זייער א שטארקע נקודה, און אט פונקט דאס האב איך געזאגט פאר עליזה שפירא ווען זי האט מיר אויסגעפרעגט פאר'ן ניו יארק טיימס ארטיקל. זי האט מיר געפרעגט וועגן די לימודי חול אין די מוסדות וואו איך האב געלערנט, האב איך איר געזאגט אז קוים וואס מ'האט געלערנט לימודי קודש, די גאנצע חסידישע חינוך סיסטעם איז גארנישט מער ווי א בעיביסיטינג סערוויס. מ'שטעלט דיך אריין אין א בית מדרש מיט אן אוצר הספרים און דו דארפסט אליין נעמען די מיה צו עפענען א ספר און נאכקוקן, פרעגן א מגיד שיעור, זיך דורכשמועסן מיט חברים, ס'נישט דא געהעריג קיין קוריקולום וואס מ'לערנט. ווי יענער ראש ישיבה האט געזאגט אז ס'דא וואס מיינען אז פרייטאג איז נישט דא קיין סדרי הישיבה, אבער ס'איז נישט ריכטיג, פרייטאג איז דא געהעריגע סדר נאר די לימוד איז אז מ'לערנט וואס מ'וויל, און וויבאלד דער עולם וויל נישט לערנען גארנישט לערנט מען גארנישט...
און אז מ'רעדט שוין האט מיך מיין טאטע אנגערופן לעצטע וואך פרעגן מיין חוות דעת איבער דעם ארטיקל און צו איך האב געזעהן די קליפס פון די וואס "ענטפערן אפ", האב איך איהם געזאגט אז איך זעה נישט וואס ס'דא צו "ענטפערן", זיי זאגן פשוט טרוקענע פאקטן, איינער דינגט זיך דערמיט? זאגט ער מיר יא אבער "זיי" זאלן "אונז" נישט איינטיילן וויאזוי מחנך צו זיי אונזערע קינדער, מיר גיבן זיך זייער גוט אליין אן עצה... האב איך איהם *אנגעשריגן - "ניין! עטץ געבטס ענק נישט אליינס אן עצה! עטץ צו'מזיק'טס ענקערע קינדער, און דו ווייסט עס גאנץ גוט!", "יא" - האט ער זיך פארענטפערט - "אבער אונזערע פירות זענען נאכאלץ בעסער ווי די גוי'אישע (ליין: ניו יארקער שווארצע, מעקסיקאנע, און פאטריקאנע) פירות..." האב איך איהם געענטפערט אז ענק זענען דאך נישט קיין גוים, דער גוי צו'מזיק'ט נישט זיינע קינדער, ער לאזט זיי זיך אליינס צו'מזיק'ן ווייל ער האלט נישט אז עלטערן דארפן נעמען אחריות אויף זייערע קינדער'ס חינוך נאר מ'קען לאזן די קינדער מחונך ווערן פון די גאס, ענק האלטן דאך אבער אז עלטערן טראגן יא די פולע אחריות אויף זייערע קינדער'ס חינוך איז פארוואס נעמען ענק זיך נישט אין די הענט אריין? לאמיר זעהן וואו עטץ נעמטס אחריות! שוין, האט ער גענומען זאגן אנדערע נארישע ארגומענטן האב איך מיך אנגערופן אז די שמועס דערמאנט מיר פון די רעבארן זלמן לייב וויכוחים אין ישיבה, און דארט האט זיך די שמועס געענדיגט...
*כ'האב חס ושלום נישט געשריגן אויף מיין טאטע, בכלל בין איך נישט קיין מענטש וואס שרייט, כ'האב נאר גענוצט א "firm voice" ווי ס'הייסט, און אסאך מאל איז דאס דאס גאנצע וואס אזעלכע חברה דארפן צו הערן, פשוט א פעסטע ניין, ס'איז פונקט ווי מ'באהאנדלט א קליין קינד.