באהעלפער האט געשריבן:איך געדענק גוט די אלע פרטים וואס דו שרייבסט. אבער כ'פארשטיי נישט ביז היינט וויאזוי האט שומרים עהם געקענט מסדר זיין.
דו ווייסט פרטים וויאזוי זיי האבן עהם געמאכט סטאפן דעם בלעטל?
באהעלפער: יא. זיי האבן אויסגעארבעט א גרונטליכן פלאן. און זיי האבן עס נאכגעפאלגט מעטאדיש. איינס פון זייערע אקציעס אקעגן איהם איז געווען אז זיי האבן אויסגערופן אן אפיציעלן באיקאט אויף זיין שמוץ בלעט, פנים חדשות (חלשות). זיי האבן אוועקגעשטעלט פאטאגראפיסטן (וואס איינער פון די הויפט אנפיהרערס פון די שומרים איז געווען אין די ליין) ביי די הויפט ניוס סטענדס וואו זיין צייטונג האט זיך פארקויפט. א יעדער וואס האט געקויפט זיין צייטונג האט מען אפגעפיקטשערט און מפרסם געווען ברבים. אז דער מענטש שטיצט א געמיינעם בעל לשון הרע ורכילות. את חטאי אני מזכיר. איך האב "דאך" זייער שטארק געוואלט קויפן דעם בלעטל. אויך ביניך געווען א שליח פאר א צווייטן מענטש. ביניך געגאנגען צו א ניוס סטענד נישט אין די אידישע געגנט. איך האב טאקע גענוג געציטערט אז א פאטאגראפיסט וועט אויסוואקסן און מיר נעמען א פיקטשער און מפרסם זיין ברבים. אויך האבן זיי אפגעראכטן א ..."פעיק"... לויה פאר חיים שאולזאן. מיט אן עכטן ארון (מתים) און הויכהילכערס וועלכע האבן אויסגערופן זיין לויה. אויך האבן זיי אפגעראכטן טעגליכע דעמאנסטראציעס ביי זיין הויז באגלייט מיט דרשות און לאזונגען אקעגן איהם. ווען ער האט חתונה געמאכט א זון, אין א לאקאלן האלל אין בארא פארק, האבן זיי ארויסגענימען א פערמיט צו מעגן דעמאנסטרירן ביים דעם האלל. ער האט געמוזט אנקומען צו פאליציי פראטעקשן. אויך האבן זיי געשריגן און געמאכט א גרויסן רעש ביי די חופה. און חתונה. לסוף האט ער בכלל אוועקגעמופט פון בארא פארק.
איך וויל נישט זאגן דעם פסוק אויף איהם. ווייל ער קען נאך תשובה טון...!