וויפיל צוויען אינדז? מיט א חסידישען לבוש + "ספקות" אין אמונ
[ציטאט אראפגענומען]
די באשרייבונג אין פארווערדס איז נאר אז מען ווערט פריי אבער דער הויבט חידוש פין די דאקעמענטערי אדיא קליפ
<a class="postlink" href="http://ia700809.us.archive.org/28/items/RottenEducationThatCausesChildrenToRunAwayFromG-d/mp3.ogg">http://ia700809.us.archive.org/28/items ... -d/mp3.ogg</a>
און אויך אין וויינעט
<a class="postlink" href="http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-4200451,00.html">http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 51,00.html</a>
איז אז פילע פון עכטע חסידישע שטיבער האבען אינגאנצען
פארלארען די גאנצע אמונה אין אויבערשטען פיריעד.
צי האבען א יצר הרע אין צי זיין א מומר לתאוון איז א נארמאלער, געזינטער יצה"ר.
אפילו א מומר להכעיס איז נאך ויך א "מדרגה" אז ער גלויבט כאטש אין ג-ט נאר זיין כוונה איז איינ'כעס'ן דעם אויבערשטען, אין וועלכען ער גלויבט.
אבער איינער וואס איז געפאלען אזוי נידעריג? פין א חסידישע היים, פין רבין'ס טיש.... ביז אז ער קען אפילו זאגען נאר בדיבור אז ער גלויט אז עס איז נישט דא קיין ג-ט?
דאס ווייזט נישט אויף "א יצה"ר", נאר אז אין אינזער חסידישען חינוך פעלט דעם אריינגעבען קינדער דעם אמת'ן טיפען געפיל אין אמונה בה'.
מיר דארפען אסאך אריינקלערען פארוואס בא אינדזערע קינדער פעלט אין אמונה?
די באשרייבונג איז וועגען די וואס זעען אינגאנצען אראפגעפארען אבער וויפיל טויזינטער צוויען אינדז גייען ארום מיט א חסידישען לבוש אבער אין הארצען האבען זיי אפילו מער נישט ווי בלויז "ספקות" אין אמונה?