נאך מנחה און שלוש סעודות, מעריב און הבדלה ביי מיין בעל אכסניא האט ער מיר נאך פארראכטן דעם געדעמידזשט'ן רעידל און עס ארויפגעלייגט אויפ'ן קאר, כדי איך זאל קענען ממשיך זיין די נסיעה מיט א רואיגקייט. אזא געהויבענעם שבת האב איך שוין לאנג נישט געהאט. דאס ווייזט אויף דעים געוואלדיגן הכנסת אורחים און גמילות חסד וואס איז איינגעפלאנצט אין די חשוב'ע תושבי הקריה.
נ.ב.: איך וואלט ארויסגעשריבן דעם נאמען פון דעם חשוב'ן עסקן, נאר איך האלט מיך צוריק, ווייל ס'איז דא א פסוק (כ'מיין אין משלי) וועלכער זאגט "מברך רעהו בקול, לקללה יחשב.
זונטאג אפריל 27, 2014 2:05 am#197336
בערל דו ביסט דאס געווען? איך בין דאן געווען אין סמעדרעש און דיר געמאכט פילן היימיש... געהעריג גילוי...
זונטאג אפריל 27, 2014 2:10 am#197339
דו ביסט אויכעט סטאק געווען אויפ'ן הייוועי? דו וואוינסט דאך אין עיר הקודש וההפגנות ווילאמסבורג, יצ"ו.
ס'איז צוריק גילוי. ווייל דו ביסט דאך געווען דער וואס האט מיר געגעבן דיין שטריימל... :like :? 8-) :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :o ;)
מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:31 pm#230780
מיטוואך מערץ 04, 2015 12:34 pm#257119
הקרי' שבט תשע"ה
אדר תשע"ה