מיטוואך מאי 03, 2023 1:20 pm#523635
צו לאנגע (באשרייבונגען) ריספאנסעס אויף תגובות
מורי ורבותי אחי ורעיי,
איך ווענד זיך צו אלע חברי השטיבל כל אחד בשמו יבורך.
בעפאר איך ווענד זיך צו מיין ווענדונג צו די אלע חברים דא. ווי אזוי מען זאגט אין ענגליש First and foremost. צום ערשט און דאס וויכטיגסטע.
איך בין סך הכל דא אריין געשריבן אין קאווע שטיבל אלץ א חבר השטיבל אפאר טאג, די ווילקאמען און די ווארעמע אויפנאמע פון מאנכע אלט געזעצענע שטיבל חברים זענען געווען אויסנאמליך, געשמאק ממש א חיזוק צו שרייבן און צו קומיונעקירן, ריספאנדען צו תגובה'ס, וכ''ו. אן עקסטערע יש''כ דערפאר.
איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא געלעגענהייט צו האלטן א פעדער אין מיינע הענט און לאזן די טינט רינען, און איינער זאל זיך אפי' צו טוהן מאכן דערפון. דא און אין שטיבל איז די טינט ב''ה נישט געגאנגען לבטלה (טינט לבטלה העלפט זיכער נישט קיין תשובה, אין חולקים ע''ז) איך מוז אייך זאגען עס פיהלט זייער גוט. א יש''כ נאכאמאל מעומק הלב פאר די אויפנאמע. אפי' עס האט נישט אויסגעפעלט האט עס מיר זייער געשמעקט. כה לחי!
פארוואס זאג איך אייך דאס, איר זאלט דאס וויסן!!!
און איצטערט צו מיין ווענדונג. טייערע חברים.
צווישען די ווארעמע אויפנאמע האב איך אויכעט געהאט די זכיה צו באקומען אן אישי פון א חבר (א שיינע נאבעלער אקט, ער האט געהאט די ברירה עס צו שרייבן עֶז עֶי ריפליי צו א תגובה מיינער ברבים. אבער דער אישי שרייבער האט זיך גערעכנט מיט מיינע געפילן און בפרט איך בין א נייער אינגל אין חדר, ער האט מיך נישט געוואלט פארשעמען, האט ער עס נאר געשיקט אין אן אישי). האט ער מיך קאנסטראקטיוו קריטיקירט. שרייבענדיג אינעם אישי צו מיר ווי פאלגענד, דיינע תגובה ריספאנסעס זענען צו לאנג, עס קען נערווייז מאכן די ליינער.
איך האב גלייַך ריספאנדעט ישר והפך, אֵיי. עֶם. סֲארִי. איך וועל פרובירן שרייבן קערצער.
לא היה רגעים מעטים, אן ער האט צוריק געענטפערט מיט איין איינציג ווארט. שכח.
אבער עס איז דורך א נאכט און דער בעל החלומות בהקיץ ריקט זיך אריין בתור מחשבותי, און איך טראכט מיר צו זיך אזוי אריין, אין וואס פארא געשמאקער אטמאספערע די שטיבעל איז צו פארברענגען, ממש א פארגעניגן, א ווירטואלער גן עדן. דאן קומט מיר ארויף א זויערע טעם, ממש ווי א מעלה גרה. נאכן אראפשלינגען די א.ג. קאנסטראקטיוו קריטיק איז עס צוריק ארויפגעקומען און אנגעהויבן קריצן אין קאפ. איז דער אישי שרייבער גערעכט? עס זעהט דאך אויס אז מיינע תגובןת ריספאנסעס פון די אנדערע חברים השטיבל זענען גאר ריסעפטיוו און עס זעהט אויס אז עס שלאגט יא ווארצלען צווישען די חברים דא.
די שנירל פון די מחשבות הייבן אן לויפן שנעלער און שנעלער זיג זאג. מאן יימר אז די ריספאנסעס צו מיינע תגובות זענען טאקע אזוי ווארעם אויפגענומען?
נאר וואסדזשע דען, גאר אסאך מענטשען האבן א טבע צו זיין פעסיוו ווען די נושא איז זיי בכלל נישט נוגע, ממילא וואס באדערט די לייקער אדער דער ריספאנדער צו געבן א קאמפלימענט, לאמיך עים מאכן פילן גוט, למה לא?
משא"כ דער אישי שרייבער איז אן אסערטיוו מענטש. ער זאגט גלייך וואס ער שפירט א ווייל אזוי קרענקט עס אים מער נישט, שוין ארויסגעשריבן די נערוויזיטעיט פֿונעם סיסטעם מיט אן אישי, און וועט קיינמאל נישט דארפן ווערן אגרעסיוו, ווען ער וועט יא ווערן נערוועז בייַ אים איז דער ענין סעטעלט, אבער די אנדערע וועלן בעצם יא ווערן נערווייז, עֶט ווָאן פוֹינט וועט זייער געדולד פלאצן ווי א בֲאלָאן און דאן וועלן איך כאפן מנה אחת אפיים פון די וואס האבן געהאט געדולד ביז עס האט געפלאצט, און ח"ו ווערן אסערטיוו און מיר דירעקט אין ברבים זאגן וואס זיי האַלטן באמת. דאן וועט עס קומען ווי א שלויך שמוציגע וואסער אויף המן'ס קאפ.
די שנירלעך לויפן דאך זיגזאג, נאופס איך דארף זייער שנעל לויפן איינקויפן עטוואס קאנפידענץ ביי די קאנפידענץ קורסן פון להשיג (מעלבער) אדער (שטיינמעץ) (איך דענק נישט זיין קאמפאני נאמען), אז איינער גלייכט נישט לאנגע תגובות מיינט נישט אז עס האט מיט מיין באשרייבונגען. מיינע תגובות זענען בעצם זייער גוט, זיינע נערווען זענען עטוואס צו קורץ פאר א געשמאקער לענגערע תגובה ספֶּען. אפשר עי. די. עיטש. די וכדו', ער האט נישט פרעאופאל יענעם טאג דאס פארהאנדלט, ע''כ זענען מיינע תגובות צו לאנג. וחוזר חלילה, איך קוק צו אנדערע תגובות זענען זיי קורצער ווי מיינע. רעד איך טאקע ווי א באבע.
שוין אביסל צו לאנג און רעפעטישעס אבער אזוי דרייט זיך די מחשבות שנירלעך ווי א צויבער רָאד.
קען מען אפשר מאכען אן אנקעטע און זעהן וועלעכער זייט פון די רָאד די רָאד דארף זיך אפשטעלן?
וואס איז אייער מיינונג דערוועגן?