[ציטאט אראפגענומען]
דארפסט נישט מאכן די מיסטעיק וואס מענטשן וואס האבן קיין נישט אידישע פאדקעסט אין זייער לעבן נישט געהערט מאכן.. לאמיר דיר אויפקלערן, א פאדקעסט איז נישט שייך יא צוגעפאסט נישט צוגעפאסט, א פאדקעסט מיינט סך הכל א אודיא וואס איז ריקארדירט און ארויפגעלייגט אויף די אינטערנעץ. דאס קען זיין אין א פארמאט פון א אינטערוויא, א שמועס פון צוויי צו דריי, א מענטש אליין, און אז דו פרעגסט מיך, אויב וואלט אידיש געווען מער א נאצינאלע שפראך, קען מען ווען אויפסעטן אפאר מייקס ביי קידושים ווי ס'איז דא אפאר געשמאקע שמועסער'ס און מאכן גאנצעטע שאו'ס דערפון וואס איך מיין אסאך מענטשן וואלטן געקליקט דערויף.. ס'קומט אפילו אריין די קאלטע קאטס, מיט די מאטיאש הערינג און מ'שמועסט געמיטליך. ווער האט אפגעמאכט אז א פאדקעסט האט צוגעפאסטע און נישט צוגעפאסטע קאנדידאטן? א פאדקעסט קען זיין סתם א פאברענג, אין א געוויסן זון די מער נישט פראפעשינאל, די בעסער איז עס! פאר די סארט פארמאט. ס'איז נישט קיין נייעס סטעישן, ס'איז א שמועס! וואס נעמט עס שוין צו מאכן א שמועס?
ס'איז דא רעדיא סטייל פאדקעסטס, סעריעס, אינטערוויא, אדער... סתם מ'טשילט, מ'שמועסט און דעציט. וויפיל ס'לאזט זיך. ווי שוין
ערווענט, די גרעסטע פאדקעסטער היינט צוטאג מיט שווערע מיליאנען ליסענערס גייט אינגאנצן אויף די מהלך, מ'פארברענגט א צוויי דריי שעה און א פריינטליכע ענווייערמענט, און דו הערסט דיך אונטער.