אינטערסאנטער נחום הסופרבו בזמן וואס סקאליע איז א געהעריגע חסידות לכל דבר, און סקאליע-18 האט יא אדער נישט מנין
וואס הייסט א חסידות לכל דבר? אז מען האט מער מענטשן? ווי עס זעט אויס איז סקאליע 18 אויך א חסידות לכל דבר, נאר קען זיין מיט ווייניגער מענטשן.
ער האט (אפשר) נישט אזעלכע גוטע פראפאגאנדע פארשפרייטער ווי סקאליע 48...!
אין סקאליע 48 (זאלן זיי זיין געזונט) מאכט מען א מצב פון א יעדע זאך. איין יאר האט די רבי געמאכט אן אפשערן (אין די דריי וואכן). די חסידים האבן געדינגען טראקס, געברענגט פארענטשעס, (פון פאטאגראפיסטן איז שוין אפגערעדט), און געהאט א ספעציעלן עי.טי.ווי. מיט וואס די רבי שליט"א איז געפארן (אין די קאנטרי) פון ביתו נאוה קודש צו דעם ביהמ"ד.
איך קען רעפארטן אז די פארענטשעס זענען געווען אנגעפולט מיט בחורים און בעלי בתים. ווייל ס'איז אויסגעפאלן אין א זונטאג. און אלע טאטעס זענען (נאך) געווען אין קאנטרי...!