מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 7:32 pm#512094
נאאיווע בחורים, צעהיצט דורך רצ"מ זילבערבערג, מאכן חורבנות
דער באקאנטער עובד ה' רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ווערט אין די לעצטע יארן מער און מער ווילד און עקסטרעם, און לעצטענס האט ער אנגעהעצט זיין ציבור צו וואנדאליזירן כשר'ע כלים וואס ווערן געניצט אין בתי מדרשים פאר נדבות.
עס האנדלט זיך פון די "נדרים פלוס" מאשין וואס שוין איבער 7 יאר געפונט זיך עס אין טויזנטער בתי מדרשים אין א"י - אריינגערעכנט סאטמאר, תולדות אהרן, מאה שערים, וכו' וכו' - וואו יעדער קען גרינג געבן זייערע נדבות פאר צדקה. פארשטייט זיך אז די כלי איז גענצליך אפגעשלאסן צו סיי וואספארא צוטריט, און מ'קען דערמיט נאר געבן נדבות. דאס איז ענליך צו פארשידענע כלים וואס איז דא דא אין ניו יארק, ווי "תורם" אד"ג. איבער די יארן זענען שוין געמאכט געווארן ארום צוואנציג מיליאן נדבות אויף "נדרים פלוס" אין דעם ווערד פון בערך צוויי ביליאן דאלאר!
אין זיינע העצערישע עקסטרעמע דרשות איז רבי צבי מאיר ארויסגעקומען מיט ווילדע אטאקעס קעגן יעדער וואס זעט נישט זיין מערכה אויף דעם זעלבן אופן, און האט ספעציפיש געהעצט קעגן די מאשינען. זייט די דרשה זענען שוין די מאשינען אין פילע בתי מדרשים אינגאנצן וואנדאליזירט און צובראכן געווארן.
אין א באריכט אויף בחדרי חרדים קען מען זען ווידיאס ווי פּיצי אויפגעהעצטע תמימות'דיגע בחורים וואנדאליזירן די רכוש פון אנדערע אידן, אלס רעזולטאט פון די העצעס פון דעם עקסטרעמען עובד ה' רצ"מ זילבערבערג, וואס רעכענט זיך נישט מיט דעם אז גאנץ כלל ישראל האלט אנדערש ווי אים.