מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:28 am#506118
מיין פראבלעם מיט שלמה קארלבאך
ס'איז ידוע לכל אז ביי די גאר פרומע חסידים איז שלמה קארלבאך אן אפגעפרעגטע פיגור צוליב דעם וואס ער איז נישט געווען אינגאנצן ערליך לויט די חרדישע סטאנדארטן, און מ'זאגט אז צומאל האט ער אפילו געהאלזט און געקושט פרעמדע פרויען ביי זיינע קאנצערטן.
און לעומת זה זעען מיר אז ביים היימישן קילן און אויפגעקלערטן ציבור איז דא א שטארקע צמאון פאר שלמה קארלבאך, און יעדעס מאל מ'זינגט זיינס א ניגון ביי א קומזיץ אדער לכה דודי ווערט די אטמאספערע דערהויבן, מ'שאקלט זיך, מ'פארגלייזט די אויגן, און ס'געשעהט ערנסטע קאנעקשאנס צו גאט.
און איך שטיי אינדערמיט. קארלבאך'ס עבירות בין אדם למקום גייען מיר נישט אן. ס'עקלט מיר בכלל די מושג פון דן זיין א מענטש'ס רוחניות'דיגע לעבן. בעולם העליון גלייב איך אז ס'איז דא דין וחשבון וואו דער באשעפער נעמט שוין קעיר פון זיינע חשבונות, און איך דארף נישט זיין דער וואס איז גאט'ס פאליציי דן צו זיין אז קארלבאך'ס ניגון איז טמא.
לעומת זה עקלט מיר די פארגלייזקייט פונעם קילן ציבור אין קארלבאך. פון איין זיין ביסטו מורא'דיג אויפגעקלערט און לאכסט פונעם פרומען ציבור אז זיי קענסלען קארלבאך. פילסט א געוואלדיגע הנאה אז דו געסט א שטויס דיין כאניאקישן טאטן און זינגסט יא קארלבאך. אבער וואס איז מיט דעם אז ס'איז ערענסטע רגליים לדבר אז קארלבאך איז געווען א מאלעסטאר, און ס'איז דא אידענעס וועמען ער האט געשעדיגט און וויינען עד היום? דא גלייכסטו יא דעם כאניאקישן מהלך פון איגנארירן מאלעסטעישאן און זיך פארשטאפן די אויער צו די וויי געשריי פון די וויקטימס?
איך זאג נישט אז מ'דארף קענסלען קארלבאך אדער אז מ'טאר נישט הערן זיינע ניגונים. אבער ווי אזוי קענסטו זיין "אויפגעקלערט" און מאכן א "קארלבאך מנין" ווען ער איז געווען וואס ער איז געווען? ווי אזוי קענסטו דאווענען פאר'ן אויבערשטן ארומגענומען מיט אזא פיגור און זיך איינרעדן אז דורך אים האסטו א קשר רוחני?