Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » 2008 חזרה?

2008 חזרה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 23 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #15948
מאנטאג מערץ 13, 2023 8:26 am#518508
2008 חזרה?
און די גבאי האט געבעטן 'יעדער זאל ארויסטראגן איין באנק'!, אזוי קוקט יעצט אויס די מצב אינערהאלב די אמעריקאנע בענקינג סיסטעם.

סוף פאריגע וואך איז די פינאנציעלע וועלט געכאפט געווארן אין שאק, ווען SVB, 'אמעריקע'ס 16'ט גרעסטע באנק איז געגאנגען קראכן אין קארגע צוויי טעג, ווען דעפאזיטער'ס האבן ארויסגעשלעפט אן אסטראנאמישע $42 ביליאן פון זייערע אקאונט'ס, בלויז איין טאג נאך וואס 'דזשים קרעמער' CNBC'S געלט עקספערט האט געשריגן חי וקיים אז SVB סטאק איז א BUY, די צוזאמפאל האט געשיקט שטארקע כוואליעס אויף 'וואל סטריט' און נעכטן זינטאג מיטאג איז 'סיגנעטאר באנק' מיט א פארמעגן פון ארום $110 ביליאן געגאנגען אזוי אראפ, אז די גאווערמענט האט עס פארכאפט, די צוויי זענען די צווייטע און דריט גרעסטע באנק צוזאמפאל'ן אין אמעריקע'ס היסטאריע!
היינט מאנטאג אינדערפרי זענען נאך צוויי בענק גאר שטארק נעגעטיוו, First Republic bank איז %69 אראפ, און Pacific Western bank איז 40% אינטערן וואסער מיט זייער סטאקס.

שפילט זיך 2008 איבער?