Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פוטש אין רוסלאנד?

פוטש אין רוסלאנד?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16336
מוצ"ש יוני 24, 2023 11:41 pm#529535
פוטש אין רוסלאנד?
שעות פארן זמן שב''ק איז פארשפרייט געווארן די נייעס, אז די, היינט שוין באקאנטע 'וואגנער גרופע', האט אריינמארשירט אין 'מאסקאווע' און פלאנירט א פולשטענדיגע פוטש קעגן די פרעזידענט פוטין.

די לעצטע פאר חדשים הערט מען כסדר ניעס'לעך פון ראבערייען צווישן די פארא-מיליטערישע גרופע און די אפיציעלע רוסישע ארמיי, דאנערשטאג נאכט האט עס געקראכט, נאך וואס רוסישע סאלדאטן האבן געהארגעט עטליכע פון די גרופע, די גרופע'ס גענעראל 'פריגזיען' האט באלד פארשפראכן נקמה, און גלייַך מארשירט אויף 'מאסקעווע'.

נאך עטליכע שעה, איז אבער געמאלדן געווארן אן אפמאך ווי דער גענעראל גייט גיין צו 'בעלארוס' און זיינע קרעפטן האבן פארלאזט די הויפט שטאט.

די פאקט אז ער- די גענעראל- איז אויפן מינוט (ווייל לויט אלע אנדייטונגען גייט ער נישט מוצא שנותו זיין) ארויס מיט גאנצע ביינער, און זיין גרופע האט געהאט סוקסעסן אין די קורצע שלאכטן מיט די רוסישע מיליטער, ווייזט אויף די 'וואגנער'ס שטארקייט, און אז 'פוטין' ווייסט עס, און האט נישט קיין געהעריגע עצה צו דעם.