Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעגן מענער שלאגן זייערע ווייבער?

מעגן מענער שלאגן זייערע ווייבער?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 60 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1583
מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:17 am#40781
פון דער גאנצע משא ומתן וויאזוי ס'פארט דא איז מיר משמע אז ס'איז נישט דא קיין ניקס פון דעם פרויענצימער, דאס אליינס פאר זיך איז א שטארקע צריך עיון ובדיקה, פארוואס טאקע נישט? וואס זענען זיי אזוי אנדערש? וואס איז אין אונזער חינוך משפיע אז אזא פשוט'ער קאווע שטיבל זאל זיין גענצליך פרויען ריין??

זאגט מיר נישט אז פרויען באלאנגן אין די קאך וואשן די שמוציגע וועש, אז א קאמפיוטער איז נישט פאר פרויען, אז יידיש איז נאר פאר מענער וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש ווי די פרויען, ווייל הא גופא ונשמתא קושיין, מאי שנא האי מהאי???
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 12:47 am#41749
פאר היימישע פרויען פעלט נישט פארום'ס, א שטייגער ווי איים-א-מאדער וכדו', די אידיש גייט זיי נישט אין לעבן, ס'איז זיי גרינגער אין ענגליש.
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 4:17 am#41784
געפילטע פיש האט געשריבן:פאר היימישע פרויען פעלט נישט פארום'ס, א שטייגער ווי איים-א-מאדער וכדו', די אידיש גייט זיי נישט אין לעבן, ס'איז זיי גרינגער אין ענגליש.

Is it I'm A mother or is it ima mother?
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 7:48 am#41789
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פון דער גאנצע משא ומתן וויאזוי ס'פארט דא איז מיר משמע אז ס'איז נישט דא קיין ניקס פון דעם פרויענצימער, דאס אליינס פאר זיך איז א שטארקע צריך עיון ובדיקה, פארוואס טאקע נישט? וואס זענען זיי אזוי אנדערש? וואס איז אין אונזער חינוך משפיע אז אזא פשוט'ער קאווע שטיבל זאל זיין גענצליך פרויען ריין??

זno אגט מיר נישט אז פרויען באלאנגן אין די קאך וואשן די שמוציגע וועש, אז א קאמפיוטער איז נישט פאר פרויען, אז יידיש איז נאר פאר מענער וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש ווי די פרויען, ווייל הא גופא ונשמתא קושיין, מאי שנא האי מהאי???


NO PROBLEM

אבער דעמאלטס דארף מען טוישען די סלאגען פון קאווע שטיבעל.
במקום, א "רואיג" ווינקעל צו שמועסן און פארברענגען

וועט די סלאגען זיין
א ווינקעל צו שמועסן און פארברענגען


Just a joke
איך בין ח"ו נישט קיין רעסיסט
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 9:13 am#41798
איך בין אויך נישט קיין סעקסיסט און מיט דעם אלעם פארשטיי איך אז אויב די פרויען און מיידלעך דא זאלן זיך רופן מיט זייערע ווייבערישע נעמען וועט שוין איינמאל נישט זיין דא 'רואיג', ס'וועט פליען שטעכערייען מיט קאמפלימענטן ווי זאמד אין מדבר סאהארא, ס'וועט פארלירן יעדען חן און נארמאלקייט, איך פארשטיי אז די מנהלים דא זאלן עס נישט צולאזן. דאך האט מיר שטארק געוואונדערט אז אין גם אחד?? אזעלעכע ניקיס וואס טראגן נעמען פון טראקס און פיליזאפישע טערמינען וכדומה קענען ווען פונקט אזוי זיין פרויען ווי מענער, און למעשה לא מיניה ולא מקצתיה, נישטא קיינער דא וואס האט בכלל אן השגה וואס טוט זיך אין די הערצער פון יענע זייט מחיצה, מ'שרייבט זיך דא ארום ווי כאילו די גאנצע פרויען עקזעסטענס איז לא היה ולא נברא, אפילו קיין משל נישט, דאס וואונדערט מיך, הצרי אין בגלעד, נישטא קיינער, וואס איז פשט דערפון? הדרת נשים??
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:24 am#41821
אפשר ברענגסטו דו רבנית פון כעלעם זאל אהער קומען? זיי דו ערשטע אפשר וועלען אנדרע נאך פאלגען און אויך ברענגען זייערע ווייבער אהער צו שרייבען
זונטאג מערץ 10, 2019 6:49 pm#426137
מעשה
ס'איז געווען אמאל א איד וואס פלעגט כסדר שלאגן די פרוי און זי פלעגט זיך נישט וויסענדיג מאכן - נאכן באקומען שלעק פלעגט זי פשוט אוועק שפאצירן כאילו לא הי' - און צומאל זיך אונטערשמייכלען,
איינמאל האט איר דער מאן געפרעגט איך שלאג און איך האק אריין אין דיר און ניטאמאל מאכסטו זיך וויסענדיג ???
האט זי געענפערט: מיין טייערע מאן. יעדער מאל ווען דו שלאגסט מיר וואש איך אפ דעם "טוילעט" מיט דיין "ציין בארשטעל" [toot brush]
זונטאג מערץ 10, 2019 6:55 pm#426138
מענין לענין.

הערעך נעכטן נאכט דעם צפני' קליין זאגן ביי אן אויפטריט:

א מאסקיטא איז א זכר אדער א נקיבה?
זיכער א נקיבה, וויבאלד זי צאפט בלוט.

כא כא כא האבן זיך די רויבער צעלאכט...
זונטאג מערץ 10, 2019 9:02 pm#426145
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין.

הערעך נעכטן נאכט דעם צפני' קליין זאגן ביי אן אויפטריט:

א מאסקיטא איז א זכר אדער א נקיבה?
זיכער א נקיבה, וויבאלד זי צאפט בלוט.

כא כא כא האבן זיך די רויבער צעלאכט...

מענין לענין באותו בנין
א אלטער פארפאלק זענען געקומען צום דאקטער פאר א אונטערזוכונג - רופט זיך אן דער דאקטער אז סיי דער מאן און סיי דער פרוי האבן די זעלבע "בלוט-טייפ" - רופט זיך אן דער מאן נו וואדע אז זי טרינקט מיין בלוט די לעצטע זיבעציג יאר אוודאי האט זי די זעלבע בלוט טייפ ווי מיר...
דינסטאג מערץ 12, 2019 7:11 pm#426341
היסטאריקער האט געשריבן:דער בעל הטורים זאגט אויפ׳ן פסוק "האשה אשר נתתה לי נתנה לי מן העץ"
זאגט ער "שהכה אותי עם העץ"

נאר בערך די לשון

כ׳האב געזעהן אין איינע פון די לב טהור צעטליך ווי זיי נוצן דעם פירוש אלץ מצוה צו שלאגן די ווייבער.