געפילטע פיש האט געשריבן:אין איינער פון די צוויי וואלט די אשכול פארמעקט געווארן, ואידך פירושא זיל גמור.
נישט ממש אזוי!! ווען קאווע האט זיך געעפענט האט מען לאנג ארום געשמועסט וועגן קאווע, אין פאקט איך בין געוואר געווארן פון קאווע שטיבל טאקע אויף איי וועלט !!
די אשכול האט געהייסן "א אפענע שמועס פון איי וועלט צענזור".
למעשה אלע מגיבים דארט האבן ארויסגעברענגט ווי שטארק זיי האבן הנאה פון די צענזור!!
זעהט אויס אז די חברה ווילן ביידע, זיי ווילן האבן סיי א קלינע סייט וואס אויב איינער זאגט אביסל אנדערש ווי זיי מעקט מען עס אויס, און א נושא וואס וואלט ארויפגעפלויגן אויף נחום'ס סייט איז דארט בבל יראה ובל ימצא, און סיי אזא געשמאקע סייט ווי קאווע שטיבל וואס מ'קען יא זיך אביסל אויסלופטערן,
ווייל ס'ביי מיר ברור אז ס'איין גרויסע סייט, די זעלבע ליינערס זיכער, און אביסל פון די שרייבערס.
וואס האלט דער עולם, בין איך גערעכט?