Under maintenance
הויפט זייט » אפשר, אפשר, אפשר, טויזנט אפשר'ס טראכט איך היינט.

אפשר, אפשר, אפשר, טויזנט אפשר'ס טראכט איך היינט.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15571
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 9:56 pm#509643
אפשר, אפשר, אפשר, טויזנט אפשר'ס טראכט איך היינט.
פון א געווענליכע טאג איז געווארן א טאג צום געדענקען,
אלע אָדערן וואס איך פארמאג האבן אנגעהויבן בלוט צו שענקען,
איך האב פארשטאנען אז צו דעם טאג וועט זיך אייביג בענקען,
און אויב איך דארף האלטן דיין פלאג וועל איך קיינמאל נישט קווענקלען.

האסט גענייגט און געקוקט ווי א קליין קינד מיט געבעט,
געדרייט און געדריקט יעדעס ווארט אזוי אז וואס לענגער זיך מ'זעהט,
הארציגע כוואליעס האסטו געשיקט ווי א טשעכן אויפן ברעט,
און מיט א שמייכל מיך צעפליקט ווען צום טיר איך טרעט.

דו האסט ארויסגעוויזן א געפיל צו מיר זייער זייער אפן,
ווי כאילו איך בין דער ציל וואס דו האסט ענדליך ענדליך געטראפן,
גערעדט אין מיין פנים אריין שטיל זיך באנוצט מיט יעדעס וואפן,
דיין פארע אויף מיין אויער איז שוין קיל אבער די זכרון איז נאכנישט אנטלאפן.

אפשר, אפשר, אפשר, טויזנט אפשר'ס טראכט איך היינט.
אפשר האסטו בלויז געזיכט אנערקענונג צו דיין זעהל וואס וויינט,
אפשר בין איך איינגערעדט און דו האסט באמת נישט דאס געמיינט,
אפשר האסטו מיך געוואלט צוברעכן ווייל די האסט מיך פיינט,
אפשר האב איך דיר אינגאנצן נישט גוט אפגעליינט,
אפשר האסטו נישט פארגינט צו זעהן ווי מיין לעכטל שיינט.
אפשר ביסטו פשוט קראנק און צו יעדן מאכסטו זיך באַ'חֵן'ט,

און אפשר נעמסטו בלויז נקמה צו דעם וואס איך האב דעמאלץ נישט רעאגירט, און דו טוהסט דאס צוריק צו מיר היינט.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 11:13 pm#509648
איך שפיר דיין ווייטאג
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 1:14 am#509658
Re: אפשר, אפשר, אפשר, טויזנט אפשר'ס טראכט איך היינט.
איך שפור דאס זעלביגע, מעיטי!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk