Under maintenance
הויפט זייט » קרעדיט אויף אליזאבעט'ס אריכת ימים

קרעדיט אויף אליזאבעט'ס אריכת ימים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15555
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 1:49 pm#509019
קרעדיט אויף אליזאבעט'ס אריכת ימים
יעדער נעמט זיך די קרעדיט פאר זיך.
רב דינער אין ישראל זאגט אז ס'איז די תפילות ביים ס''ת יעדע שני וחמישי, לאריכת ימיה.
איינער ליפא זאגט מיר נעכטן אז דער סאטמארער רב האט איר געבענטשט אמאל.
און יוחנן א אלץ ווייסער פון ענגלאנד, זאגט, אז דער אלטער מאכניווקער האט געזאגט אלץ דבר פשוט, אז אזא אוהבת ישראל וועט מאריך ימים זיין.

למעשה, פארוואס האט זי מאריך ימים געווען? אפשר ווייל זי האט זיך געהיטן די געזונט???
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 2:46 pm#509023
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 2:58 pm#509024
איר מאן האט געלעבט לענגער
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 2:59 pm#509025
היסטאריע האט געשריבן:https://au.lifestyle.yahoo.com/5-reasons-why-queen-elizabeth-lived-such-a-long-life-012550783.html

דארט שטייט נישט קיין ווארט דערמאנט אז סאטמארער רב האט איר געבענטשט? היתכן
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:00 pm#509026
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איר מאן האט געלעבט לענגער

פארוואס טאקע? אויך א ברכה, אדער גאר א קללה....
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 4:23 pm#509108
איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 4:58 pm#509112
סמבטיון האט געשריבן:איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.

וואס איז דארט די טעם?
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 5:59 pm#509113
סמבטיון האט געשריבן:איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.

אפשר ווייל זיי זענען געווען מלכים מחסידי אומות העולם. זיי האבן אייביג געטון גוטס פאר די אידן אין זייער לאנד. ספעציעל די קווין מאדהער, קווין עלזאבעטה'ס מאמע, ע"ה האט געטון א סאך טובות פאר אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.בשעת ענגלאנד אליין איז געווען באלאגערט פון די נאציס, ימ"ש.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 6:46 pm#509116
אבער טויזענט יאר צוריק זענען דארט געווען שרעקליכע הריגות, און עטליכע מבעלי התוספות זענען דארט אומגעקומען על קידוש השם מיט מיתות משונות ר''ל.

קוקט אויס אז די שפעטערדיגע מלכים האבן שוין תשובה געטון.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 6:58 pm#509118
באהעלפער האט געשריבן:אבער טויזענט יאר צוריק זענען דארט געווען שרעקליכע הריגות, און עטליכע מבעלי התוספות זענען דארט אומגעקומען על קידוש השם מיט מיתות משונות ר''ל.

קוקט אויס אז די שפעטערדיגע מלכים האבן שוין תשובה געטון.


אבער פין אוקריינא איז א ראיה אז תשובה העלפט נישט פאר דעם.

אויך אמת'ע נאט איז דא א שמועס אויב פאר גוים איז דא א זאך ווי תשובה
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:04 pm#509119
היסטאריע האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:אבער טויזענט יאר צוריק זענען דארט געווען שרעקליכע הריגות, און עטליכע מבעלי התוספות זענען דארט אומגעקומען על קידוש השם מיט מיתות משונות ר''ל.

קוקט אויס אז די שפעטערדיגע מלכים האבן שוין תשובה געטון.


אבער פין אוקריינא איז א ראיה אז תשובה העלפט נישט פאר דעם.

אויך אמת'ע נאט איז דא א שמועס אויב פאר גוים איז דא א זאך ווי תשובה

כ'הער אז ס'דא וואס זאגן אז זיי האבן אין זייער יחוס יודישע צווייגן. ממילא איז עס נישט אויסגעשלאסן
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 10:27 pm#509123
Re: קרעדיט אויף אליזאבעט'ס אריכת ימים
כ'מיין פשוט ווייל זיי האבן זיך געקענט היטן די געזונט און געהאט עקסעס צו די בעסטע דאקטוירים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 11:17 pm#509125
פאליטיקאנט: ס'איז נישט נאר דאס. כ'ווייס נישט אויב דו האסט געהערט פון אדעל דעיוויס. (נישט קיין איד). זי איז געווען א שרייבערין. זי האט פארפאסט עטליכע ביכער איבער געזונט. עסן געזונט. און טון עקסערסייז. זי איז געווען וואס מ'רופט א ..."העלטה נאט"...דו ווייסט פון וואס זי איז געשטארבן יונגערהייט? יענע מחלה, ל"ע...!
זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:31 am#509199
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: ס'איז נישט נאר דאס. כ'ווייס נישט אויב דו האסט געהערט פון אדעל דעיוויס. (נישט קיין איד). זי איז געווען א שרייבערין. זי האט פארפאסט עטליכע ביכער איבער געזונט. עסן געזונט. און טון עקסערסייז. זי איז געווען וואס מ'רופט א ..."העלטה נאט"...דו ווייסט פון וואס זי איז געשטארבן יונגערהייט? יענע מחלה, ל"ע...!

האסט עם יעצט אפגעפרעגט
ס'איז דאך קלאר אז פון זיך האלטן געזונט לעבט מען נישט לאנג
יעדער קען דאך דער וואס האט גערייכערט לאנגע יארן און איז אוועק נאך די 90 און דער נישט סמאוקער וואס איז נעבעך געשטארבן ביי א קאר עקסידענט
זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 4:11 am#509203
כ'וויל נישט הערן נאכן טויט פון טשארלס די נייע קעניג, אז ער האט געהאט א ברכה פון סיי וועלכער רבי. מיט קרעדיט פון זיינע ווייטע אויגן...
אויב ס'דא א ברכה, דארף מען עס הערן פארדעם
זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:04 am#509216
זי האט זיך למעשה איינגעהאנדלט ברכות פון צדיקים.
זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:11 am#509217
berlbalaguleh האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.

אפשר ווייל זיי זענען געווען מלכים מחסידי אומות העולם. זיי האבן אייביג געטון גוטס פאר די ציונים אין זייער לאנד. ספעציעל די קווין מאדהער, קווין עלזאבעטה'ס מאמע, ע"ה האט געטון א סאך טובות פאר אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.בשעת ענגלאנד אליין איז געווען באלאגערט פון די נאציס, ימ"ש.

טאקע דערפאר האט זי נישט אנגעצויגן לענגער און געפאלן א טויטער ביי די 96.. ס׳זענען דא גערסערע שטיצער פאר די ציונים און זיי פייגערן דייקא יונג. עס האט גארנישט מיט דעם.
זי פלעגט עסן געזונט, אלס גענומען גרינג אן קיין דרוק, און זיך געפילט גוט יעדן טאג אז זי איז קעניג, ואחרון חביב די ברכות. ונאמר אמן
זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 9:25 am#509221
שעצונג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.

אפשר ווייל זיי זענען געווען מלכים מחסידי אומות העולם. זיי האבן אייביג געטון גוטס פאר די ציונים אין זייער לאנד. ספעציעל די קווין מאדהער, קווין עלזאבעטה'ס מאמע, ע"ה האט געטון א סאך טובות פאר אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.בשעת ענגלאנד אליין איז געווען באלאגערט פון די נאציס, ימ"ש.

טאקע דערפאר האט זי נישט אנגעצויגן לענגער און געפאלן א טויטער ביי די 96... ס׳זענען דא גערסערע שטיצער פאר די ציונים און זיי פייגערן דייקא יונג. עס האט גארנישט מיט דעם.
זי פלעגט עסן געזונט, אלס גענומען גרינג אן קיין דרוק, און זיך געפילט גוט יעדן טאג אז זי איז קעניג, ואחרון חביב די ברכות. ונאמר אמן

וואס איז די עיקר? אויב וואלט זי געגעסן נישט גוט, וואלטן די ברכות אויפגעטון?
און אויב וואלט זי נישט געהאט די ברכות און נאר געגעסן געזונט?
ס'פונקט ווי די סאטמארע בעקערס זאגן, אז אהרן מרדכי רוקח איז א ברכה פונעם דברי יואל
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:04 pm#509442
לכבוד'ן לויה טאג פונעם מלכה, ווי די יונגע רופען עס 'די מלוה מלכה'... האב איך היינט געטראפן א לאנדאנער יוד, וואס פארציילט מיר ווי פאלגענד. בשם איינער וואס געדענקט די מעשה - זייענדיג אין לאנדאן דאן.

דער שאצער רב זצוק''ל - וואס איז ווי באקאנט געווען א אומגעווענליכער פועל ישועות, און ביים שואה איז ער דאך געווען אין לאנדאן, און ווען ס'האט זיך געהאנדעלט אז ענגלאנד זאל אריינלאזן די באקאנטע 'קינדער טראנספארט', איז א משלחת רבנים ועסקנים, אין שפיץ פונעם הייליגער שאצער רב - זיך געטראפן מיט'ן דעמאלטסדיגער מלכה - די מאמע פונעם אקורשט פארשטארבענע. און זי זאגט פאר'ן שאצער רב אזוי. איך האב א טאכטער'ל אליזאבעט וואס ליידט אויף אפעלעפסי, און כ'זע אז איר זענט א העכערע כח, וויל איך אייער צוזאג אז מיין טאכטער וועט ווערן געהיילט.
און אז דער צדיק האט איר געגעבן דעם ברכה און צוזאג, און נאך צוגעלייגט, אז נישט נאר וועט זי זיין געזונט בשלימות, נאר זי וועט אזוי געזונט זיין ביז איר לאנגע לעבן...
און אז זי האט דאס געהערט, האט זיך געלאזט הייסן אז מ'זאל דעם טראנספארט זאפארט אריינלאזן.

האט מען שוין נאך א מיינונג פון ווי זי האט מאריך ימים געווען, אויסער דעם וואס זי האט געגעסן לעקוואר ביסקיטס און טיי...