מאנטאג יאנואר 16, 2023 10:43 pm#515766
ספר מרכבת המשנה על מכילתא דר' ישמעאל - מהדורת מאלעסטאר
גרויס פרייד הערשט ביי חובשי ספסלי ביהמ"ד אז עס איז נארוואס ערשינען א נייע הערליכע מהדורא פון ספר מרכבת המשנה אויף מכילתא דרבי ישמעאל פון הגה"ק רבי דוד משה אברהם אשכנזי אבד"ק ראהאטין. חיבה יתירה נודעת פאר דעם ספר וואס איז צו ערשט געדרוקט געווארן אין לעמבערג אויף די פקודה פון הגה"ק רבי יהושע'לע בעלזער זצוק"ל.
הגה"ק דער מחבר איז געווען פון די גדולי ישראל וואס האבן לוחם געווען קעגן כת ש"ץ וממשיכי דרכו, וועמענס קלון איז נתגלה געווארן ווען זיי האבן ר"ל מתיר געווען שרעקליכע איסורי עריות ה"י. הגה"ק רבי דוד משה אברהם האט געשריבן אויף די שרעקליכע מעשים תעתועים פון ש"ץ ימ"ש, "פיו מצופה זהב, ידיו ידות לטומאה".
די נייע דרוק איז אויפגעזעצט מיט הערליכע קלארע אותיות, מוגה ומנופה פון טעותים, באגלייט מיט ביאורים און הערות וואס באלייכט די הייליגע ווערטער פונעם מחבר. די ערשטע דרוק איז שוין ערשינען בשנת תשע"ג, און יעצט איז ערשינען א פרישע מהדורא מיט פילע תיקונים והוספות, און ווערט גערופן "מהדורת מאלעסטאר", לע"נ דעם באקאנטן מאלעסטאר זה רבות בשנים, הרבני החסיד מכבד ה' מגרונו הרב ברוך מרדכי יהודה לעבאוויטש זצ"ל.
"מהדורת מאלעסטאר" צייכנט אפ די פעולות נשגבות פון צענדליגער יארן, כולן שוין, פון מאלעסטירן אומצאליגע אידישע נפשות אין מונקאטשער ביהמ"ד אין בארא פארק און אין צענדליגער ערטער איבער ברוקלין, און אלעס מיט אן איידלקייט, לא מחזיק טיבותא לנפשיה, אנדעם וואס עד יום מותו זאל ער אפילו איין מאל נעמען קרעדיט אויף די גרויסע פעולות.
די דאזיגע נייע מהדורא איז אויך אין אנדענק פון די אלע וואס האבן מחזק געווען דעם חשוב'ן נפטר, און אים געגעבן די מעגליכקייט אנצוגיין מיט די פעולות נשגבות פאר לאנגע יארן, און בחיים ובמותו אים מכבד געווען כראוי וכיאות פאר א מענטש וואס אזויפיל אידישע קינדער זענען אזוי שטארק און טיף אפעקטירט ביז'ן היינטיגן טאג.
זאל טאקע דעם נפטר'ס זכות מגין זיין אויף די אלע וואס האבן אים מחזק געווען, און זאלן זיי טאקע נתברך ווערן מיט א חלק פון דעם שכר צו וואס דער חשוב'ער נפטר איז זוכה בעולם העליון. און דער הייליגער מחבר פונעם ספר וועלכער האט לוחם געווען בחייו קעגן די רשעים און מחטיאי הרבים און מגלי עריות, וועט אוודאי זיין זכות מגין זיין אויף דעם חשוב'ן נפטר אז ער זאל באקומען דעם פולן שכר פעולותיו, והקרן קיימת לעולם הבא.