Under maintenance
הויפט זייט » אייוועלט פארמעקט לעצטע מעסעדזש I love you פון עראפלאן קרבן

אייוועלט פארמעקט לעצטע מעסעדזש I love you פון עראפלאן קרבן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15862
מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:27 am#516101
מיליאנער האט געשריבן:טוט זיך דא א העטעך פעטעך.. דעמאלטס וואלטן זיי יא געמעקט, אין אזא פאל וואלטן זיי נישט.

ס'איז גארנישט קיין העטעך פעטעך, זיי האבן עס פאקטיש געמעקט, און מיך און דיך ווייסן זייער גוט פארוואס זיי האבן עס געטון. דאס אז מען פארקירעוועט די שמועס צו א זייטיגן תירוץ אז עס איז בעצם געווען פריוואט, איז לעכערליך ביז גאר. און יעדער פארשטייט אז ווען נישט די זייטיגע סיבה וואלט עס אויך אראפגעפלויגן פון דארטן פארן פשוטן חטא פון שרייבן I love you.

יהורם האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@יהורם
די שאלה איז, וואס וואלט געווען אויב דער מעסעדזש וואלט געווען דירעקט צו זיין ווייב. וואלט עס אייוועלט צוגעלאזט?
א-נעכטיגן-טאג!

דאן וואלט עס נישט ארומגעפארן אין פובליק.

און אויב מחמת איזה סיבה שיהיה וואלט זיין ווייב עס יא ארומגעשיקט, וואלט עס אייוועלט געלאזט?

מען קען נישט דן זיין צוליב א מיגו שלא בא לעולם. @נוח האט דא געעפנט אן אשכול וואס איז אומבאגרינדעט, נעקסט.

ס'איז נישט אומבאגרינדעט, ווייל די נושא וואס נוח ברענגט ארויף איז ריכטיג. זיי וואלטן עס סייווי געמעקט, און איך ווייס אפילו נישט צו זיי האבן בכלל אונזינען געהאט עס צו פארמעקט צוליב די טעות שבו. ס'איז קלאר אז זיי וואלטן נישט צוגעלאזט קיין I love you מעסעדזש נישט קיין חילוק וואס.

פון וואו ווייס איך? ווייל איך האב געמאכט א פראבע. איך האב ממש אפאר מינוט צוריק געשריבן אזא אומשילדיגע אומוויסנדע תגובה אויף אייוועלט, און פארשטייט זיך אז ס'איז נישט אריבער קיין גאנצע פינעף מינוט און די תגובה איז געפלויגן.
מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:58 am#516104
דאס איז דורך אידן וואס זאגן שיר השירים יעדע וואך שבת. ס'קאסט מיר א שמייכעל.

אבער ווען איך דערמאן זיך אז איך לעב אויך דא און מיינע קינדער זענען מחונך דורך די משוגעים הער איך אויף צו שמייכלען.
מאנטאג יאנואר 23, 2023 5:25 pm#516121
שמן למאור האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:טוט זיך דא א העטעך פעטעך.. דעמאלטס וואלטן זיי יא געמעקט, אין אזא פאל וואלטן זיי נישט.

ס'איז גארנישט קיין העטעך פעטעך, זיי האבן עס פאקטיש געמעקט, און מיך און דיך ווייסן זייער גוט פארוואס זיי האבן עס געטון. דאס אז מען פארקירעוועט די שמועס צו א זייטיגן תירוץ אז עס איז בעצם געווען פריוואט, איז לעכערליך ביז גאר. און יעדער פארשטייט אז ווען נישט די זייטיגע סיבה וואלט עס אויך אראפגעפלויגן פון דארטן פארן פשוטן חטא פון שרייבן
שמן למאור האט געשריבן:ס'איז נישט אומבאגרינדעט, ווייל די נושא וואס נוח ברענגט ארויף איז ריכטיג. זיי וואלטן עס סייווי געמעקט, און איך ווייס אפילו נישט צו זיי האבן בכלל אונזינען געהאט עס צו פארמעקט צוליב די טעות שבו. ס'איז קלאר אז זיי וואלטן נישט צוגעלאזט קיין I love you מעסעדזש נישט קיין חילוק וואס.

פון וואו ווייס איך? ווייל איך האב געמאכט א פראבע. איך האב ממש אפאר מינוט צוריק געשריבן אזא אומשילדיגע אומוויסנדע תגובה אויף אייוועלט, און פארשטייט זיך אז ס'איז נישט אריבער קיין גאנצע פינעף מינוט און די תגובה איז געפלויגן.


די געמאכטע תמימות אויף דיין אייוועלט תגובה איז איינס אין דער וועלט.
דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:31 am#516158
נאך אלע מעשיות געפינען זיך דא אסאך אירע, ואני בתוכם, וואס זענען נהנה פון אייוועלט. די סיבה פארוואס ס'דא דארט אזויפיל גוט געשריבענע נייעס און אנדערע נוצבארע אינפארמאציע איז צוליב די שטרענגע צענזור ווייל אן די צענזור וואלטן די פילטערס עס נישט דורך געלאזט, וואלט געווען סאך ווייניגער שרייבער דארט.
ווען מ'רייסט דא אראפ אייוועלט דארף מען וויסן אז די מנהלים דארט טיען זייער ארבעט כמי שכפאו שד. פערזענדליך האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט I love you אבער טאמער ווילן זיי האבן אזא גוט גייענדע סייט, זענען זיי געצווינגן צו צענזורירן ווי מ'פארלאנגט פון זיי.

ס'נאר גוט ארויסצוברענגן די נער'ישע פאליסיס מיט וואס אונז ווער מיר געפירט, פשוט אז מ'זאל וויסן מיט וועם מ'האט דא ציטון
דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:49 am#516175
די אנטי ציונות פאליסי איז אויך פון די פילטער?
דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:19 am#516180
יא, אז נישט וועט עס ווערן גע'פסל'ט ביי משומר.