Under maintenance
הויפט זייט » גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל

גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15574
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 10:52 am#509741
גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל
כ'זעה אסאך מאל ביי מיינע אויפגעקלערטע חברים אז צוליב פארשידענע געדאנקען איבער אונזער געזעלשאפט מיינען זיי אז דערפאר זענען מיר א נארישע נידעריגע קולטור וואס געט נישט צו צו די וועלט. צב"ש, אונזער מוזיק איז סתם נארישע מוזיק. אז דו ווילסט הערן "עכטע" מוזיק, דארפסטו זיין גענוג קיל צו הערן לענארד כהן אדער אפילו די פּאפּ קעניגינס פון אמעריקע.

חרדישע מוזיק? נע! חסידישע מוזיק? עה! "אונז פארשטיי מיר נישט צו די 'עכטע' מוזיק!"

און במחילה, איך האלט אז טייל אויפגעקלערטע מאכן די זעלבע טעות לגבי השקפות און דעות, כאילו די גויאישע וועלט האט די "עכטע" פארגעשריטענע דעות, און יעדע דעה מיט וואס אונז זעמיר חולק איז צוריקגעבליבן. דאס איז נוגע סיי לגבי די וואס קויפן אפ יעדן געניץ פון ליבעראלן, און סיי די וואס כאפן בשתי ידיים יעדן שטות פון קריסטליכע קאנסערוואטיוון און זייערע פרעדיגערס.

די גויאישע-אמעריקאנער קולטור איז א קולטור פונקט ווי אלע. ס'איז געמאכט דורך מענטשן פון בלוט און פלייש פונקט ווי אונז אלע. יא, ס'האט א מעלה אז ס'איז אפען פאר נייע געדאנקען, און אויפגעקלערטע מענטשן קענען דארטן טרעפן ענינים וואס ביי אונז ווייסט מען נישט אפילו ווי אזוי אנצוקוקן. אבער מ'דארף אייביג געדענקען אז אונזער רייכער קולטור האט אויך וואס צו אָפערן און מ'דארף זיך נישט אייביג שעמען מיט אונזערע דעות און אפילו סתם געפיל און טעיסט פאר מוזיק, מאכלים, ליטעראטור, פאליטיק, און אפילו חכמות העולם.

פארוואס זאג איך דאס יעצט. ווייל מיר קוקן מיט פאסצינאציע ווי די גויאישע וועלט האט די וואך פלוצלינג אנטדעקט קליפס פון מיאמי בויז קווייער, און די חברה מאכן א חיים טובים מיט'ן זען א געשמאקע מוזיק זשאנער וואס איז פרעמד פאר זיי און האבן שטארק הנאה. און את חטאי אני מזכיר, אויב וואלטסטו מיר געפרעגט דריי וואכן צוריק אויב מיאמי בויז האט אין זיך עפעס אריגינעלקייט און ברענגט עפעס א חידוש פאר די וועלט, וואלט איך געזאגט אז ניין. מסתמא וואלט איך געזאגט אז ס'איז סתם קטנות'דיגע זינגערייען, און וואס אימער דערפון וואס איז יא אין מויל צו נעמען, איז מסתמא נאכגעמאכט פון גויאישע זינגערס און קאמפאזערס און קאראעגראפערס. אבער ס'איז נישט אזוי. ס'איז יעצט קלאר אז מיאמי בויז איז יוניק, און ברענגט א חידוש אויף דער וועלט.

און מיר דארפן געדענקען אז דאס זעלבע איז מיט אלעם פון אונזער קולטור און געזעלשאפט. מ'טאר זיך נישט שפירן קליין און נאריש קעגן די מעכטיגע וועלטליכע קולטור. צי ס'איז נוגע ענטערטעינמענט, צי ס'איז נוגע די יעצטיגע השקפה ביי ליבעראלן אדער היימישע קריסטליכע קאנסערוואטיוון, צי האט צוטוהן מיט טאלאנט און כשרון. מ'דארף קוקן אויף יעדע זאך מיט אפענע אויגן, און זען צו נעמען פון איבעראל וואס איז גוט, אמת און הייליג. און נישט ווייל מ'שפירט א שטומפיגקייט און דערשטיקטקייט ביי אונז זאל מען מיינען אז אלעס ביי אונז איז נאריש, און ביי זיי איז אלעס עכט און אמת.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 11:25 am#509742
קען מען לייקן 10 מאל?

קאט נאט עגרי מור.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 11:29 am#509743
איך קען קוים ווארטן ווען זיי גייען זיך כאפן אויף א גיטע mbd קלאסיק ווי משוגע זיי גייען ווערן דערפון
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 11:58 am#509745
איך מיין אז איינער זאל זיי זאפארט אריינשיקן א שטיקל פון יאסעלע ראזנבלעט אדער פון ר' יו"ט ערליך...

אבער ערנסט גערעדט, ס'איז טאקע דא אסאך טאלענט ביי אונז, און אזוי ווי איבעראל איז דא ביי אונז גוטע מיט נישט גוטע זאכן ציגלייך, און מען קען בוחר זיין די גוטע פון דא און פון דארט.

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס א היימישע ניגון גייט ווייראל, עס איז שוין געשען אפאר יאר צירוק מיט די קליפ פון שירה כאר "אם השם לא יבנה.." וואס האט שוין איבער 23 מיליאן וויאוס און רוב קאמענטס זענען גויאישע.

און מיאמי בויז כאר איז אויך נישט אוועקצומאכן. ירחמיאל ביגאן האט שוין אין די דרייסיג יאר וואס ער פירט אהן די כאר ארויסגעגעבן גאר שטארקע ניגונים.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 12:13 pm#509746
Re: גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל
לינק?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 12:48 pm#509749
Re: גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל
די טיקטאק קליפ איז געגאנגען "וויירעל".
m https://vm.tiktok.com/ZTRatnvdB m
m https://youtu.be/GNGH6E7-pFQ m
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 12:50 pm#509750
Re: גוים דערמאנען אונז אז 'מיאמי בויז' זענען אויך קיל
דא האסטו אן ארטיקל דערוועגן אין "פארווערטס".
m https://forward.com/culture/519230/miam ... iral-video m
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 1:27 pm#509753
עצי שטים האט געשריבן:איך מיין אז איינער זאל זיי זאפארט אריינשיקן א שטיקל פון יאסעלע ראזנבלעט אדער פון ר' יו"ט ערליך...

אבער ערנסט גערעדט, ס'איז טאקע דא אסאך טאלענט ביי אונז, און אזוי ווי איבעראל איז דא ביי אונז גוטע מיט נישט גוטע זאכן ציגלייך, און מען קען בוחר זיין די גוטע פון דא און פון דארט.

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס א היימישע ניגון גייט ווייראל, עס איז שוין געשען אפאר יאר צירוק מיט די קליפ פון שירה כאר "אם השם לא יבנה.." וואס האט שוין איבער 23 מיליאן וויאוס און רוב קאמענטס זענען גויאישע.

און מיאמי בויז כאר איז אויך נישט אוועקצומאכן. ירחמיאל ביגאן האט שוין אין די דרייסיג יאר וואס ער פירט אהן די כאר ארויסגעגעבן גאר שטארקע ניגונים.

צום מזל געשעט עס פונקט מיט קליפס אדער ניגונים וואס זענען פערצופאל פון די שוואכסטע וואס אונז האבן צו ווייזן. ס'דא סך שענערע קליפס פון שירה צוזאמען מיט מוזיק (מיט חסידישע בענדס) אויף יוטוב, און מיאמי האט בעסערע ניגונים ווי דער בלאסער ירושלים ''ניגון'' וואס האט קיין הענט און פיס.
מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2022 10:58 pm#509774
די נקודה בנוגע נישט צו האבן קולטור אינסעקיוריטי איז וואליד. אבער לאמיר זיין קלאר, מיר פארשטייען נישט די זשען זי טיק טאק צינישע קולטור. זיי טרייבן לצנות און זענען בכלל נישט באגייסטערט פון מיאמי באויז קווייער. די סארקאזאם קומט טאקע פון די פארקערטע עדיטוד, קולטורליכע סופרעמעסי. פון זייער פערספעקטיוו, ווען זיי ניצן זייערע מוזיק ווידאוס און קאנצערטן אלס א פרעים אוו רעפערענס, איז די מוזיק ווידאו א חלום פון א פארשלאפעניש.

ס'איז פארהא א בחינה פון "ס'איז אזוי גיט ווייל ס'איז אזוי שלעכט." דאס מיינט אז פארשידענע מאוויס זענען אזוי קאמיש נישט ווייל די פראדאצירער האבן געוואלט מאכן א קאמעדי מאווי, נאר פשוט ס'איז קאמיש ווי שלעכט די מאווי איז. ס'איז פארהאן גאנצעטע ליסטעס פון באקאנטע אומגעלונגענע מאוויס וואס איז געווארן קולט מאוויס פארן זיין אויסגעצייכענט שלעכט.

ס'איז פארהאן א טי ווי סעריע, Mystery Science Theater 3000, וואס איז באזירט אויף דעם קאנצעפט.

טיק טאק האט זיך צוגעכאפט צו מבק פאר די זעלבע סיבה.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 12:14 am#509776
שוין, די boomers זענען ווידער געפאלן א קרבן פאר Zoomer humor, דיזע זענען צוויי יוטובס וואס כ'האב געזעהן פאר א שטיק צייט צוריק וואס זענען מסביר וויאזוי זומער הומאר ארבעט, כ'געדענק נישט וועלכע איז געווען די וואס האט מיר עס קלארגעמאכט דערפאר שטעל איך ביידע, והבוחר יבחר.

ענדיוועיס, וואס אנבאלאנגט חרדישע פאפ מוזיק: פאפ מוזיק פארקויפט א געוויסע אפענקייט (אנדערע רופן דאס "נידעריגקייט") וואס חרדים האבן ניטאמאל קיין מושג ווי דאס צו עסן, דאס פראדוצירן און פארקויפן איז דאך אפגערעדט. הערטס אויס חברה, עטץ סאקטס אויף פאפ מוזיק, לאזטס אייך ארויס פון דעם פעלד ווי שנעלער. אקעי, עטץ זענטס אויסגעהונגערט נאך אביסעלע אסור'ע פאפ דערפאר פראדוצירט עטץ סחורה וואס האט א טעם ווי פארעווע אייזקריעם און פסח'דיגע קעיק, מוחל, אבער אז איר וועט פרובירן עס פארגלייכן צו די ריכטיגע סחורה וועט איר ווערן א צילברעט פאר נאך א פלייץ פון zoomer humor.. ס'דא אנדערע זשאנערס אויף וואס איר קענט זיך פארלייגן, צ.ב. פארצייטישע ווארעמע ניגונים, אויף דעם טויגן ענק זייער גוט, ענדערש פארלייגטס אייך אויף יענץ און לאזטס די פאפ פאר די וואס טויגן דערויף.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 12:42 am#509779
יואליש האט געשריבן:די נקודה בנוגע נישט צו האבן קולטור אינסעקיוריטי איז וואליד. אבער לאמיר זיין קלאר, מיר פארשטייען נישט די זשען זי טיק טאק צינישע קולטור. זיי טרייבן לצנות און זענען בכלל נישט באגייסטערט פון מיאמי באויז קווייער. די סארקאזאם קומט טאקע פון די פארקערטע עדיטוד, קולטורליכע סופרעמעסי. פון זייער פערספעקטיוו, ווען זיי ניצן זייערע מוזיק ווידאוס און קאנצערטן אלס א פרעים אוו רעפערענס, איז די מוזיק ווידאו א חלום פון א פארשלאפעניש.

ס'איז פארהא א בחינה פון "ס'איז אזוי גיט ווייל ס'איז אזוי שלעכט." דאס מיינט אז פארשידענע מאוויס זענען אזוי קאמיש נישט ווייל די פראדאצירער האבן געוואלט מאכן א קאמעדי מאווי, נאר פשוט ס'איז קאמיש ווי שלעכט די מאווי איז. ס'איז פארהאן גאנצעטע ליסטעס פון באקאנטע אומגעלונגענע מאוויס וואס איז געווארן קולט מאוויס פארן זיין אויסגעצייכענט שלעכט.

ס'איז פארהאן א טי ווי סעריע, Mystery Science Theater 3000, וואס איז באזירט אויף דעם קאנצעפט.

טיק טאק האט זיך צוגעכאפט צו מבק פאר די זעלבע סיבה.

זיי זענען יא באגייסטערט
זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 1:19 am#509780
החוקר האט געשריבן:https://youtu.be/GNGH6E7-pFQ

די קאמענטס זענען גאנץ אינטרעסאנט צו ליינען!
זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 1:59 am#509781
בעת די נקודה וואס דו פראבירסט ארויסברענגען איז וואליד און ריכטיג, קוקט מיר אויס דיין פאסינאציע פון אפאר מיליאן וויאוס אויפ'ן טיקטאק פלאטפארמע געשלאגן מיט אט די זעלבע נקודה וואס דו רייסט אונטער.

די סעקולארע אלגעמיינע וועלט - און זיכער נישט עטליכע מיליאן טיקטאק באנוצער - האבן נישט בעלות צי ספעציעלע מבינות אויף קאלטור מער ווי דיר - פשוט'ער חרדי'שער איד, אז דיין בליק אויף מ.ב.ק. זאל זיך רוקן ארויף אדער אראפ בלויז ווייל "זיי" זענען אנטציקט געווארן.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2022 8:50 am#509788
יואליש האט געשריבן:די נקודה בנוגע נישט צו האבן קולטור אינסעקיוריטי איז וואליד. אבער לאמיר זיין קלאר, מיר פארשטייען נישט די זשען זי טיק טאק צינישע קולטור. זיי טרייבן לצנות און זענען בכלל נישט באגייסטערט פון מיאמי באויז קווייער. די סארקאזאם קומט טאקע פון די פארקערטע עדיטוד, קולטורליכע סופרעמעסי. פון זייער פערספעקטיוו, ווען זיי ניצן זייערע מוזיק ווידאוס און קאנצערטן אלס א פרעים אוו רעפערענס, איז די מוזיק ווידאו א חלום פון א פארשלאפעניש.

ס'איז פארהא א בחינה פון "ס'איז אזוי גיט ווייל ס'איז אזוי שלעכט." דאס מיינט אז פארשידענע מאוויס זענען אזוי קאמיש נישט ווייל די פראדאצירער האבן געוואלט מאכן א קאמעדי מאווי, נאר פשוט ס'איז קאמיש ווי שלעכט די מאווי איז. ס'איז פארהאן גאנצעטע ליסטעס פון באקאנטע אומגעלונגענע מאוויס וואס איז געווארן קולט מאוויס פארן זיין אויסגעצייכענט שלעכט.

ס'איז פארהאן א טי ווי סעריע, Mystery Science Theater 3000, וואס איז באזירט אויף דעם קאנצעפט.

טיק טאק האט זיך צוגעכאפט צו מבק פאר די זעלבע סיבה.

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שוין, די boomers זענען ווידער געפאלן א קרבן פאר Zoomer humor, דיזע זענען צוויי יוטובס וואס כ'האב געזעהן פאר א שטיק צייט צוריק וואס זענען מסביר וויאזוי זומער הומאר ארבעט, כ'געדענק נישט וועלכע איז געווען די וואס האט מיר עס קלארגעמאכט דערפאר שטעל איך ביידע, והבוחר יבחר.

ענדיוועיס, וואס אנבאלאנגט חרדישע פאפ מוזיק: פאפ מוזיק פארקויפט א געוויסע אפענקייט (אנדערע רופן דאס "נידעריגקייט") וואס חרדים האבן ניטאמאל קיין מושג ווי דאס צו עסן, דאס פראדוצירן און פארקויפן איז דאך אפגערעדט. הערטס אויס חברה, עטץ סאקטס אויף פאפ מוזיק, לאזטס אייך ארויס פון דעם פעלד ווי שנעלער. אקעי, עטץ זענטס אויסגעהונגערט נאך אביסעלע אסור'ע פאפ דערפאר פראדוצירט עטץ סחורה וואס האט א טעם ווי פארעווע אייזקריעם און פסח'דיגע קעיק, מוחל, אבער אז איר וועט פרובירן עס פארגלייכן צו די ריכטיגע סחורה וועט איר ווערן א צילברעט פאר נאך א פלייץ פון zoomer humor.. ס'דא אנדערע זשאנערס אויף וואס איר קענט זיך פארלייגן, צ.ב. פארצייטישע ווארעמע ניגונים, אויף דעם טויגן ענק זייער גוט, ענדערש פארלייגטס אייך אויף יענץ און לאזטס די פאפ פאר די וואס טויגן דערויף.

עס קען זיין אז ווער עס האט עס ארגינעל פארשפרייט האט געמיינט די דזשאוק שבו, פון ווי נישט גוט עס איז. אבער פון די קאמענטס זעט מען אז גאר אסאך האבן הנאה דערפון.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 1:13 pm#509872
The hottest musical act on TikTok is a group of Jewish tweens singing Orthodox pop songs in Hebrew
m https://www.nbcnews.com/pop-culture/hot ... -rcna49842 m
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 4:52 pm#509874
איך האב נישט געזעהן קיין פראפעסיאנאלן מוזיק אנעלאזירער ווערן באגייסטערט.
סך הכל אפאר לאנגווייליגע טיקטאק טינס.

איך האלט אז ישיבה בויס כאר און אידיש נחת פאקן זיי 10 מאל איבער. סיי מיט הארמאניס, סאלאס און מוזיק.

אפשר זענען זיי פשוט באגייסטערט אז אידן קענען בכלל פערפארמען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 6:01 pm#509877
א זאך וואס הונדערטער טויזוינטער מענטשן זענען איבערגענומען, און דו רופסט עס "אפאר לאנגווייליגע טיקטאק טינס".
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 7:16 pm#509878
בת קול האט געשריבן:איך האלט אז ישיבה בויס כאר און אידיש נחת פאקן זיי 10 מאל איבער. סיי מיט הארמאניס, סאלאס און מוזיק.

איך גראדע האלט נישט אזוי, ישיבה בויס קווייער מאכן צופיל נויז אזש די קאפ דרייעט זיך, אבער אלענפאלס איז מיאמי געווען די וועג ווייזער פאר אלע היינטיגע בויס קווייערס, זיין א פיאניר איז א גרעסערע קונץ ווי נאכמאכן יענעם, אפילו אויב מען מאכט עס נאך בעסער ווי די אריגינעלע.
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 7:59 pm#509879
פרנס החודש האט געשריבן:א זאך וואס הונדערטער טויזוינטער מענטשן זענען איבערגענומען, און דו רופסט עס "אפאר לאנגווייליגע טיקטאק טינס".



ווער דען דרייט זיך אויף טיקטאק?
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:08 pm#509880
אויך דאכט זיך מיר אז ירושלים איז די סטודיא ווערזיע.
זיי זענען נישט אזוי גוט ווען מען זעהט זיי לייוו.

די לינק איז זיכער די סטודיא ווערזיע געמאכט אלץ א וואויס אווער.
ס׳איז די זעלבע אויפן האר.
כ׳קען די טרעק אויסעווענדיג און ס׳איז נישט מעגליך אז דאס איז לייוו.

(כ׳בין געווען א געשוואוירענע פען אמאל…)
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:12 pm#509881
דאס איז ווי אזוי זיי פערפארמען באמת לייוו.

A far cry.

די ווערזיע הערט זיך לייוו. נישט דא קיין auto tune ביי די סאלאס.
(די כאר הערט זיך יא ווי סטודיא אבער מיז נישט זיין.)
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:28 pm#509882
איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עפעס ווערט א טרענד אויף סאשעל מידיע, אבער טאלאנט/גוטע תוכן איז בכלל נישט עפעס א מעין רעסעפי פאר דעם.
די ווידיאו מוז בכלל נישט זיין די בעסטע יודישע מוזיק ווידיאו צו געזעהן ווערן דורך מיליאנען מענטשן, קען זיין ווי @בת קול שרייבט איז עס פשוט אינטרעסאנט פאר מענטשן אז היימישע קענען אויך פערפארמען.
(אין די אלגעמיינע וועלט זענען די טרענדס אפטמאל באצאלט און/ אדער אונטערגעשטעלט, אבער כ’בין נישט חושד מב”ק אויף דעם)
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 11:34 pm#509891
די ניגון איז געווארן א פאפולערע גויאישע ניגון...
דא האט אידישליך ארויפגעשטעלט ווי די ניגון שפילט אין א באר... און ווי א באקאנטע ראדיא סטאנציע אין קאלעפארניע שפילט דעם ניגון...
m https://t.me/Yiddishlech/12035?single m
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 1:34 am#509892
מען מישט אויס די טרענדס...
מאנטאג אקטאבער 03, 2022 3:22 pm#509998
איך בין זייער אימפרעסט אז אייוועלט האט אזא אשכול אויך