Re: וואס שרייבט מען נעקסט ?
דיכטערר' לייביש אדער אפיציעל: @לייביששרייבער, איר האט א שמאלציגע פעדער און זאפטיגע טינט. פארוואס זאלן נישט אנדערע געניסן פון דיינע רייכע קענטעניסן און ברייטע פארשטאנד? עס איז אלס לא תמנע אז איר זאלט נעמען די מי און בארגן די קוראזש און לאזן אייער פעדער קושן דעם פאפיר און דיינע מוסקלען אין דיין רעכטע האנט, וועלן ארויספלוסן טייכן פון פערל.
נ. ב. זאג מיר אויב איך בין גערעכט - עס דערקענט זיך אויף דיין שריפט אז דיין נאטורליכע לייען-שפראך איז ענדישע ענגליש געשטומט, דעריבער שעץ איך זייער אז דו האטס גענומען די צייט צו שרייבן אויף אונזערע איינציג-קענענדע שפראך. (חוץ פון די פאר ווערטער אין עברית וואס מיר כאפן אויף דא דארט און פארשטייט זיך ענגליש וואס מיר האבן פלייסיג געלערענט ביים ענגלישן טיטשער...)
מאה אחוז כך. יא מיין ערשט ליינענדער שפראך איז טאקע ענגליש.
איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי עס איז אזוי געווארן. איך מיין ווייל אידיש האב איך נישט געטראפן קיין לייען מאטריאל אויסער חיים אליאב און יאיר וויינשטאק, וואס רעדט בכלל נישט צו מיר.
און העברעאיש נעמט מיר צופיל קאנסענטרירונג. עס ליינט זיך נישט פלוענט פאר מיר. אפי' עס איז אן ארגינעלער שפראך פאר מיר.
פון ווי האסטו דאס מע''כ ארויס געלערנט, עס איז מיר דוקא אינטערסאנט צו הערן.(ליינען)
Sent from my SM-S908U using Tapatalk