Under maintenance
הויפט זייט » הרב בערלאנד ווערט פארשיקט פון אוקריינא

הרב בערלאנד ווערט פארשיקט פון אוקריינא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15578
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 4:20 pm#509797
הרב בערלאנד ווערט פארשיקט פון אוקריינא
אויפן וועג קיין אומן ביים אוקריינא-מאלדובה גרעניץ, האט מען פארשיקט הרב בערלאנד צוריק אריין קיין מאלדובה מיט א שווארצן זיגל אויפ’ן פאספארט, אנגעבליך צוליב וואס ער האט גערעדט מיט א צייט צוריק קעגן זעלענסקי.
מפי השמועה האט ער צוגעזאגט עולם הבא פאר ווער עס וועט הרג’ענן דעם אוקראיני פרעזידענט... די וועג אהין האט הרב ברלאנד געמאכט מיט א פריוואטן פליגער קאסטנדיג א קנאפע 200 טויזנט ש”ח.

ציניקער צייגן אן אז מיט אזא קאמוניסטישער מהלך אין אוקראינה איז שוין פוטין א געווינער...
(פערזענליך האלט איך גראדע אז בשעת מלחמה איז נישט מער ווי רעכט אים נישט אריינצולאזן)

ווער עס האט פרטים און אוואדי אויב איינער האט מיטגעהאלטן די קיבוץ מלדובה זאל ביטע אריינקומען..
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 7:56 pm#509801
גענוג. באהעלפער איז אויסגעשפארט.
מנהל
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 8:46 pm#509805
בשובו בנים מפרסמים וידאו: לטענתם הלל כהן איים על חסידיו של הרב ברלנד שלא יעיזו אפילו באמירה אחת קטנה לעשות טעות "אתם תתחרטו" לטענתם הוא איים בויזה שחורה גם על החסידים
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:59 am#509821
באהעלפער האט געשריבן:גענוג. באהעלפער איז אויסגעשפארט.
מנהל


נאך אזא לעכטיגען יום טוב הייבט שוין אהן אויסצושפארן פין אוזערע ברידער און חברים אין ק״ש? את אחי אנכי אבקש און ברענג ציריק דעם באהעלפער על מקומו ועל כנו. איז דעיס נישט די ענין פין די הייליגע טעג אז דער רבונו של עולם זאגט קיינמאל נישט ׳געניג איז געניג׳.
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 10:39 pm#509862
וואס טוט דער רבש"ע מיט די ספרי מתים?...
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 1:04 am#509863
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס טוט דער רבש"ע מיט די ספרי מתים?...


מ'דארף האבן די ספרי מתים, ווייל אן זיי איז נישטא קיין בינונים..
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 9:13 am#509898
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס טוט דער רבש"ע מיט די ספרי מתים?...


זיי קומען צוריק אין א נייע גלגול. והמ"י.
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 1:02 pm#509904
היסטאריע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס טוט דער רבש"ע מיט די ספרי מתים?...


זיי קומען צוריק אין א נייע גלגול. והמ"י.

והמבין יבין? דהיינו
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:13 pm#509905
פויגל מילעך האט געשריבן:והמבין יבין? דהיינו

מיט דיין תגובה האסטו שוין פארענטפערט דיין פראגע
דינסטאג אקטאבער 04, 2022 1:53 pm#510037
פרנס החודש האט געשריבן:
פויגל מילעך האט געשריבן:והמבין יבין? דהיינו

מיט דיין תגובה האסטו שוין פארענטפערט דיין פראגע

איך פארשטיי נישט
דינסטאג אקטאבער 04, 2022 1:58 pm#510039
אנטשולדיגונג פאר'ן לייגן דאפלט, חזרה איז אלץ א גוטע זאך.
מיטוואך אקטאבער 19, 2022 3:47 pm#510343
למעשה איז דער 'הרב' בערלאנד צום סוף נישט געווען אין אומאן אויף ראש השנה

פיין און וואויל
מיטוואך אקטאבער 19, 2022 11:37 pm#510362
נחום הסופר האט געשריבן:למעשה איז דער 'הרב' בערלאנד צום סוף נישט געווען אין אומאן אויף ראש השנה

פיין און וואויל

”בנפול אויבך אל תשמח ובכשלו, אל יגל לבך פן-יראה השם, ורע בעיניו והשיב מעליו אפו.“ (משלי כ"ד, פסוק י"ז – י"ח)
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 1:38 am#510366
מתבודד האט געשריבן:אויפן וועג קיין אומן ביים אוקריינא-מאלדובה גרעניץ, האט מען פארשיקט הרב בערלאנד צוריק אריין קיין מאלדובה מיט א שווארצן זיגל אויפ’ן פאספארט, אנגעבליך צוליב וואס ער האט גערעדט מיט א צייט צוריק קעגן זעלענסקי.
מפי השמועה האט ער צוגעזאגט עולם הבא פאר ווער עס וועט הרג’ענן דעם אוקראיני פרעזידענט... די וועג אהין האט הרב ברלאנד געמאכט מיט א פריוואטן פליגער קאסטנדיג א קנאפע 200 טויזנט ש”ח.

ציניקער צייגן אן אז מיט אזא קאמוניסטישער מהלך אין אוקראינה איז שוין פוטין א געווינער...
(פערזענליך האלט איך גראדע אז בשעת מלחמה איז נישט מער ווי רעכט אים נישט אריינצולאזן)

ווער עס האט פרטים און אוואדי אויב איינער האט מיטגעהאלטן די קיבוץ מלדובה זאל ביטע אריינקומען..
איך ווייס פון א אינגערמאן וואס האט שוין געהאט א שווארצע זיגל נאך פון קאוויד צייטן ווען די גרעניצן פון אוקראינה זענען געווען פארשלאסן און ער האט זיך אריינגעשמאגלט פארשטעלט ווי א גוי האט ער איצט נאכאמאל פרובירט צו שווערצן אזוי ווי ער האט געטוען פאר יאר אבער עס האט אים נישט געהאלפן צופיל........ ווייל איז געווארן ארעסטירט און נאך צוויי טעג באפרייט און געפראוועט ראש השנה און מאלדאווע......
דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:10 pm#510421
town1 האט געשריבן:
נחום הסופר האט געשריבן:למעשה איז דער 'הרב' בערלאנד צום סוף נישט געווען אין אומאן אויף ראש השנה

פיין און וואויל

”בנפול אויבך אל תשמח ובכשלו, אל יגל לבך פן-יראה השם, ורע בעיניו והשיב מעליו אפו.“ (משלי כ"ד, פסוק י"ז – י"ח)


"ישמח צדיק כי חזה נקם פעמיו ירחץ בדם הרשע" (תהלים נ"ח, פסוק י"א)